☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » אשכול אן א טיטל #7601

אשכול אן א טיטל #7601

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7601

— » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 7:17 pm

· #236097

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 7:52 pm

· #236107
גוטע נקודות ווערט דארט ארויסגעברענגט. אויב איך מעג אבער בעטן איין זאך וואס איך האלט וואלט געווען גוט צו טוישן שפראך ווען א ניק באקומט א "ווארענונג" צום ערשטן מאל אויף איין געוויסע זאך, אדער ווען איינער האט עפעס געשריבן גאנץ מעגליך בטעות נישט מיינענדיג צו שאנטאזשירן אדער פראוואקירן אדער נישט וויסענדיג די רולס, זאל די ערשטע אישי זיין א "בקשה", נישט גיין גלייך צו "ווארענונג". אסאך מאל קומט עס פשוט נישט אויס גוט און סל'אזט א ביטער טעם ווען ס'פעלט נישט אויס.

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 10:16 pm

· #236156
וואס איז די שיעור פון נייע תקנות און גדרים און סייגים און תירוצים ארויסצוווארפען ניקים וואס איינער געפעלט נישט סתם אפילו אן קיין גדר (די סעיף וועגן טראלס)? פארוואס פונקט פעלט דאס אויס? לכבוד די אלע תקנות ווערט דא יעדער טאג נענטער צו א פלאץ וואס אלע שפילען די זעלבער שפיל קיינער וואגט זיך נישט צו זאגען וואס ער טראכט אדער אנדערש פון דער קו און אלע שפילן א נארישע שפיל כאילו אלעס איז אזוי ערנסט.

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 10:24 pm

· #236157
גראדע דאס אויסשפארן טראלס איז א נארמאלע זאך ביי אנשטענדיגע וועבסייטס. מ'דארף נאר וויסן דעם גדר פון א טראל.

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 10:37 pm

· #236158
נישט דאס האב איך געמיינט, נאר ליין דער סעיף איבער טראלס ווי מקען נישט מאכען קיין רולס ווייל זיי גיין צווישעןד י וואסער בלא בלא און וועסט זעהן אז דאס איז פשוט א joker סעיף פאר דער מנהל מיט נאך אפאר ניקים - וואס זענען אלע אדער רובם עם אליינס אבער דאס איז אסור באיסור חמור אפילו מהרהר צו זיין וועגן דאפעלטע ניקס ממילא דארף יעדער שפילן ערנסט כאילו עס איז עקסטערע מענטשען- ארויסצוווארפען ווער עס גייט נישט גענוג מיט די פארטי ליניע. א טראל איינער וואס ספאמט סתם אין די וועלט אריין און שטערט די פורום פשוט איז גארנישט אזויש ווער צו דעפינירען. דער סעיף האט נאר איין איינציגע מטרה.

און טאקע לגבי יענער סעיף, פאר מיר איז דער נושא פון מענטשען וואס האבען פינף זעקס ניקס מיט א נייע יעדער צווייטער ראש חודש א ריזיגע turn off פון שרייבען דא. איך פארשטיי די סיבות פארוואס זיי טוהן עס, אבער זיי מאכען זיך נישט צטוהן פוןד עם אז צו די אנדערע ניקס מיט וועם זיי שרייבען זיך איז עס פשוט נישט מענטשליך. איך שרייב זיך מיט מיין איין ניק וואס יעדער ווייסט וואס איך בין און וויאזוי איך טראכט, און דא מיטאמאל שרייבען זעקס ניקס קעגן מיר מיט אנדערע טענות, האב איך חלישות הדעת בין איך טאקע א יחיד, דערווייל די אלע זעקס זענען איין מענטש. אדער איך האב זיך שוין א יאר צוריק אויסגעטענהט כדי צורכי עפעס א נושא, און דא קומט עפעס א נייע ניק און פרעגט, טראכט איך נו א נייער חבר לאמיר עם שיין אויפנעמן מסביר זיין, דערווייל איז ער דער זעלבער פון א יאר צוריק און איך פארברנענג מיין צייט ווייל יענער פארפירט מיר מיט א נייע ניק. עס איז פשוט נישט מענטשליך. א מענטש איז נישט קיין מאשין און אפילו מיט א ניק שרייבט מען אלץ אונטער א געוויסע רילעישינשיפ וואס מאכט זיך. אז מען מאכט זיך נייע און דאפעלטע ניקס כסדר פאלט אוועק די גאנצע טראסט וואס דארף זיין צוש רייבען מיט מענטשען. נו אוודאי דעמאלטס מוטשעט מען זיך מיט טראלס, ווייל פאר א נארמאלע מענטש גיט דאס נישט קיין חשק צו שרייבען.

