קול נהי נשמע מציון
46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7595
קול נהי נשמע מציון
אלִי צִיּוֹן וְעָרֶיהָ, כְּמוֹ אִשָּׁה בְּצִירֶיהָ,..... אוי אוי אוי אוי........
ועַל דָּמָם אֲשֶׁר שֻׁפַּךְ כְּמוֹ מֵימֵי יְאוֹרֶיהָ עֲלֵי הֶגְיוֹן מְחוֹלֶיהָ, אֲשֶׁר דָּמַם בְּעָרֶיה
קול נהי מציון, די שוידערליכע בשורה מיט וואס כלל ישראל איז היינט צופרי אויפגעשטאנען, ציטערט אויף יעדע אידיש הארץ, דאס הארץ טראפ בלוט פון צער און ווייטאג, דאס הייסע קאכעדיגע בלוט פון די 5 קדושים אשר מזהירים כזוהר רקיע, שטייט אונז פאר די אויגן, און פון יעדע אידיש הארטץ רייסט זיך ארויס א גלות קרעכטס, או טאטע ווי לאנג נאך? עד מתי עזך בשבי? ווי לאנג נאך וועט אידיש בלוט זיין הפקר? ווי לאנג וועלן מיר דארפן זעהן די פחדים'דיגע בילדער, ווי טייערע אידן ליגן אין קאלודזשעס בלוט, מעוטף בטלית ותפילין, באשעפער עס איז שוין כלו כל הקיצין ומדוע בן דוד עדיין לא בא?
מיר גלייבן אין די הייליגע נבואה פון משה רבינו וואס האט אונז קלאר געזאגט הַרְנִינוּ גוֹיִם עַמּוֹ כִּי דַם-עֲבָדָיו יִקּוֹם וְנָקָם יָשִׁיב לְצָרָיו וְכִפֶּר אַדְמָתוֹ עַמּוֹ. אז דער קל קנא נוקם וועט נקמה נעמען אין די פארגאסענע אידיש בלוט, און עס וועט נישט נעמען נאך צו לאנג, און דעם אייבישטענס לאנגע נקמה האנד וועט דערגרייכען די אלע רוצחים וואס פארגיסן אידיש בלוט, מיר בעטן נאר אז עס זאל זיין נקום לעינינו נקמת דם עבידך השפוך, מיר זאל האבן די זכיה צו זעהן דער נקמה פון השי''ת מיט אונזער אויגן במהרה.
אבער פון די זעלבע צייט דארפן מיך זיך גוט מתבונן זיין וואס עס ברענגט צו די אלע הריגות, לייגט זיך עס דען נישט אויפן שכל אז דאס וואס דער ראש ממשלת הכופרים בנימין נתניהו ימ''ש, האט פראקאלאמירט אז ער גייט וויטער בויען זידלונגען אויפן מעריב ברעג, און קיינער וועט אים נישט אפהאלטן אריינגערעכענט מדינות ישראל'ס בעסטע פריינד דער פאראייניגטע שטאטען, האט צוגעברענגט די דאזיגער בלוט באד?
לייגט זיך דען נישט אויפן שכל אז דאס וואס די צודרייטע מיליטאנטען גייען ארויף אויפן הר הבית, אן קיין שום סיבה, בלויז צו פראקאלאמירן לאומיות, און די אראבער האלטן עס נישט אויס, און שווערן זיך ביי זייער נביא מחמד, אז זיי גייען נקמה נעמען, האט צוגעברענגט דעם בלוט באד?
עס איז שוין די העכסטע צייט אז גאנץ כלל ישראל זאל אנערקענן דעם גזירות הגלות, און זיך אויפהערן רייצן מיט די אראבער, און פראבירן צו לעבן מיט זיי בהכנעה, אזוי ווי אונזער זיידע יעקב האט געלעבט מיט אונזער פעטער עשיו, און אין דעם זכות זאל מיר זוכה זיין אז לא ישמע עוד שוד ושבר בגבילנו, און הערן דעם קול שופר של משיח, וואס דאן וועט מקיים ווערן ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשיו, והיתה לה' המלוכה......
מיר זענען נישט אין הימל, ס'קען גאר אפשר זיין אז דיינע צימעסן א גאנצן טאג און חוזק מאכן פון רבנים מיט וועם דו פירסט מחלוקת האט דאס אלעס צוגעברענגט. טו דו תשובה, קוק שוין נישט אויף יענעם.
ישמעאל הכהןמיר זענען נישט אין הימל, ס'קען גאר אפשר זיין אז דיינע צימעסן א גאנצן טאג און חוזק מאכן פון רבנים מיט וועם דו פירסט מחלוקת האט דאס אלעס צוגעברענגט. טו דו תשובה, קוק שוין נישט אויף יענעם.
שכוח ר' ישמאל הכהן פאר דיינע ווארימע דברי מוסר..... שכוח נאכאמאהל..... מיר זענען מקבל....ברוך שמסר עולמו לשומרים.....
אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז קרית יואל ווילידש באאמטע גייען ווייטער אן מיט זייער נידריגע פלענער פון זיך אויסצושפרייטן אין פרישע זידלונגען, טראץ די פרעכע און שעדליכע התגרות באומות וואס דאס טראגט מיט זיך.
"עס איז שוין די העכסטע צייט אז יהדות מאנרא זאל אנערקענן דעם גזירות הגלות, און זיך אויפהערן רייצן מיט די שכנים וועלכע וואוינען שוין דארט נאך בעפאר דער ויואל משה איז געשריבן געווארן, און פראבירן צו לעבן מיט זיי בהכנעה אזוי ווי אונזער זיידע יעקב האט געלעבט מיט אונזער פעטער עשיו. און אין דעם זכות זאל מיר זוכה זיין אז לא ישמע עוד שוד ושבר בגבילנו, און הערן דעם קול שופר של משיח, וואס דאן וועט מקיים ווערן ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשיו, והיתה לה' המלוכה...."
