☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » סיפורי מעשיות פון היינטיגע צדיקים

סיפורי מעשיות פון היינטיגע צדיקים

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7605

ישמעאל הכהן » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:00 pm

· #236300
סיפורי מעשיות פון היינטיגע צדיקים
שבירת המידות

א איד בעל מלאכה פארציילט, ער האט געטון ארבעט פאר אדמו''ר מ'דעעש שליט''א פון בארא פארק 42 גאס. ס'געקומען צו באצאלן פרעגט די רבי וויפיל? זאגט ער $275. פרעגט דער רבי צו ער קען עס מאכן פאר $270, דער איד וויל אויספלאצן וואס גייט דער רבי האבן פון פינף דאלער? ער זאגט יא זיכער, פיין.
דער רבי קומט צוריק מיט א טשעק פון $280, פרעגט ער פשט ילמדינו רבינו?
זאגט אים די רבי מדעעש, איך בין בטבע מער צו די קארגע זייט, איך וויל גיין אקעגן און ארבעטן דערויף. שטעליך אונטער א נסיון זאלסט מיר געבן אן הנחה און איך לייג גאר צו מער פון דיין ארגינעל פרייז!
אט אזוי האדם לא נברא רק לשבר את הטבע.

טאמבל סאס » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:06 pm

· #236303
פארוואס צאלט ער אים נישט תיכף 285?

כ'ווייס נישט ווי א גרויסע נסיון ס'איז. ווייל דער רבי ווייסטאך אז די סיבה פארוואס ער האט באקומען א הנחה איז ווייל ער איז א רבי. וואלט ער אים שוין געקענט לכתחילה צאלן די געהעריגע פרייז און די נסיון וועט זיין אז ער וואלט אים ווען געקענט בעטן א הנחה. און פארוואס נישט ח"י מאל פינף? פארוואס פונקט דאפלט פון וויפיהל די הנחה איז געווען?

ישמעאל הכהן » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:09 pm

· #236305
אויב צאלט ער תיקף 285 וואלט ער דאך איבערגעצאלט מיט א פינעפער, יעצט האט ער זיך געשפארט דעם 5ער...

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:09 pm

· #236306
זייער שיין,

ס'באקאנט די ווארט אויף "הוא אמר קמח והיא אומרה סולת מכאן שאשה עיניה צרה באורחים", אז מאיז מדייק ס'שטייט נישט מכאן "ששרה" עיניה צרה באורחים, שטייט "אשה" דאס מיינט נשים בכלל, פארוואס? ווייל וויזוי קען דאס טאקע זיין אז שרה זאל אנטראגן בעסערס פאר די אורחים ווי אברהם אבינו דער עמוד החסד, מוז זיין אז שרה איז דא געגאנגען עקסטרעם מער ווי עס פעלט זיך אויס, פארוואס ווייל נשים זענען געווענליך עיניה צרה באורחים, ממילא כדי לשבר את הטבע איז זי געגאנגען בקצה האחרון, ממילא מכאן "שאשה" עיניה צרה באורחים,

chusid » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 2:56 pm

· #236677
כ'ק אדמור ר' אייזיק מ'ספינקא האט חתונה געמאכט דע יאר און אין טאג פין די חופה האט ער אנגערופן אלע רחמנות'ער פין שטאט ,אלמנות וכדומה זאגן אז ער גייט זיי אינזינען האבן אינטערן חופה...

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 3:12 pm

· #236682
און?

הירשל ציג » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 3:19 pm

· #236686
איך אויך
און?

ונאמר אמן

chusid » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 9:18 pm

· #236805
הירשל ציג
איך אויך
און?

ונאמר אמן

סיפורי צדוקים...דער צדיק האט אין אזא אנגעשטרענגטע טאג אינזינען געהאט צובראכענע יודן, וואס פארשטייסטו נישט?

איחוד פעלד » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:06 pm

· #236842
נעה, די סיבה פארוואס ער'ט געבעטען א הנחה אויף 270, ווייל דאן איז עס 15 פעמים חי.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:24 pm

· #237493
איכ'ל פארציילן א מעשה פון א היינטיגן צדיק. דער צדיק גייט אנגעטון א פשוט'ע שטאפענע קנייטש הוט און א קורץ רעקל. אפשר א נעקטיי אויך.

ובכן: דער יוד האט אן ארבעטער אין זיין פעקטארי וואס איז (ווען די מעשה איז זיך פארלאפן) נישט לאנג פאר דעם געקומען פון ארץ ישראל. דער ארבייטער האט געהאט א זוהן וואס איז געוועהן נאנט צו די בר מצוה. אבער דער טאטע האט נישט קיין געלט צו מאכן א בר מצוה סעודה. האט דער בעה"ב פון די פעקטארי אויסגעצאלט די גאנצע בר מצוה סעודה פאר דעם יוד'ס בחור. ער האט אים נאך געבארגט א ווידיא קעמערע/רעקארדער אויך. (אפילו סוס לרכוב עליו..) אינמיטן די סעודה איז דער אבי הבן צוגעגאנגען צו דעם קעיטערער און ער האט געוואלט נאך עפעס אן עקסטרע זאך, האט אים דער קעיטערער געזאגט אז ער מוז פרעגן רשות פון דעם מענטש וואס צאלט אויס די בר מצוה, ווייל דאס קאסט מער געלט. ווען דער אבי הבן האט געפרעיגט פון דעם יוד אויב ער איז מסכים צו דעם, האט ער געענטפערט מיט אזא שמחה, ווי גלייך ס'וואלט זיך געהאנדלט ביי די בר מצוה פון זיין אייגענעם קינד.

איך בין פונקט אריינגעקומען אין זאל און אויפגעכאפט דעם גאנצן שמועס...!