איך בין מציע א חוק אז יעדער וואס מאכט זיך א נייע ניק אדער נאך א ניק מאיזה סיבה שהוא, דארף מודיע זיין באישי פאר די אלע כותבים מיט וועם ער איז אין קאנטאקט ווער ער איז. אז נישט קען מען נישט ווייטער אנגיין. איך עכ"פ שרייב זי היינט כמעט נאר מיט ניקס וואס איך ווייס ווער און וואס זיי זענען, לאו דווקא פרעזענליך אבער עכ"פ דורך דער ניק, און יעדער נייער ניק אדער וואס איז קענטיג לכל בר דעת אז עס איז דאפעלט פון איינער מדארף נאר כאפן פון וועם בין איך מקיים כבדהו וחשדהו, בעיקר חשדהו.

כוכב » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 10:49 pm

· #236160
שרייבן מיט זעקס ניקס אויפאמאל איז טאקע א פראבלעם און אן עוולה.
אבער דאס וואס דו שרייבסט איז לשיטתך וואס ביזט נישט מכיר אין דעם פראבלעם פון גילוי ווידעראום אנדערע וואס ווילן היטן אויף זייער אידענטיטעט מוזן צומאל טוישן ניקים.
ופשוט הוא.
וכבר היה לעולמים אז אידענטיטעטן זאלן ארויסרינען פאר קבל עם ומלואה און וואס זאל דער באטראפענער טון אויב נישט עפענען א נייע ניק.

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 10:52 pm

· #236162
חכם איינער, אוודאי איז דאס לשיטתי, איינער פון די סיבות פאר שיטתי איז טאקע דער טענה. קען זיין דו האסט מורא אפשר וועט דיין חברותא אין שוהל וויסען אז דו האסט ליב מומע יענטלס וויין. טאקע א שרעקליכער חשש. אבער דאס גיט נישט קיין היתר זאלסט זיך פירען אוממענטשליך צו דיין חבר אויף קאווע שטיבל. איז האסטו א פראבלעם, איך האב מציע געווען א פראקטישע פתרון דערצו וואס נעמט קעיר פון ביידע זייטען פון די בעיה.

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 10:54 pm

· #236163
ביסט הונדערט פראצענט גערעכט מיט דיין צווייטע טענה, לעיקוואד, און דו זאלסט טאקע זען צו אויספאלגן דיין באפעל 🙂
צומאל איז דאס ממש קאמיש ווען דער בעל הבית פון די זעלבע ניקים טענה'ט זיך ארום מיט זיך אליין וד"ל. מענטשן עפענען ניקס זיך אויסצוגעבן אלע סארטן מאדנע משוגעת'ן מיט וועלכע זיי ווילן נישט באשמוצן זייער אייגענעם ניק, און דאס איז א גרויסע עולה לדעתי. זיי זענען גורם מענטשן זאלן פארברענגען איבריג צייט זיך צו טענה'ן מיט זיי, און אויסער דעם פארשמירן זיי דעם פלאץ מיט כל מיני שטותים והבלים, והאחרון הכביד.
ומכאן הקריאה יוצאת, עס איז פארשטענדליך אז א חסידישער יונגערמאן קען זיך נישט ערלויבן צו שרייבן אלעס וואס ער טראכט אונטער זיין אמת'ן נאמען און טראגן אחריות דערויף אין פאבליק (זיי שטיל לעיקוואד!). אבער אזויפיל קען מען פארלאנגען אז דער ניק פון דעם מענטש, דא אין שטיבל, זאל טראגן אלעס וואס דער מענטש שרייבט אונטער זיין אחריות. יעדער מענטש זאל האבן איין ניק און דערמיט זאגן אלעס וואס ער האט צו זאגן. אויב עס "פאסט" נישט פאר דעם ניק צו זאגן עפעס, זאל עס בכלל נישט געזאגט געווארן. (פארשטייט זיך אז אמאל איז דא וואס א מענטש וויל זיך טוישן גענצליך א ניק בקביעות משום גילוי וכדו', דאס איז גאנץ אן אנדער געשיכטע, איך רעד ווען א מענטש איז אקטיוו אין צוויי אדער מער ניקים און ער נוצט יעדע איינע פאר אנדערע, ביליגע, צוועקן).

כוכב » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 10:56 pm

· #236164
@לעיקוואד, אויך מיר אן עצה, דער פאקט איז איינמאל גילוי איז אלעמאל גילוי און זיך מגלה זיין פאר די פריערדיגע קאנטאקטן וועט האבן די זעלבע קאנסעקווענצן.
פאפ דיך נישט, א סוד וואס דריי מענטשן ווייסן איז א סוד אויב צוויי זענען טויט, וויפיל איך פרוביר מקפיד צו זיין אויף גילוי איז לא ימלט סזאל זיך נישט אמאל ארויסגלוטשן. כזאג פאר יעדן קלאר, ווילסט נישט כזאל זאגן ווער דו ביזט דאן זאג מיך נישט.
אלנפאלס, סאיז צייט צו טוישן ניק...

(ווען איך בין געווארן גבאי האט מיר א איד אין ביהמ"ד געוואונטשען מזל טוב, גיי ווייס פון וואו...)