יואבאין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז קרית יואל ווילידש באאמטע גייען ווייטער אן מיט זייער נידריגע פלענער פון זיך אויסצושפרייטן אין פרישע זידלונגען, טראץ די פרעכע און שעדליכע התגרות באומות וואס דאס טראגט מיט זיך.
"עס איז שוין די העכסטע צייט אז יהדות מאנרא זאל אנערקענן דעם גזירות הגלות, און זיך אויפהערן רייצן מיט די שכנים וועלכע וואוינען שוין דארט נאך בעפאר דער ויואל משה איז געשריבן געווארן, און פראבירן צו לעבן מיט זיי בהכנעה אזוי ווי אונזער זיידע יעקב האט געלעבט מיט אונזער פעטער עשיו. און אין דעם זכות זאל מיר זוכה זיין אז לא ישמע עוד שוד ושבר בגבילנו, און הערן דעם קול שופר של משיח, וואס דאן וועט מקיים ווערן ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשיו, והיתה לה' המלוכה...."
הוא אשר דברתי.... איך דארף תשיבה טוהן ווייל איך שרייב נישט אויף הגז''ל מיט זיין פארטיי אקאראשט ווי עס איז דער ווילן פונעם כהן גדול מיט זיין בעק-אפ דער פעלדמארשאל ר' יואב..... אבער זיי??????? ווי אזוי האט יענער געזינגען? הא לן והא להו.... איך מעג און די טארסט נישט.....פארוואס? גזירות הכתוב..... נישטא ווער עס זאל לאכן..... נישט בחינם האט הרב דאמב ז''ל געזאגט אויף די באשעפענישען דמתקיריא זאלונים אז זיי זענען א עם בפני עצמו....
אבער אפשר וואלט ווען געווען כדי צו בלייבן ביי די נושא פון די צום טויט געשטאכענע קדושים? ניין?
קאך_לעפליואבאין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז קרית יואל ווילידש באאמטע גייען ווייטער אן מיט זייער נידריגע פלענער פון זיך אויסצושפרייטן אין פרישע זידלונגען, טראץ די פרעכע און שעדליכע התגרות באומות וואס דאס טראגט מיט זיך.
"עס איז שוין די העכסטע צייט אז יהדות מאנרא זאל אנערקענן דעם גזירות הגלות, און זיך אויפהערן רייצן מיט די שכנים וועלכע וואוינען שוין דארט נאך בעפאר דער ויואל משה איז געשריבן געווארן, און פראבירן צו לעבן מיט זיי בהכנעה אזוי ווי אונזער זיידע יעקב האט געלעבט מיט אונזער פעטער עשיו. און אין דעם זכות זאל מיר זוכה זיין אז לא ישמע עוד שוד ושבר בגבילנו, און הערן דעם קול שופר של משיח, וואס דאן וועט מקיים ווערן ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשיו, והיתה לה' המלוכה...."
הוא אשר דברתי.... איך דארף תשיבה טוהן ווייל איך שרייב נישט אויף הגז''ל מיט זיין פארטיי אקאראשט ווי עס איז דער ווילן פונעם כהן גדול מיט זיין בעק-אפ דער פעלדמארשאל ר' יואב..... אבער זיי??????? ווי אזוי האט יענער געזינגען? הא לן והא להו.... איך מעג און די טארסט נישט.....פארוואס? גזירות הכתוב..... נישטא ווער עס זאל לאכן..... נישט בחינם האט הרב דאמב ז''ל געזאגט אויף די באשעפענישען דמתקיריא זאלונים אז זיי זענען א עם בפני עצמו....
אבער אפשר וואלט ווען געווען כדי צו בלייבן ביי די נושא פון די צום טויט געשטאכענע קדושים? ניין?
זאלונים, דאמב, תשובה טון און וואס נאך? כ'האב קיין אהנונג וואס און פארוואס דו דערמאנסט מיין נאמען צווישן א תגובה וואס האט גארנישט צו טאן מיט זידלונגען וועלכע שאפן א שרעקליכע התגרות באומות - - זאל זיין אין ישראל צו אמעריקע.
קרית יואל איז נישט קיין אייגענע רעגירונג זענען אונטערגעווארפן אונטערן עול הגוי און זיי טוען עס נישט מכח א רעגירונג זיי בעטן ביים גוי זאל זיי לאזן משא"כ בא"י והבן
@קאך לעפל,
די זידלונגען אין די מערב ברעג איז נישט אורזאך יעצט, דיין אנדערע סיבה וואס דו ברענגסט ארויף, די קאטראווערסיע/פראוואקאציע אויפן הר הבית איז קלאר דאס וואס היצט אזוי אן די פאלעסטינער, די לעצטע שטייג פון טעראר אטאקעס 'אין ירושלים' האט זיך אנגעפאנגען מיט די אטענטאט פארזוך אויף 'דער' אקטיוויסט פאר אידישע רעכטן אויפן הר הבית, איבער די גאנצע אראבישע וועלט פאלגט מען נאך די אנטוויקלונגען איבערן הר הבית, יעדע אראבישע און מוסלעמענער פירער אין מיטל מזרח האט שוין פארדאמט/מוחה געווען איבער וואס זיי זעען אלס א מדינת ישראל מאכט פארכאפונג אויפן הר הבית,
פאר די וואס טענהן אז עס האט גארנישט צו טון מיט וואס מדינת ישראל טוט, נאר מיט די פאלעסטינער-אראבישע רציחה אינסטיקטן, וויל איך אנווייזן אז אין די יארן 2009-2013 זענען דורכן גאנצן יאר אומגעקומען ווייניגער ווי 13 איזראעליס פער יאר, אין קאנטראסט איז אין די לעצטע זעקס וואכן אליין שוין אומגעקומען מער אידן פון פאלעסטינער טעראר ווי דורכאויס די גאנצע יאר, אין די יארן 2009-2013 (און איך רעד נישט פון די זעכציג זיבעציג אידישע פאטאליטעטן אין די לעצטע עזה קריג), סאו וואס האט פלוצלינג פאסירט? זענען די פאלעסטינער פלוצלינג געווארן 'מער אינסטינקטיוו אראביש' דעם יאר?
