☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » האדמו"ר מבאבוב-45 נעמט אן דער פסק און האלט א דרשה למען השלום

האדמו"ר מבאבוב-45 נעמט אן דער פסק און האלט א דרשה למען השלום

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7607

כנור » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:53 pm

· #236354
האדמו"ר מבאבוב-45 נעמט אן דער פסק און האלט א דרשה למען השלום
נעכטען נאכט איז פארגעקומען א כינוס רבתי פון אלע באבובער חסידים פון באבוב-45, ווי האדמו"ר רבי מרדכי דוד אונגער שליט"א האט זיך דורך געשמועסט מיט זיין עולם און זיי מסביר געווען פארוואס ער נעמט דער מהלך פון פאלגען דער פסק, כאטש ער האט א היתר (היתרים) צו גיין אין ערכאות.

ער האט מסביר געווען אז מען דארף זעהן וואס די תוצאות קען זיין, און כדי אז דער אש המחלוקת זאל זיך אויף הערען און זאל שוין זיין שלום, און כדי אז עס זאל נישט ארויס קומען דערפון א חילול השם, איז דער החלטה צו מקיים זיין דער פסק כאטש גדולי ישראל האבען זיך זייער שארף אויסגעדריקט קעגען דער פסק.

ער האט געבעטען אז היות דער גאנצע מטרה דערפון איז שלום, אז עס זאל זיין א גאנצע שלום און אויס מחלוקת; איז מוז זיך יעדער צושטעלען דערצו "את אשר ישנו פה ואת אשר איננו פה" און נאר אזוי וועט זיך דער פסק האלטן!

ער האט געזאגט אז מען לייגט צו "45" וואס איז נאר א היכר וועליכע באבוב.

נאכדעם האט גערעדט דער ספעציעלע גאסט וואס איז ספעציעל געקומען צום כינוס פון לאנדאן, דאס איז הרב שלמה פרישוואסער, סאסאווער רב, וואס האט געזאגט אז עס איז ביי אים א זכיה צו אנטייל נעמען אין דער מעמד למען השלום.

דערנאך האט גערעדט הרב אליהו קופערמאן, סאכעטשעווער רב, און גערעדט וועגען די גרויסקייט פון שלום.

בולט צווישען די אייניקלעך פון קדושת ציון זי"ע זענען געווען הרב אברהם יהושע טווערסקי, הרב ברוך דוד הלברשטאם (סארוואשער רב), און פאקשאוויצער רב.

כנור » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 6:48 pm

· #236447
א באריכט אין Yeshiva World מיט בילדער

<a class="postlink" href="http://www.theyeshivaworld.com/news/headlines-breaking-stories/272501/photos-rebbe-of-bobov-45-we-will-assume-the-distinction-of-bobov-45.html">http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... ov-45.html</a>

דולה ומשקה » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 7:46 pm

· #236463
באבוב 45 מסע הקודש לעיר הבירה לאנדאן לאגא
bobov 45 london.jpg

גאנצל » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 12:46 pm

· #236631
הענדס אפ פאר'ן באבוב 45 רבי אז ער האט אנגענומען די פסק כאטש ער וואלט עני טיים געקענט אנהייבן מאכן פראפעגאנדע און מבלבל זיין מוחות מיט רעקאדירונגען מיט ריכטיגע טענות אויף די דיינים אזוי ווי זיינע קאלעגען פון אנדערע הויפן טוען און ער האט באשלאסן צו אראפשלינגען דעם פיל און זיך מבזה זיין פאר די גאנצע וועלט פאר די פנים פון זיינע אייגענע מענטשן און זיך געבן אזא פאני נאמען לדורות עולם ער האט מיט דעם מרומם געווען בכוד התורה

אז דיינים הייסן פאלגט מען אפגעזען אלע תירוצים דאס אי א קידוש שם שמים

יעצט צו ער מיינט עס אינגאנצן אינגאצנן אמתדיג ווייס איך נישט אבער ער מיינט עס נאך עני טיים אזוי אמתדיג ווי מהרז"ל'ס תירוץ מיט תהלוכי הקהלה
און אזוי אמתדיג ווי תו"א רבי האט עס געמיינט ווען ער האט געזאגט ביי די הכתרה בגודל ענוותנותו "וואס נעמט עטץ מיך נעמטס מיין ברודער"