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:02 pm

· #236168
אויב טראסטו מיר נישט גענוג זאלסט קענען רעדן מיט מיר און איך זאל וויסען דיין פריערדיגע ניק, איז בבקשה רעד נישט מיט מיר בכלל. איך האב נישט קיין שום חשק צו שמועסען מיט אזא איינער.

וואס דו זאגטס וועגן א סוד וואס דריי מענטשען ווייסען איז אוודאי ריכטיג, דאס איז אבער דער סיבה פארוואס דער גאנצער קאנצעפט פון איסור גילוי איז לאכעדיג, נישט עס איז א היתר עס זאל זיין א פארום אן דער מידענסטער מענטשליכער טראסט אז איך רעד דא מיט א מענטש וואס שטייט אונטער וואס ער רעדט.

דער מצב אז עס איז נישטא קיין שום סיבה להניח אז ווען עס שרייבט זיך איין א נייער ניק איז ער טאקע א נייע חבר און נישט סתם א נייער נאמען משוגע צו מאכען דער עולם פאר סיי וועלכער צוועק איז נישט נסבל פאר א פארום מיט מענטשען. און דער מנהל בעט נאך מזאל אויפנעמען נייע ניקים שיינערהייט. חחח.. ווייל אין דיין פריערדיגע ניק האסטו זיך געמאכט צונאר איז יעצט ווייל דו האסט א שינוי השם דארף איך מיטאמאל שפילען טעמיש און ערנסט. אוודאי איך שטעל מיך פאר א חלק נייע ניקים זענען טאקע ניי און עס איז א שאד זיי זאלן אויפגענומען ווערן נאר ציניש, אבער דאס איז דאך דער פראבלעם פון א סיסטעם פון שקר אז מפארלירט דאס גאנצע טראסט.

יידל » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:05 pm

· #236170
מיין שאלה איז צו עס למעשה צו נישט? איך קוק אן די טראל סעיף מער ווי א ווארענונג. צום ביישפיל, כ'בין זיכער אז אויב מ'וועט נעמען א אנקעטע ביים ציבור אויף א געוויסער ניק וועלן א רוב זאגן אז יענער איז סתם א טראל. למעשה וואלט איך נישט געוואלט מ'זאל יענעם ווארפן. אבער כ'וואלט יא געקענט באַשטיין מ'זאל יענעם ווייזן דעם סעיף און אים ווארענען, סארי בעטן (זעסט ישמעאל, איך פאלג דיר) ער זאל איינזיצן

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:06 pm

· #236171
יידל, ער איז דאך (אדער מאכט זיך פאר) א טראל, האסט פארגעסן? 😂

יידל » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:10 pm

· #236174
נו נו, איז דען דער סעיף נישט געזאגט געווארן פאר אזא איינעם ווי יענעם?

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:12 pm

· #236177
יידל
נו נו, איז דען דער סעיף נישט געזאגט געווארן פאר אזא איינעם ווי יענעם?

ניין, ס'איז געזאגט געווארן פאר אונז, מ'זאל אויסזאגן פאר די רבי.

יידל » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:19 pm

· #236179
יאיר
יידל
נו נו, איז דען דער סעיף נישט געזאגט געווארן פאר אזא איינעם ווי יענעם?

ניין, ס'איז געזאגט געווארן פאר אונז, מ'זאל אויסזאגן פאר די רבי.

נו, מסירה?! באלד לייג איך ארויף א טעיפ ווי מ'צומאלט די מוסרים.

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:25 pm

· #236183
וואס פארשטייסטו נישט, רבינו האט געטראפן נאך א געלעגנהייט צו משמיע זיין דעת קדשו אז באמת דארף יעדער אויסער ער שרייבן אונטער די אייגענע נאמען וכו', ואין כל חדש תחת השמש.

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:28 pm

· #236184
כוכב
@לעיקוואד, אויך מיר אן עצה, דער פאקט איז איינמאל גילוי איז אלעמאל גילוי און זיך מגלה זיין פאר די פריערדיגע קאנטאקטן וועט האבן די זעלבע קאנסעקווענצן.
פאפ דיך נישט, א סוד וואס דריי מענטשן ווייסן איז א סוד אויב צוויי זענען טויט, וויפיל איך פרוביר מקפיד צו זיין אויף גילוי איז לא ימלט סזאל זיך נישט אמאל ארויסגלוטשן. כזאג פאר יעדן קלאר, ווילסט נישט כזאל זאגן ווער דו ביזט דאן זאג מיך נישט.
אלנפאלס, סאיז צייט צו טוישן ניק...

(ווען איך בין געווארן גבאי האט מיר א איד אין ביהמ"ד געוואונטשען מזל טוב, גיי ווייס פון וואו...)

האסט דאך געהאט דעמאלט דיין עלפטער בן זכר למז"ט.

כוכב » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:28 pm

· #236185
שוין ס'העכסטע צייט לעיקוואד זאל זיך אנהויבן באהאלטן און עפענען א נייע ניק.
אפשר לעיקוואד45...