נ.ב. די אויבנדערמאנטע איז נאר געשריבן פאר די וואס פארשטייען א חילוק צווישן אן 'אורזאך' און א 'בארעכטיגונג' (ח''ו), צו די וואס פארשטייען נישט די חילוק וויל איך שוין זאגן אז איך צו צוריק פון יעדן ווארט וואס איך האב געשריבן, און איך בעט אייך מחילה אויף די צער וואס איך האב אייך זיכער פאראורזאכט/בארעכטיגט, מיין ציל איז נישט געווען אייך צו פאראורזאכן/בארעכטיגן מער צער ווי איר (ווי מיר) האט שוין געהאט פון די בלוט פארגליווערענדע מארדן היינט צופרי אין ירושלים עיר הקודש.
גאנצלקרית יואל איז נישט קיין אייגענע רעגירונג זענען אונטערגעווארפן אונטערן עול הגוי און זיי טוען עס נישט מכח א רעגירונג זיי בעטן ביים גוי זאל זיי לאזן משא"כ בא"י והבן
זיי 'בעטן'...
ס'האט זיך.אנגעהויבען מיט די דריי בחורים. גארנישט מיט הר הבית.
התגרות באומות, אין די גמרא שטייט אומות מתגרות זו בזו.
וואס האבען אונזערע היימישע אידען מיט די גוים וואס פירען די מדינה?
איך האב געליינט ערגעץ אז דער רוצח אליין האט געזאגט אז דאס איז א נקמה פאר'ן כלומר'שט הרג'ענען אן אראבישער באס דרייווער.
איחוד פעלדס'האט זיך.אנגעהויבען מיט די דריי בחורים. גארנישט מיט הר הבית.
התגרות באומות, אין די גמרא שטייט אומות מתגרות זו בזו.
וואס האבען אונזערע היימישע אידען מיט די גוים וואס פירען די מדינה?
די לעצטע חודש פון טעראר אטאקעס זאגט אנדערש ווי דיר,
וועלכע גוים פירן די מדינה? (לכאורה רעדן מיר ביידע פון מדינת ישראל, ריכטיג?) די מדינה וואס איז נישט גרייט צו שליסן א שלום אפמאך מיט זייערע שכינים אין די געביטן וואס זיי אקופירן, ביז זיי אנערקענען די אקופירנדע לאנד אלס ''אידישע'' לאנד, סאו איך פארשטיי בכלל נישט דיין שאלה,
אבער ווי איך זאג שוין פריער האט די לעצטיגע אויפפלאקערונג מיט די אקטיוויטעטן פון רעליגיעזע הר הבית אקטיוויסטן, וואס דאס קען אפשר זיין די דירעקטן אורזאך פארוואס זיי האבן אויסגעקליבן א אידישע געבעט הויז, איך געדענק נישט לעצטנס זאל זיין א פאלעסטינער טעראר אטאקע ספעציפיש אויף א בית המדרש.
האסט פארגעסן די שחיטה אין מכרז הרב?
א פארוואכן צירוק איז געווען אין די נייעס א אבו מאזון האט אפען זיך אויסגעדריקט סימפאטיע צו דער טעראריסט וואס איז אריין געפארן מיט זיין אוטו אין די באן אין ירושלים. די עיקר סיבה פארוואס ער האט דאס געטון, איז געווען וועגן די רעדע פינעם ראש הכופרים ווי ער האט פראקאלאמירט אז ער גייט ווייטער בויען זידלונגען אינם מערב ברעג, ביידע סיבות זענען וואר, די נתניהו רעדע בנוגע די זידלונגען אינעם מערב ברעג, ווי אויך די בארדערייען פון די משוגענע עקסטעמיסטן אויפן הר הבית, דער מצב ווערט נאר ערגער און ערגער, וואס האט אויף געטון די מלחמה אין עזה? עס פליען מער נישט קיין קאסאם'ס? אמת, אבער די נייע צרה פון שטעכערייען אין די גאסן איז פול פול ארגער, עס כאפט א ממש א פחד וואס דא וועט זיך אויסלאזען.
@קאך לעפל
די שחיטה אין ישיבת מרכז הרב איז פארגעקומען מערץ 2008.
פון א ריין ליבעראלע שטאנדפונקט איז דער "הר הבית נושא" א פשוט'ע פארלעצונג פון פרייהייט, פרייהייט פון רעליגיעזע פראקטעצירונג, פרייהייט פון אויסדרוק. איך וויל וויסן, וואלט אמעריקע אויפגעגעבן אין פרינציפ אן אונס פרייהייט צו עקסטרעמיסיטשע עלעמענטן? "פרייהייט איז נישט נעגאטיעבל! פרייהייט קומט מיט א פרייז!" וואלטן אלע דענקער געשריגען. שטעלט אייך פאר אויב א גרופע ווייסע סופעריסטן פארכאפן די לייברערי אף קאנגרעס און לאזן אריין בלויז KKK מיטגלידער. וואלט אמעריקע זיך גערעכנט מיטן פאקט אז ס'גייט קאסטן קרבנות זיי אומשעדליך צו מאכן? איך וואלט געוואלט הערן עימיצן זאגן "וואס פעלט דען אויס דעם לייברערי? זיי שיסן דאך מענטשן וועגן דעם! איז דאס ווערט? לאז זיי האבן דעם דעמן לייברערי."
