☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » (A Time for Music 28 (HASC

(A Time for Music 28 (HASC

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7611

לאליפאפ » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 8:43 pm

· #236474
(A Time for Music 28 (HASC
די מודעה איז דא און די מוזיק וועלט גרייט זיך.

יא! דער אכט-און-צוואנציגסטער העסק שאו קומט פאר אין עטוואס מער ווי א חודש ארום, און או גייט עס זיין א שאו..

יעקב שוועקי - דער שטערן וועלכע שטעלט זיך נישט אפ פון ארויסגעבן נאך און נאך היטס, און אן אלבום כמעט יעדע יאר דערווייל, איך מוז געבן א געמבל דא, דאס אז איך האלט אז יעקב גייט זינגען "לכל זמן", פון זיינע שטערקסטע ניגונים אויפן קולות דיסק.

פון מיין פערספעקטיוו איז נאך דא עפעס מער ווי דעם.. יאפ

שמחה ליינער

שמחה שמחה.. ווי הייב איך אן? די שטימע, די פאוער, די צויבער.. א כוכב פון א מין. פאר ווער עס האט נאכנישט געהערט זיין ערשטן און יעצטיגן אלבום פתחו לי ווייסט נישט וואסערע שטערן די עולם הנגינה פארמאגט. סיי שטייט און סיי לעבעדיג ביידע האט ער אין די הענט, אינגאנצן. ער וועט גאנץ זיכער זיין די היט פון די שוי!

איך האף נאר אז בעני זאל אים נישט שטעלן אין שאטן..
פון בעני דארף מען דאך נישט רעדן בעני האט שוין ביי 27 געמאכט א דזשאב אזאנס און אזעלעכס, דער יש תקווה האט אזוי געראקט.. איך האף אז ער האט נאך עפעס מיט וואס איבערצושטייגן פון יענעם שאו.

פון עיבי ראטענבערג און דעדי וועט איר שוין מוזן הערן ביים שאו אדער פונעם ריקארדינג, כאטש וואס דער אחרון איז חביב האב איך נישט צובאקומען מער חשק צו קויפן דעם טיקעט זעענדיג זיין נאמען..

מוזיק איז דורך די נגינה ארקעסטרא - יוחי בריסקמאן, איך ווייס נישט ווי קנאקעדיג דאס איז אבער לכאורה זייער פראפעשענעל, און זמירות קווייער איז לדעתי א דאונגרעיד פון שירה.
📎 IMG-20141119-WA0093.jpg

כוכב » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:00 pm

· #236479
שמחה ליינער איז אן amateur.
דעדי האט קיינמאל קיין פרישע סחורה.
בעני איז נישט מיין פעיווארט, ער זינגט טרוקן און פארפרוירן ווי אנטארקטיקא.
שוועקי איז א קעניג און די קאנצערט איז נאך א שוואקי קאנצערט.
זמירות איז אויסדריקליך נישט קיין דאונגרעיד און קענען זיך נאך פארמעסטן מיט שירה עניטיים כאטש זיי קענען נישט נאכקומען די גרימאסן און שרעק אנווארפנדע פאקסן פון זעבי פריעד.
אבי ראטנבערג איז old school.
אלנפאלס, ישר כוח פאר די באריכט.

zurich » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:04 pm

· #236506
אז מרדכי קימט נישט גיי איך נישט!

לאליפאפ » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:54 am

· #236575
כוכב
שמחה ליינער איז אן amateur.
דעדי האט קיינמאל קיין פרישע סחורה.
בעני איז נישט מיין פעיווארט, ער זינגט טרוקן און פארפרוירן ווי אנטארקטיקא.
שוועקי איז א קעניג און די קאנצערט איז נאך א שוואקי קאנצערט.
זמירות איז אויסדריקליך נישט קיין דאונגרעיד און קענען זיך נאך פארמעסטן מיט שירה עניטיים כאטש זיי קענען נישט נאכקומען די גרימאסן און שרעק אנווארפנדע פאקסן פון זעבי פריעד.
אבי ראטנבערג איז old school.
אלנפאלס, ישר כוח פאר די באריכט.

האסט דאך יא א בליק, פאל אריין איו מוזיק פארום אפטער פליז.

ודי למבין » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 2:17 pm

· #236661
איך וואלט געגאנגען פאר אייבי. ער איז א דזשיניעס.

אלעס אנדערש - גארבידזש.

zurich » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 3:54 pm

· #236709
ודי למבין
איך וואלט געגאנגען פאר אייבי. ער איז א דזשיניעס.

אלעס אנדערש - גארבידזש.

למה?

לאליפאפ » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 9:33 pm

· #237016
ודי למבין!

מאטי » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 10:34 pm

· #237022
איך בין נישט אנטציקט פון שוועקי לייוו, ער שרייט, קרעכצט, און זינגט אוף טון.

רויטע וואנצעס » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 10:47 pm

· #237026
דער עולם קרעכצט דא ווי ספענסער סטריט תלמידים, לאמיר הערן וואס פארא ליינאפ וואלט מען געוואלט זעהן?

petergrifin » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 11:15 pm

· #237030
רויטע וואנצעס
דער עולם קרעכצט דא ווי ספענסער סטריט תלמידים, לאמיר הערן וואס פארא ליינאפ וואלט מען געוואלט זעהן?


בארא פארק חזן