ביבער » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:31 pm

· #236188
לעיקוואד
אויב טראסטו מיר נישט גענוג זאלסט קענען רעדן מיט מיר און איך זאל וויסען דיין פריערדיגע ניק, איז בבקשה רעד נישט מיט מיר בכלל. איך האב נישט קיין שום חשק צו שמועסען מיט אזא איינער.

וואס דו זאגטס וועגן א סוד וואס דריי מענטשען ווייסען איז אוודאי ריכטיג, דאס איז אבער דער סיבה פארוואס דער גאנצער קאנצעפט פון איסור גילוי איז לאכעדיג, נישט עס איז א היתר עס זאל זיין א פארום אן דער מידענסטער מענטשליכער טראסט אז איך רעד דא מיט א מענטש וואס שטייט אונטער וואס ער רעדט.

דער מצב אז עס איז נישטא קיין שום סיבה להניח אז ווען עס שרייבט זיך איין א נייער ניק איז ער טאקע א נייע חבר און נישט סתם א נייער נאמען משוגע צו מאכען דער עולם פאר סיי וועלכער צוועק איז נישט נסבל פאר א פארום מיט מענטשען. און דער מנהל בעט נאך מזאל אויפנעמען נייע ניקים שיינערהייט. חחח.. ווייל אין דיין פריערדיגע ניק האסטו זיך געמאכט צונאר איז יעצט ווייל דו האסט א שינוי השם דארף איך מיטאמאל שפילען טעמיש און ערנסט. אוודאי איך שטעל מיך פאר א חלק נייע ניקים זענען טאקע ניי און עס איז א שאד זיי זאלן אויפגענומען ווערן נאר ציניש, אבער דאס איז דאך דער פראבלעם פון א סיסטעם פון שקר אז מפארלירט דאס גאנצע טראסט.

נישטא אזא זאך ווי טראסט אין די ווירטואלע וועלט, קוים וואס אין ריעל לייף איז דא, כך למדתי אויף אייגענע עקספיריענס דא אין שטיבל.
זייט איך האב פארברענגט מיט 4 ניקס אין אישית או שפעטער געוואר געווארן אז דאס איז אלעס איינס רעד איך צו יעדן איינעם די זעלבע, אפילו מנהלים, יעדער נייער ניק איז ביי דיפאולט יענער ניק יונטיל פראווען דיפפערענט. אחוץ געוויסע איינצעלנע וואס זייער יוניקנעס איז אוממעגליך נאכצומאכן. (גראדע יענער ניק איז אויך יוניק ווען ער בלייבט וועט מיט איינס...)

אחד העם » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:34 pm

· #236191
בנוגע דעם גאנצען סוגיא פון אלט-נייע ניקים, כהאב אמאל גערעדט מיט א חבר פון ק"ש, און ער גיבט מיר אזוי א פרעג ביסטו נישט פערצאפעל דער און דער ניק, עס איז געווען בראשית ימי, איך האב זיך געשפירט מוראדגי בעוולה'ט, איך האב געשריבען א זאך וואס איך טראכט, וואס כהאב אזוי געהאלטען, און דא באקום אזא אויפנאמע גיי דיר די, ביסט דאך דער אלטער ניק, סהאט ביי מיר אוועק גענומען די גאנצע אפעטיט און חשק פון שרייבען, און די קוראזש פון זאגען א דיעה, ווייל אז דאס האט ער מיר געזאגט ברמיזה ווער ווייסט וואס אנדערע טראכטען מיט א זיכערקייט אז איך בין, און מיט וואס פאר א תגובה מער, וועל איך ווערן מער און מער צונער, ווייל איך בין דאך אפיציעל דער אנדערער ניק, אבער כמובן מאליו איז די עצה נישט אז מען זאל אויפנעמען יעדע נייע ניק שיין, און אויב עס איז דא גוטע חששות אז ער איז א אלטע ניק זאל מען דאס זאגען בפרהסיה, ווייל די מאכט חרוב די גאנצע עסק דא,אויף יענעם חבר האב איך קיין טענות נישט, איך בין בייז אויף די וואס האבען צוויי ניקים און פאר הארגענען די גאנצע זאך, און עס ברענגט אז מען זאל חושד זיין מענטשען פאר גארנישט, און דער שטיבעל האט זיך פארמעלירט צו זיין א פלאץ וואס דער ציל איז אויפדעקן שלייערען, און שולדיג זענען די וואס האבען די צוויי ניקס, און נישט די וואס זענען מוחה אויף דעם.

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:37 pm

· #236196
יאיר

אנכי שומע אמרי אל
אלוהי המוסר והערכים
נאום יודע דעת עליון
לעבדו בהרבה דרכים

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:39 pm

· #236198
עיין שם בהערה דלמטה ותמצא נחת.