@מאטי
לויט די וועלטליכע ליבעראלער שטאנדפונקט איז גאנץ מזרח ירושלים אקופירט, און מדינת ישראל האט נישט קיין רעכט ארויפצופירן אפי' איין פון אירע בירגער אויף אקופירטע געביטן, ארויפפירן איז ענדערש א קריג פארברעכן, נישט קיין 'מענטשן רעכט', און נישט קיין 'פרייהייט' אנגעלעגנהייט,
אבער בכלל איז פארשטענדליך אז א רעליגיע האט א רעכט נישט אריינצולאזן גלויביגע פון אנדערע רעליגיעס אויף זייער'ס א שטח.
ישראל קאפקע@מאטי

.
לויט די וועלטליכע ליבעראלער שטאנדפונקט איז א לאנד וואס איז אקופירט = איינגענומען און מיינס.
די גאנצע מושג אקופירט, כאילו נאכן איינעמען איז עס נאך אלץ דעם'ס פון וועמען סאיז אוועקגענומען געווארן, איז א ריין פאלעסטינער אויפטרעף.

Herr Kopke: ich bin ein Deutscher Goy. Ich vown in Berlin. Mein Bildung hat mich ausgelernt tzu sein Liberal geschtimt. Und mein History professor habt mir erzehlt das die Juden haben gehabt einem groessen Temple auf dem barg Moriya. Noch fiele jahren before die arabers. Woll ich unen fragen. Varum koennen die Juden nicht raufgehn auf den barg und eine Gottesdienst dorten abrechten.
Mit viele dank. Bitte antworten auf meim frage....
Jurgen Von kaupflicht III. (Berlin, Deutschland.)
לכב' הרב ישראל קאפקע שליט"א: איך האב נארוואס באקומען דעים בריעף אין די פאסט פון מיינ'ס א גוי'אישן גוטן פריינט, וועלכער איז נישט קיין ציוניסט. אבער ער איז א גרויסער אויב ישראל. (ניין. נישט מדינת ישראל. פוי...ציונים, ימ"ש, שר"י עפ"ל.) א פראפעסאר אין בערלינער אוניווערזיטעיט. איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס ער וויל. אבער עפעס נעם איך ארויס פון זיינע ווערטער אז ער טענה'ט אז די אידן האבן אמאל געהאט א בית המקדש דארט...? כ'ווייס נישט. אפשר קענט איהר מיר ערקלערן פונקטליך ווס ס'שטייט אין יענעם בריעף...!
ישראל, פון דיין תגובה איז משמע אז ביסט מודה אז אויב די בלוט-פארגיסונג קומט פאר אויף לעגאלע אום-דיספיוטירטע שטח, דאן וואלט באשיצן פרייהייט געשטאנען העכער און וויכטיגער ווי די בלוט-פארגיסונג. בין איך גערעכט?
לגבי דיין אפהיטן רעליגיעזע הייליגקייטן, פונקט, ווי בערל ברענגט שוין ארויס, די טענה קען גיין ביידע וועגן, אידן האבן צום ווייניגסטנס די זעלבע רעכט ווי די אראבער אזוי צו טענה'ען אז די אראבער זאלן אפפוצן פונעם מקום המקדש. (הגם איך בין נישט מסכים צום גאנצן מציאות הטענה אבער לדברך.)
מאטיישראל, פון דיין תגובה איז משמע אז ביסט מודה אז אויב די בלוט-פארגיסונג קומט פאר אויף לעגאלע אום-דיספיוטירטע שטח, דאן וואלט באשיצן פרייהייט געשטאנען העכער און וויכטיגער ווי די בלוט-פארגיסונג. בין איך גערעכט?
אבער ווער זאגט דיר אז ארץ ישראל/מדינת ישראל באלאנגט פאר די אידן. צו ווייסטו דען נישט אז אין קוראן שטייט אז ס'באלאנגט פאר די פאלעסטינער. און אז די אידן זענען גאר ווייסע גויים. קוזארן. אדער אפשר גאר קאזאקן. ביי אינז אין פאלעסטינער נטורי חרתא חיידער האט מען אויס געלערנט אז גאנץ פאלעסטינע באלאנגט פאר אינז. די ציונים האבן אויסגעטראכט אז אין די אידישע בייבל שטייט אז ג-ט ברוך הוא האט געגעיבן ארץ ישראל פאר די יודן. איך הער אז ס'איז געוועין איינער א יודישער ראביי, ער האט געהייסן ר' שלמה יצחקי (אויך א שטיקל ציוניס'טישער נאמען.) דער ר' שלמה האט עכט געהאט א וויין געשעפט. ווייסטו ווי? נישט אין פאלעסטינע. נאר אין פראנקרייך. קומט ער און ער זאגט אז דער אידישער גאט האט געגעיבן פאלעסטינע פאר די יודן. הערסט א מעשה. אינז 'עמיר זעך נישט לאזן פון דעי ציונים. איך הער גאר אז זיי זאגן 3 מאל א טאג עפעס א תפילה וועיגן צוריקגיין קיין ציון/פאלעסטינע. אינז עמער זעך נישט לאזן פון זיי...!
יתרוישראל קאפקע@מאטי
לויט די וועלטליכע ליבעראלער שטאנדפונקט איז גאנץ מזרח ירושלים אקופירט, און מדינת ישראל האט נישט קיין רעכט ארויפצופירן אפי' איין פון אירע בירגער אויף אקופירטע געביטן, ארויפפירן איז ענדערש א קריג פארברעכן, נישט קיין 'מענטשן רעכט', און נישט קיין 'פרייהייט' אנגעלעגנהייט,
.
