☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ניו יורק'ר בהמות

ניו יורק'ר בהמות

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7604

ציבעלע-קיגל » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 10:26 am

· #236276
ניו יורק'ר בהמות
ליידער איז פארגעקומען א שרעקליכע טראגעדיא און ארצינו הק' און דא און ניו יורק פעלט נישט קיין בהמות. די (אזוי גערופענע) עסקנים האבען ערלעדיגט אז ביי אלע בתי מדרשים וועלען זיין פאליס.
איז קודם איך פארשטיי אז מען קאן טאקע נישט לייגען ביי אלע אבער לכל הפחות ביי די גרעסערע זאל מען האבען. אבער דא זעהט מען די גוטסקייט פון די עסקנים. אויב מען לעקט זיך צו זיי, באקומט מען און אויב נישט נישט. איך דאווען אין די זעלבע שוהל פאר איבער 30 יאהר עס איז טאקע נישט די גרעסטע אבער איך האב קיינמאל נישט געזעהן קיין פאליס.
דאס קאן אויך זיין פשט און פארוואס מען זעהט אסאך מאהל ווען מען לאזט וויסען אז מען האט ערלעדעגט פאליס די ערשטע 2/3 טעג זיצט א פאליס אין זיין קאר. און פאר די נעקסטע 2 וואכען פארקען זיי א פאליס קאר און זיי גייען אוועק פון דארט. מען לאזט דארט איבער די פאליס קאר אבער אן פאליס. דאס איז א מוראדיגע פראטעקשאן.
און נאך דעם ווען מען האט שוין פארגעסען פארוואס מען האט געבעטען פראטעקשאן און עס נימוסט שוין די פאליס קאר פאר'ן בית מדרש (ער נעמט דאך צי די בעסטע פארקינג ספאט) שיקט מען זיי אוועק.

קאן מען איינער מסביר זיין וואס דא גייט פאר?

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:53 pm

· #236335
א איד קוועטשט אייביג ,עס איז אריינגעבויט אין אונזערע דשינס און שטעלט צו א אומענדענדע שטראם פון ווערטלעך פאר די לעיט נייט שאוס.

חסיד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:22 pm

· #236340
עס קען זיין אז די פאליס וואלט געדארפט ביי אלע בתי מדרשים, אבער ב''ה צרכי ישראל מרובין און עס איז דא אין די היימישע געגענטער הונדערטער שולן, מען וואלט געדארפט אראפרענגן די נעשענעל גארד צו קענען באשיצן אלע שילן כ''י, אלא מאי, שטעלן די געטרייע עסקנים צו סערוויס און בעטן לכה''פ ביי די גרעסער בתי מדרשים וועלכע זענען מער אויסגעשטעלט פאר אטאקעס עפ''י דרך הטבע, און אוועקשטעלן א פאליס קאר העלפט דייקא יא, ווייל אזויווי ביי די בריקן שטעלט מען אוועק צומאל ליידיגע פאליס קארס ווייל עס ארבעט און שרעקט אן אומגעווינטשענע עלעמנטן.

Kool man » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 4:59 pm

· #236740
ווי איך פארשטיי, וויפיל קען שוין איין פאליציאנט העלפען אין אזא פאל, נאר די סיבה פון אראפשטעלען די בליטשקעדיגע חברה ביי די שוהלען איז גרינגער צו מאכען פאר די חברה צו טרעפען און איינץ צוויי אידענטיפיצירען וואו די שוהלען זענען