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:41 pm

· #236199
פישל'ע העררינג

דו האסט נישט געעפנט דעם אשכול, און דו ביזט דער וואס האסט עס ארויסגענומען פון קאנטעקסט. מיין ווערטל איז א פראוו צו פארשטיין פארוואס א סטופיד סעיף קטן מוז ווערן א עגל מפוטם מיט שיטה'ס און פיליזאפיעס.

דאכציך איך האב גאנץ גוט באריכות מסביר געווען פארוואס און וואס איך וויל. אויב איז עס אייך נישט מובן דאן ביטע פרעגט איבער וועלכע חלק (אבער פליז מיט אייער נארמאלער ניק, נישט דער ניק המיוחד לעניני קאווע בלעטער). אייער הערה איז סתם לגופו של ניק און גיט גארנישט צו צו'ם שמועס, נישט פון פותח האשכול און נישט פון מיינע הערות.

דריידל » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:46 pm

· #236200
די פרישע תקנות ואיסורים דארפן אריינגעשטעלט ווערן אין אכשר דרא אשכול

לעיקוואד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:00 am

· #236202
הער איך, יידל האט אויך גע'טענה'ט ענליך, איך האף מסתם וועט מיין מחאה גענוג זיין עס זאל נישט באנוצט ווערן דער כלל לרע סתם ווען איינער געפעלט נישט. נישט אלעס לוינט זיך מגדיר זיין. מיין רבי פלעגט זאגע אויך יעדער ספר כללים דארף מען צושרייבען "מיט שכל".

אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:21 am

· #236204
איך ווייס נישט וואס די געפילדער איז דא. איך בין אויך א גאר שטארקער פרידאם אוף ספיטש קעמפער און שארף קעגן צענזור און שאריע געזעץ. ס'איז אבער א קנאפע סוד אז ס'דרייען זיך צווישן אונז ערשט-קלאסיגע טראלס וואס זענען געלערענטע עקספערטן אין די פעלד פון אשכולות פארדרייאכטס און נערווען-קריכן געמויזאכטס. ערגער דערפון, די יעניגע, וואס כ'וועל נישט נוקב בשמם זיין מפני דרכי שלום, זענען אזעלכע וואס מפני איזה סיבה שיהיה פארשטייען נישט — נישט בלויז נישט אויפ'ן ווינק, נאר אפילו נאך א מנין ווארענונגען.
קיינער איז נישט מחיוב צו ליידן וויבאלד דא הערשט פרייהייט פון אויסדריק, און קאווע שטיבל איז נישט קיין פלאטפארם פאר אומסטאבילע פאציענטן. די גאנצע וויכוח דא דערמאנט מיך פון יענער וואס האט פארפירט אז אמעריקע איז נישט קיין דעמאקראטישער לאנד וויבאלד די געזעץ לאזט נישט מארדן און באלעסטיגן.

לעיקוואד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:28 am

· #236206
אפטעמיסט
ס'איז אבער א קנאפע סוד אז ס'דרייען זיך צווישן אונז ערשט-קלאסיגע טראלס וואס זענען געלערענטע עקספערטן אין די פעלד פון אשכולות פארדרייאכטס און נערווען-קריכן געמויזאכטס. .

איך האב נישט געוואוסט פון דער סוד. איך זעה נישט עס זאל זיין דא אקטיוו ניקים וואס פארדרייען אזוי אז דער פורום זאל נישט קענען נארמאל אנגיין. איך פארשטיי אז דער הייסט ביי דער א קאפדרייער און ביי דער צווייטער גאר פארקערט, איך האב זיך אויך מיינע פערעזענליכע מיינונגען ווער דרייט א קאפ און ווער רעדט צו'ם ענין, איך זעה דאס אבער נישט פאר א סיבה אז איינער זאל זיין א טראל מען זאל עם אויסשפארען. ועל זה הערתי. ויפה השיב קעלנער מטעם ההנהלה, און איך האף מען טוהט מיט שכל.

קינד_אן_קייט » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:44 am

· #236212
@לעיקוואוד, כ׳בין לגמרי מסכים מיט דיר לגבי דער ענין פון ניק׳ס, אבער דער שאדן וואס א ״טראלל״ מאכט אן איז פיל ערגער, לדעתי.

דער גענויער גדר איז אפשר אביסל אומקלאר, אבער לפע״ד דארף דער דעצירנדער פאקטאר זיין באזירט אויפ׳ן פאקט צו דער באטרעפנדער איז מוסיף דברים של טעם צום שמועס אדער זוכט ער בלויז צו פארדרייען א קאפ.

למשל (אנטשולדיגט פאר׳ן נעמען דעם שמועס אין א פערזענליכ׳ן ריכטונג, כ׳מיין נאר לשבר את האוזן און נישט חלילה צו באליידיגן), קאפקע איז לדעתי אן אינטעלעגענטער טראלל, ער איז קענטליך באהאווענט במילי דעלמא אבער פארט איז גאר שווער צו האבן מיט אים א נארמאלער שמועס, ער ריכטעט און פרובירט כמעט איבעראל אריין צו קוועטשן זיין איינזייטיגיע אגענדע, דרייט אן ויכוחים אבער ווערט נעלם ווען מ׳ענטפערט דברים של טעם.