לויט די וועלטליכע ליבעראלער שטאנדפונקט איז א לאנד וואס איז אקופירט = איינגענומען און מיינס.
די גאנצע מושג אקופירט, כאילו נאכן איינעמען איז עס נאך אלץ דעם'ס פון וועמען סאיז אוועקגענומען געווארן, איז א ריין פאלעסטינער אויפטרעף.
אזוי גאר? פון וואו נעמסטו אזעלכע שטותים?
עס איז היינט פאראן אינטערנאצינאלע געזעץ, און עס איז קלאר 'נישט' דא אזא זאך ווי איך האב געוואונען די קריג, און עס איצט מיין! קענסט זיך הענגען!
קענסט מיר זאגן פארוואס איז נישט דא אפי' איין ביישפיל פון 'איך האב געוואונען, עס איז מיין' אין די לעצטע זעכציג זיבעציג יאר, (וואו די וועלט אנערקענט עס, למעט קרים, און דארט איז כאטש געווען א רעפערענדום פון די ארטיגע באפעלקערונג)
berlbalagulehישראל קאפקע@מאטי
לויט די וועלטליכע ליבעראלער שטאנדפונקט איז גאנץ מזרח ירושלים אקופירט, און מדינת ישראל האט נישט קיין רעכט ארויפצופירן אפי' איין פון אירע בירגער אויף אקופירטע געביטן, ארויפפירן איז ענדערש א קריג פארברעכן, נישט קיין 'מענטשן רעכט', און נישט קיין 'פרייהייט' אנגעלעגנהייט,
אבער בכלל איז פארשטענדליך אז א רעליגיע האט א רעכט נישט אריינצולאזן גלויביגע פון אנדערע רעליגיעס אויף זייער'ס א שטח.
Herr Kopke: ich bin ein Deutscher Goy. Ich vown in Berlin. Mein Bildung hat mich ausgelernt tzu sein Liberal geschtimt. Und mein History professor habt mir erzehlt das die Juden haben gehabt einem groessen Temple auf dem barg Moriya. Noch fiele jahren before die arabers. Woll ich unen fragen. Varum koennen die Juden nicht raufgehn auf den barg und eine Gottesdienst dorten abrechten.
Mit viele dank. Bitte antworten auf meim frage....
Jurgen Von kaupflicht III. (Berlin, Deutschland.)
לכב' הרב ישראל קאפקע שליט"א: איך האב נארוואס באקומען דעים בריעף אין די פאסט פון מיינ'ס א גוי'אישן גוטן פריינט, וועלכער איז נישט קיין ציוניסט. אבער ער איז א גרויסער אויב ישראל. (ניין. נישט מדינת ישראל. פוי...ציונים, ימ"ש, שר"י עפ"ל.) א פראפעסאר אין בערלינער אוניווערזיטעיט. איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס ער וויל. אבער עפעס נעם איך ארויס פון זיינע ווערטער אז ער טענה'ט אז די אידן האבן אמאל געהאט א בית המקדש דארט...? כ'ווייס נישט. אפשר קענט איהר מיר ערקלערן פונקטליך ווס ס'שטייט אין יענעם בריעף...!
איך בין נישט gewöhnt צו ענטפערן אויף א scherz,
Btw I'm really impressed by your German! Not bad.
אויב ווילסטו נישט פארשעמען דעם שרייבער פון דעם 'בריוו' קענסטו אים זאגן אז איך 'בלאז' פארן שרייבן מיין נאמען אומריכטיג,
(עדווייס פאר נעקסט טיים, יעדע דייטשע גוי, ווער רעדט נאך פון א פראפעסער ווייסט פון די נאמען קאפקע Kafka, אויך הייסט שוין היינט קיינער נישט יורגען פאן קויפפליכט דריי )
מאטיישראל, פון דיין תגובה איז משמע אז ביסט מודה אז אויב די בלוט-פארגיסונג קומט פאר אויף לעגאלע אום-דיספיוטירטע שטח, דאן וואלט באשיצן פרייהייט געשטאנען העכער און וויכטיגער ווי די בלוט-פארגיסונג. בין איך גערעכט?
לגבי דיין אפהיטן רעליגיעזע הייליגקייטן, פונקט, ווי בערל ברענגט שוין ארויס, די טענה קען גיין ביידע וועגן, אידן האבן צום ווייניגסטנס די זעלבע רעכט ווי די אראבער אזוי צו טענה'ען אז די אראבער זאלן אפפוצן פונעם מקום המקדש. (הגם איך בין נישט מסכים צום גאנצן מציאות הטענה אבער לדברך.)
איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט, געב א משל,
לגבי די אידנס טענה פון צוויי טויזנט יאר צוריק, אויב די איצטיגע (לעצטע טויזנט יאר) הערשער ווילן נישט אריינלאזן די פון טויזנט יאר פארדעם, זע איך נישט אז מערב געזעץ וועט צווינגען יא אריינצולאזן, אפי' אינגאנצן אינדערויסן פון קאנטעקסט פון אקופאציע, און קאלאניזאציע,
ר' ישראל קאפקע: יא.אבער דער דייטשער גוי (א גוי קדוש) האט געמיינט אז דאס איז פון לשון קאפיקע/פעני אויף רוסיש. נישט דער גרויסער שרייבער פראנץ קאפקא (וואס איך מיין ער איז געוועין א איד.)..ייש"כ....!
berlbalagulehר' ישראל קאפקע: יא.אבער דער דייטשער גוי (א גוי קדוש) האט געמיינט אז דאס איז פון לשון קאפיקע/פעני אויף רוסיש. נישט דער גרויסער שרייבער פראנץ קאפקא (וואס איך מיין ער איז געוועין א איד.)..ייש"כ....!
יא ער איז געווען א איד,
אבער וויאזוי האט ער געמאכט אזא פשוטע טעות אין ספעלינג, און געשריבן vown אנשטאט wöhn?