געווענליך, וועלן זיינע פעולות אראפ פירן א אשכול׳ס נושא פון די שינעס, אבער שוין מילא, כ׳קען אים סובל זיין און איגנארירן בדרך כלל (וואו נישט וואו, גיבט ער צו צום פארום בכלליות).

ווידעראום, אזא ניק ווי זוכער זוכט סתם צו האקן אין קאפ און איז ווי אויף א לבנה קריכער מיסיע אויסצושרייען ז׳ פעמים (קהל וחזן): ״משה אמת ותורתו אמת!״, ער ברענגט נישט קיין פרישע סברות און מ׳טרעפט אים שווער אין אנדערע נושאים (עכ״פ לעצטענ׳ס).

ער באגענוגט זיך נישט בלויז מיט׳ן ערקלערן זיין מיינונג (זעלטן בטוב טעם ודעת) נאר איז מעלה גרה און חזר׳ט איבער להכעיס די זעלבע טענה נאכאמאל און נאכאמאל ביז א נארמאלער נושא ווערט פארוואנדלט אין פירקלעריי און א קינדער שפיל.

דאס איז א ריכטיגער טראלל וואס איז גורם אז אשכולות זאלן ווערן לאנגווייליג און דער ניווא פון ערנסטע און געשמאקע שמועסן זאלן ווערן פארוואנדלט צו צימעס סטייל דברים בטלים.

דער ציל פון א פארום ווי ק״ש איז אז ס׳זאל זיין א געשמאקער מקום ווי מ׳קען זיך דורכשמועסן בדיבוק חברים פארשידנארטיגע, געמיינזאמע און אויך קעגנזייטיגע ענינים. ממילא ווען ס׳רוקט זיך אן איינער וואס האקט כסדר אריין מיט די זעלבע טענה אן דעם וואס ער זאל צוגעבן עפעס ניי אדער זאכליך צום שמועס, ווערט דאס א לעכערליכער שפיל פון ״דו זאגסט אזוי, זאג איך פארקערט״, און ס׳פארגייט דאס אפעטיט ממשיך צו זיין און ס׳שפירט מער ווי צייט פארשווענדעניש.

•

נ.ב. מנהלים, אויב איז דאס נוקב זיין בשמם פון די ניק׳ס לדוגמא נישט אויסגעהאלטן, ביטע אויסמעקן און ערזעצן מיט סימנים כגון: *-*- וכו׳.

שמערל » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:35 am

· #236266
וואס איך פארשטיי נישט, איז וואס פארפירט מען אזוי קעגן טראלס ווען אין פאקט איז דעם טראלס אשכול געווען די מערסטע אקטיוו די וואך, און אפילו מצליח געווען אויפצולעבן ניקס וואס האבן זיך שוין זיך שוין נישט באוויזן דא א שטאק מיט יארן, ווי יודל יואליש וכו' און אפילו בענזשעמין האט אריינגעשמעקט, און נאכדעם האט מען טענות אז א טראל מאכט חרוב דעם פארום?

אדער אפשר קען זיין אז די וועג פון קאמיונעקירן מיט א טראל, איז נאר מיטן זיך איינשרייבן מיטן אלטן ניק, נו אויב אזוי איז דאך די תקנה יא גערעכט, זיי מבטל די טראלס וועט מען זען ווייניגער מענטשען מיט מאלטיפאל ניקס.

ברסלבער » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:43 am

· #236297
איך בין אמאל געגאנגען צו א היימישע סטאר צוריק געבן עפעס, עס איז נישט געווען די גוטע סייז. ווען איך קום אריין זעה איך א גרויסע סיין "נאו ריטורנס". איך האב פרובירט מיין מזל און געפרעגט דעם געשעפטס מאן אויב איך קען עס צוריק געבן, זאגט ער זייער גערן פארוואס נישט. ווייז איך אים דעם סיין, זאגט ער מיר אז דאס איז געמאכט נאר פאר די יענטעס וואס קומען צוריק געבן זאכן ערב ובוקר וצהרים, זאלן זיי טראכטן צוויי מאל פאר זיי קויפן עפעס.
לענינינו, איך גלייב נישט אז די נייע תקנות וועלן זיך בכלל אנזעהן דא אין שטיבל. די ביז יעצטיגע תקנות קען מען אויך אנקוקן אז עס איז צי שארף, למעשה אבער ווערט דאס בכלל נישט אזוי שטרענג אינפארסירט, און ווען יא, איז עס געווענליך מיט רעכט, וואס יעדער רעכטדענקיגער מענטש וואלט מסכים געווען דערצו. די נייע תקנות וועלן מסתמא אויך גיין אויף דעם וועג.
ווען מען האנדעלט מיט א מענטש וואס דארף טאקע באהאנדלט ווערן, וועט ער אייביג האבן תירוצים אז ער האט נישט עובר אויף די תקנות, מוז מען אלעס ארויס שרייבן ברחל בתך הקטנה. אנשטאט רחמנות האבן אויף דעם איינעם, דארף מען ענדערש רחמנות האבן אויף אלע אנדערע וואס ליידן פון אים.