חוץ אויב ער איז נישט gewöhnt צו שרייבן אין דייטש, און נישט gewöhnt צו 'זיין א גוי'! 😛
ישראל קאפקעberlbalagulehר' ישראל קאפקע: יא.אבער דער דייטשער גוי (א גוי קדוש) האט געמיינט אז דאס איז פון לשון קאפיקע/פעני אויף רוסיש. נישט דער גרויסער שרייבער פראנץ קאפקא (וואס איך מיין ער איז געוועין א איד.)..ייש"כ....!
יא ער איז געווען א איד,
אבער וויאזוי האט ער געמאכט אזא פשוטע טעות אין ספעלינג, און געשריבן vown אנשטאט wöhn?
חוץ אויב ער איז נישט gewöhnt צו שרייבן אין דייטש, און נישט gewöhnt צו 'זיין א גוי'! 😛
ישראל קאפקע: כ'האב דיר שוין געזאגט פריער אז דער "גוי" איז א טייל פון דעם גוי קדוש...!
berlbalagulehישראל קאפקעberlbalagulehר' ישראל קאפקע: יא.אבער דער דייטשער גוי (א גוי קדוש) האט געמיינט אז דאס איז פון לשון קאפיקע/פעני אויף רוסיש. נישט דער גרויסער שרייבער פראנץ קאפקא (וואס איך מיין ער איז געוועין א איד.)..ייש"כ....!
יא ער איז געווען א איד,
אבער וויאזוי האט ער געמאכט אזא פשוטע טעות אין ספעלינג, און געשריבן vown אנשטאט wöhn?
חוץ אויב ער איז נישט gewöhnt צו שרייבן אין דייטש, און נישט gewöhnt צו 'זיין א גוי'! 😛
ישראל קאפקע: כ'האב דיר שוין געזאגט פריער אז דער "גוי" איז א טייל פון דעם גוי קדוש...!
אהא, פיין.
יעצט פרעג דיין שאלה, איך מיין אז איך האב עס שוין געענטפערט @מאטי.
ישראל מיין משל איז פון די לייברערי אף קאנגרעס עיין לעיל.
מאטיישראל מיין משל איז פון די לייברערי אף קאנגרעס עיין לעיל.
דאס נעמט אוועק אקופאציע און רעליגיע, און מאכט עס א ריין ראסיזם און פאראורטייל פאל, (לאמיר רעדן פון אן אנדערע ביבליאטעק, ווייל יעדער פארשטייט אז די אמעריקאנער רעגירונג גייט נישט לאזן קיין שום גרופע, ווער רעדט נאך א ראסיסטישע, אקופירן לייברערי אוו קאנגרעס) נא דאס איז דאך געווען די טויטליכע געפעכטן אין די סאוט, אין די זעכציגער יארן (די freedom riders, racially separate educational institutions)
און דא קומט דיין (און מיין) וואונדער אריין, וויאזוי קען זיין אז מדינת ישראל (מיט אלע 'shared values' מיט אמעריקע) לאזט צו אזא זאך ווי 'בלויז אידן' זידלונגען (אויף פאלעסטינער אייגנטום לאנד)? און לויט די לעצטיגע נייעס אויך ראסע סעגרעגירטע באסעס? (Remember the freedom riders?)
נאר דאס דארפסטו שוין ענטפערן!
ענטפער אויף מיין שאלה קודם. ביסט מודה אז אין אזא פאל וואלט פאליטיש גערעדט געווען אויסגעהאלטן צו קעמפן דערפאר ביז בלוט?
ווען דער דין ודברים וואלט געווען איבער די אקופירטע שטחים וואלט געווען א מקום פאר דער גאנצער נידון דא. אבער דערווייל האלט מען נאך פאר אלף. די פאלעסטינער האבן גע'רצח'נט אידן אין ארץ ישראל נאך פאר די 67' מלחמה און נאך פאר די מדינה איז געשטאנען, און זיי מאכן עס גאנץ קלאר אז זיי וועלן זיך שלאגן אזוי לאנג ווי אידן וועלן פארמאגן א זעלבסטשטענדיגע שליטה איבער סיי וועלכע ד' אמות צווישן דעם ים הגדול און נהר פרס. ממילא איז דער גאנצער טענה'ריי איבער אקופירטע שטחים א moot point.
מאטיענטפער אויף מיין שאלה קודם. ביסט מודה אז אין אזא פאל וואלט פאליטיש גערעדט געווען אויסגעהאלטן צו קעמפן דערפאר ביז בלוט?
איך מיין אז איך האב דיך געענטפערט בטוב טעם, אז געווענליך וואלט א לאנד נישט צוגעלאזט קיין ראסיזם אפי' מיט א מעגליכקייט פון בלוט פארגיסונג, ווי עס איז געווען די פאל אין די סאוט אין די זעכציגער יארן,
נאכדעם קען מען זיך דונגען אויב פון א אידישע (אדער אפי' אן אנדערע מינאריטעט, אין אזא סארט פאל) שטאנדפונקט אויב עס לוינט זיך איינצושטעלן לעבנס פאר אזא רעכט.
פון א אידיש גלות שטאנדפונקט, קלאר אז נישט.
אלזא אויב איינער איז אויפגעוואקסן מיט אזא סארט פאליטישע אויסקוק אז גאנץ ירושלים באלאנגט צו די אידן פונקט אזוי ווי די לייברערי אף קאנגראס באלאנגט צו אמעריקע, נישט אריינגייענדיג אינעם גאנצן פאלעמיק, איז פארשטענדליך אז אפילו אין ליכט פון די שוידערליכע אטאקע וואלט דאס דעם יעניגן נישט צוריק געהאלטן ארויפצוגיין נאכאמאל אויפן הר הבית אלס דעם פרינציפ?