ישראל קאפקע » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:12 pm

· #236369
קינד_אן_קייט
@לעיקוואוד, כ׳בין לגמרי מסכים מיט דיר לגבי דער ענין פון ניק׳ס, אבער דער שאדן וואס א ״טראלל״ מאכט אן איז פיל ערגער, לדעתי.

דער גענויער גדר איז אפשר אביסל אומקלאר, אבער לפע״ד דארף דער דעצירנדער פאקטאר זיין באזירט אויפ׳ן פאקט צו דער באטרעפנדער איז מוסיף דברים של טעם צום שמועס אדער זוכט ער בלויז צו פארדרייען א קאפ.

למשל (אנטשולדיגט פאר׳ן נעמען דעם שמועס אין א פערזענליכ׳ן ריכטונג, כ׳מיין נאר לשבר את האוזן און נישט חלילה צו באליידיגן), קאפקע איז לדעתי אן אינטעלעגענטער טראלל, ער איז קענטליך באהאווענט במילי דעלמא אבער פארט איז גאר שווער צו האבן מיט אים א נארמאלער שמועס, ער ריכטעט און פרובירט כמעט איבעראל אריין צו קוועטשן זיין איינזייטיגיע אגענדע, דרייט אן ויכוחים אבער ווערט נעלם ווען מ׳ענטפערט דברים של טעם.

געווענליך, וועלן זיינע פעולות אראפ פירן א אשכול׳ס נושא פון די שינעס, אבער שוין מילא, כ׳קען אים סובל זיין און איגנארירן בדרך כלל (וואו נישט וואו, גיבט ער צו צום פארום בכלליות).

איך שפיר זיך אביסל אפגעפאטשט,
איך פרוביר אלץ צו רעדן מיט לאגיק, איך ברענג געווענליך קוועלער צו מיינע ארגומענטן, איך אדרעסיר מיין אפאנענט מיט רעספעקט געווענליך, און איך זע נישט וואו איך ווער נעלם ווען איינער ענטפערט מיר דברים של טעם,

האלטן רוב ליינער דא אויף קאווע שטיבל אזוי? 😞

אז איך האב, און איך פארטיידיג, מיינע קאנסענטינג שיטות מאכט דאס מיר א טראלל?

(נישט אז קינד_און_קייט מעג נישט האלטן (און שרייבן) אזוי, נאר איך שפיר אביסל אנטוישט, ווייל איך פרוביר צו זיין ציוויל, זאכליך און שכלדיג, קוקט מען מיר טאקע אן ווי @קינד שרייבט?)

אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:25 pm

· #236377
ניין. נישט יעדער האלט ווי קינד און קייט, עכ"פ איך נישט — און דאס איז טראצדעם וואס איך שטום נישט צו מיט דיינע שיטות געווענליך.
מעגסט נעמען א קאמפלימענט, יא, דו רעדטס טאקע נארמאל מיט לאגיק און דיין אנוועזענהייט דא איז באגריסענד. ווען איך האב גערעדט וועגן טראללס פריער אין אשכול האב איך גראדע געמיינט א ניק וואס מאכט זיכער דיר צו אטאקירן וואו אימער אן קיין שום פשט. והמבין יבין.

יואב » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:52 pm

· #236386
כאפטע ועוד. אויב קאפקע איז א טראל דאן זאל נישט עקזיסטירן א תקנה דערקעגן. ער איז א קנאי, ער האלט זיך פעסט צו זיינע פרינציפן און ער איז בארעכטיגט דערצו. ער ביישטייערט א סך חומר צום שטיבל, און ס'וואלט זיך געפאסט אז הרב קינד_אן_קייט זאל אים מפייס זיין.

ישראל קאפקע » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:01 pm

· #236393
@אפטעמיסט און @יואב
א דאנק,

@יואב, מיין פראבלעם איז נישט מיט וואס @קינד האט געזאגט, ער מעג האלטן וויאזוי ער וויל, (ספעציעל ווען עס איז נישט 'נאר' קריטיק, לשם קריטיק), עס האט מיר נאר געשטערט ווייל איך האב חושש געווען אז דער דורכשניטליכער ק''ש ליינער האלט אויך אזוי, אינדערצייט וואס איך פרוביר דווקא צו רעדן זאכליך און לאגיש,

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:26 pm

· #236405
ישראל קאפקע
ווייל איך האב חושש געווען אז דער דורכשניטליכער ק''ש ליינער האלט אויך אזוי


אבסעלוטלי נישט. ביסט א פיינער געשמאקער שרייבער מיט גוטע חומר, אן אינטעליגענטער פערזאן וואס גיט אסאך צו צום שטיבל, ודלא כקינד_אן_קייט, און דיין שיטה איז נישט משנה. ס'טע געהערט אזוינס, מחללי שבתות און אפיקורסים טאלערירט מען שוין דא מער...