מאטיאלזא אויב איינער איז אויפגעוואקסן מיט אזא סארט פאליטישע אויסקוק אז גאנץ ירושלים באלאנגט צו די אידן פונקט אזוי פול ווי די לייברערי אף קאנגראס באלאנגט צו אמעריקע, נישט אריינגייענדיג אינעם גאנצן פאלעמיק, איז פארשטענדליך אז אפילו אין ליכט פון די שוידערליכע אטאקע וואלט דאס דעם יעניגן נישט צוריק געהאלטן ארויפצוגיין נאכאמאל אויפן הר הבית אלס דעם פרינציפ?
דו מישט דא,
איך רעד פון א פאל פון ראסיזם, וואס דארט גייט די רעגירונג צווינגען די ראסיסט אריינצולאזן דעם מינאריטעט,
דא רעדט מען פון א רעליגיעזע אישו, הר הבית vs. זייער תיפלה,
און איך האב גערעדט פון א רעגירונג וואס גייט פארסירן פרינציפן,
וואס אידעאלאגן גייען טון פאר זייערע פרינציפן? ווענד זיך ווער, וואס, ווען, געוויסע גייען אויסגעבן פארמעגנס פאר פראפאגאנדע, אנדערע וועלן לייגן זייער מיה אין געריכט געפעכטן, אנדערע אין דעמאנסטראציעס, אנדערע אין וואנדאליזם, אנדערע אין אומרוען, אנדערע אין געוואלדטאטן, אנדערע אין טעראר, אנדערע אין מארד, אנדערע זאגאר אין זעלבסטמארד!
און. ווי שוין פריער געשמועסט איז דא א חילוק צווישן אן אורזאך (all ideologues have a cause) און א בארעכטיגונג,
איך קען פארשטיין וואס פאראורזאכט דעם אידעאלאג צו טון וואס ער טוט, כאטש אין רוב פעלער וועל איך נישט בארעכטיגן זיינע טהאטן.
אונז האמיר זיך פארלוירן דא ערגעץ אין די דעבאטע. ביטע מאך קלאר וואס איז דיין ציל? מיין ציל איז פעסטצושטעלן אז נישט אייביג קוקט מען אויף בלוט-פארגיסונג אלס דעם העכסטן ציל, ס'איז דא געוויסע ערכים וואס זענען העכער דעם. אלזא סתם שרייען אויף די הר הבית גייער "רוצחים" "פראוואקירער" איז תלוי פון וועלכן צד מ'קוקט אן דעם געפעכט.
מאטיאונז האמיר זיך פארלוירן דא ערגעץ אין די דעבאטע. ביטע מאך קלאר וואס איז דיין ציל? מיין ציל איז פעסטצושטעלן אז נישט אייביג קוקט מען אויף בלוט-פארגיסונג אלס דעם העכסטן ציל ס'איז דא געוויסע ערכים וואס זענען העכער דעם. אלזא סתם שרייען אויף די הר הבית גייער "רוצחים" "פראוואקירער" איז תלוי פון וועלכן צד מ'קוקט אן דעם געפעכט.
קלאר, וואס דו זאגסט איז ריכטיג,
אבער דו הערסט זיך ווי אן אידעאלאג פון דעם אידעאלאגיע.
ישראל קאפקעיתרוישראל קאפקע@מאטי
לויט די וועלטליכע ליבעראלער שטאנדפונקט איז גאנץ מזרח ירושלים אקופירט, און מדינת ישראל האט נישט קיין רעכט ארויפצופירן אפי' איין פון אירע בירגער אויף אקופירטע געביטן, ארויפפירן איז ענדערש א קריג פארברעכן, נישט קיין 'מענטשן רעכט', און נישט קיין 'פרייהייט' אנגעלעגנהייט,
.
לויט די וועלטליכע ליבעראלער שטאנדפונקט איז א לאנד וואס איז אקופירט = איינגענומען און מיינס.
די גאנצע מושג אקופירט, כאילו נאכן איינעמען איז עס נאך אלץ דעם'ס פון וועמען סאיז אוועקגענומען געווארן, איז א ריין פאלעסטינער אויפטרעף.
אזוי גאר? פון וואו נעמסטו אזעלכע שטותים?
עס איז היינט פאראן אינטערנאצינאלע געזעץ, און עס איז קלאר 'נישט' דא אזא זאך ווי איך האב געוואונען די קריג, און עס איצט מיין! קענסט זיך הענגען!
קענסט מיר זאגן פארוואס איז נישט דא אפי' איין ביישפיל פון 'איך האב געוואונען, עס איז מיין' אין די לעצטע זעכציג זיבעציג יאר, (וואו די וועלט אנערקענט עס, למעט קרים, און דארט איז כאטש געווען א רעפערענדום פון די ארטיגע באפעלקערונג)
Google דער טערמין און זאג מיר צו די טרעפסט ערגעץ אזא מושג אויסער ביינוז.
חוץ מזה האט איר דא א קורצע שיעור אין הלכות occupied territories
While the term is indeed widely used, that doesn’t make it accurate. Indeed, the term is legally, historically, and factually flawed. Determination that the territories are Palestinian or that they are occupied is based on incorrect and partisan readings of the factual situation and of the relevant international legal documentation.
The historic and legal rights of the Jewish people to this territory renders it unique, involving a basic indigenous Jewish presence since at least 1500 BCE, long before the arrival of Islam in the 7th century CE.
These rights have been acknowledged and encapsulated legally and historically in official, binding, and still valid international documents: the 1917 Balfour Declaration, the 1920 San Remo Declaration, the 1922 League of Nations Mandate, and the 1945 UN Charter.