ישמעאל הכהן » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 6:30 pm

· #236443
קאפקע, איך מיין אנשטאט טראל וואלט קינד און קייט אפשר געמיינט אדער געמעגט ענדערש נוצן דאס ווארט 'סטאבארען', דו קומסט אקראס זייער שטייף מיט דיינע שיטות ווי איינער וואס וויל באמת נישט טוישן אדער נאכגעבן אן אינטש. נישט ווי איינער וואס איז אפען צו הערן אנדערע 'פאקטן' וואס וועט נישט שטימען מיט זיינע שוין אפגעמאכטע מיינונג. אבער ווי אנדערע האבן שוין געזאגט ביזטו אן עססעט דא. אינטעלעקטועלע היסטאריקער ידען רואיגער בכבוד'גער רעספעקטפולער בניחות'דיגער קוואל. קיפיטאפ...

petergrifin » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 12:35 am

· #236523
איך בין אײן קאפקע!!

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 12:46 am

· #236524
petergrifin
איך בין אײן קאפקע!!

😛 😛

כוכב » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 8:33 am

· #236538
לדעתי לדעתי נישט נאר וואס קאפקע איז א חשוב'ער רעספעקטירטער ניק (הגם איך קען נישט סובל זיין ווען מפרובירט צו נעמען קנאות וואס איז א ריין תורהדיגע פערספעקטיוו און מפרובירט צו מעייל זיין פולא בקופא דמחתא אז ס'זאל שטימען פאליטיש אויך און פאר דעם פארטיידיגט מען זשיהאדיסטישע אידעאלן און אנדערע אומבארעכטיגטע פרינציפאלן פון די מוסלומענער וועלט) אבער אפילו @ זוכער איז נישט די ריכטיגע אפטייטש פון א טראל.
פאר איינעם וואס רעכנט עוואלוציע פאר כפירה איז אויטאמאטיש אז ער וועט דאס באקעמפן בכל כוחו נימי לבבו ונפשו.
אויך איז ער נישט אזוי באהאוונט אין דרכי וויכוח, עכ"פ לויט די קאווע שטיבל קולטור ווי וואסעריגע ארגומענטן ווערן נישט טאלערירט עס זאל זיין דבריו נשמעים.
אבער סוף כל סוף מיינט ער נישט קיין שלעכטס.
א טראלישע תגובה איז דאס וואס סקאטש טעיפ שרייבט אין דעם זומער און ווינטער אשכול אז זומער איז בעסער ווייל דעמאלט גייען די פרויען מיט שווארצע טייטס...
דער פינטעל איד און נאר פריילעך זענען די ריכטיגע ביישפילן פאר טראלס, די הנהלה האט זיי ביידע אויסגעשלאסן, און אויך מנשה קען זיין א טראל ווען עס קומט צו זיינע זאכן.
בדחן איז געווען א היבשע טראל.
אין מאחורי איז אמאל געווען א טראל איך געדענק נישט זיין נאמען, ער האט געהאט א פעטיש צו גנב'ען אונטערוועש ביי יענעם אינדערהיים...
עטמייבעסט למשל איז די epitome פון טראלס.
הכלל סדא גענוג טראלן און ממוז נישט נוצן אלס ביישפיל ניקים וואס פרובירן פארשטעלן אינטעלעגענץ און זענען נישטא צו טרעטן אויף די הינער אויג.

zurich » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 4:10 pm

· #236718
OK ווער איז נעקסט אין די רייע אויסצופראקן?
חברה נישט כאפן ס'דא געניג

ביבער » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 6:29 pm

· #236772
כוכב דו האסט נישט ארויס וואס א טראל איז. א טראל איז 'איינער וואס נוצט די אינטערנעט צו שטערן די מנוחה פון אנדערע'. אפילו ער האט דערביי גוטע כוונות.

ס'דא צענדליגער סימפטאמען פון א טראל אסאך מאל דארף מען זיין היפש געריבן צו קענען דייעגנאזן איינעם אלס א טראל, אבער נישט ביי @זוכער, זיינע סימפטאמען שרייען ארויס פון יעדע תגובה 'איך בין א טראל!'. דא האסטו עטליכע משלים.
1. ער איז מקפיד כמעט אין יעדע תגובה אפצולאכן און אראפרייסן די וואס פארשטייען נישט אזוי ווי אים.
2. ער האלט אין איין ענטפערן שלא מן השאלה.
3. ער לייגט אריין ווערטער אין יענעמ'ס מויל.
4. ער וועט אלס בלייבן מיטן לעצטן ווארט אפילו ער וועט וועגן דארפן איבערזאגן די זעלבע זאך עטליכע מאל.

דעס און נאך זענען זייער קלארע סימפטאמען פון א טראל, קען זיין ער מיינט לש"ש, קען זיין ער וויל אויפטוען, אבער א טראל איז ער.