Thus, by any objective criteria, the status of the territory is “disputed,” subject to an agreed-upon negotiation process between Israel and the Palestinians. Demands that Israel withdraw to the “1967 lines,” which are in effect the 1949 armistice demarcation lines, are equally flawed and misleading. Such demands attempt to prejudge an open negotiating issue.
Efforts to assign the territory to the Palestinians, prior to a successful conclusion of the negotiating process, or to deny the rights and status of Israel, demonstrate nothing more than political ignorance and bias.
The writer, former legal counsel to Israel’s Foreign Ministry and Israel’s ambassador to Canada, is director of the Institute for Contemporary Affairs at the Jerusalem Center for Public Affairs.
- See more at: <a class="postlink" href="http://israelaa.ca/occupied-territories-is-a-flawed-and-biased-term/#sthash.cKk0WriZ.dpuf">http://israelaa.ca/occupied-territories ... 0WriZ.dpuf</a>
האט נישט די יו ען אין 48' באשטימט די גענויע גרעניצן פון מדינת ישראל?
אגב, אריינמישן דעם באלפור דעקלעראציע אהער האט נישט קיין פירוש.
The 1949 Green Line
The Arab countries refused to sign a permanent peace treaty with Israel, and so the UN arranged a series of ceasefires. UN GA Resolution 194 called for cessation of hostilities and return of refugees. Security Council Resolution 62 called for implementation of armistice (truce/ceasefire) agreements that would lead to permanent peace and as a result Israel's borders were re-established along the so-called "Green Line". This demarcation or armistice line, drawn up under the auspices of UN mediator Ralph Bunche, largely reflected the ceasefire lines of 1949 (Fig 5) and as such represented interim borders for Israel.
At this point, Egypt held the Gaza strip, Jordan retained control of Judea and Samaria (the 'West Bank'), plus the Old City of (east) Jerusalem, and only as a result of war was Israel excluded from the West Bank and Gaza! It is shown later that the 1949 Armistice Green Line is not Israel's Legal Border
Political map of Israel
<a class="postlink" href="http://seekingtruth.co.uk/israel_borders.htm">http://seekingtruth.co.uk/israel_borders.htm</a>
איך ווייס באמת נישט אויף וואס מ'טענה'ט זיך דא. איידער 1967 איז דער מערב ברעג געווען א חלק פון ירדן און עזה א חלק פון עגיפטן, און וואלט אזוי געבליבן עד היום הזה ווען נישט די מלחמה.
נאכן מלחמה איז מדינת ישראל געבליבן דערמיט אקופירענדיג דערביי א חלק פון ירדן און א חלק פון עגיפטן.
מדינת ישראל האט שלום געמאכט מיט ביידע לענדער, עגיפטן איז נישט געווען אינטערסירט אין עזה, ירדן איז נישט געווען אינטערסירט אין דעם מערב ברעג, דאס הייסט; ביידע לענדער האבן אויפגעגעבן זייערע רעכטן אויפן לאנד און אויף אירע בירגער.
אלזא מדינת ישראל איז געבליבן דערמיט מיטן גוטהייסונג/קאנסענט פון די לענדער פון וועם זי האט דאס צוגעכאפט. דעריבער אויב האט א פאלעסטינער פון די דאזיגע שטחים טענות דערויף זאל ער זיך ווענדן צו די פריערדיגע באלעבאטעם און שרייען "למה עזבתני."
יתרוThe 1949 Green Line
The Arab countries refused to sign a permanent peace treaty with Israel, and so the UN arranged a series of ceasefires. UN GA Resolution 194 called for cessation of hostilities and return of refugees. Security Council Resolution 62 called for implementation of armistice (truce/ceasefire) agreements that would lead to permanent peace and as a result Israel's borders were re-established along the so-called "Green Line". This demarcation or armistice line, drawn up under the auspices of UN mediator Ralph Bunche, largely reflected the ceasefire lines of 1949 (Fig 5) and as such represented interim borders for Israel.
At this point, Egypt held the Gaza strip, Jordan retained control of Judea and Samaria (the 'West Bank'), plus the Old City of (east) Jerusalem, and only as a result of war was Israel excluded from the West Bank and Gaza! It is shown later that the 1949 Armistice Green Line is not Israel's Legal Border
Political map of Israel
<a class="postlink" href="http://seekingtruth.co.uk/israel_borders.htm">http://seekingtruth.co.uk/israel_borders.htm</a>
צוויי גענצליך נישט אקטועלע באמערקונגען, איינס, עס איז עפעס קריסטליכע וועבזייטל, צווייטנס the live traffic feed is really cool, 🙂 , but why does it say I'm the Bronx?
מאטיאיך ווייס באמת נישט אויף וואס מ'טענה'ט זיך דא. איידער 1967 איז דער מערב ברעג געווען א חלק פון ירדן און עזה א חלק פון עגיפטן, און וואלט אזוי געבליבן עד היום הזה ווען נישט די מלחמה.
נאכן מלחמה איז מדינת ישראל געבליבן דערמיט אקופירענדיג דערביי א חלק פון ירדן און א חלק פון עגיפטן.
מדינת ישראל האט שלום געמאכט מיט ביידע לענדער, עגיפטן איז נישט געווען אינטערסירט אין עזה, ירדן איז נישט געווען אינטערסירט אין דעם מערב ברעג, דאס הייסט; ביידע לענדער האבן אויפגעגעבן זייערע רעכטן אויפן לאנד און אויף אירע בירגער.
אלזא מדינת ישראל איז געבליבן דערמיט מיטן גוטהייסונג/קאנסענט פון די לענדער פון וועם זי האט דאס צוגעכאפט. דעריבער אויב האט א פאלעסטינער פון די דאזיגע שטחים טענות דערויף זאל ער זיך ווענדן צו די פריערדיגע באלעבאטעם און שרייען "למה עזבתני."
עס ווענדט זיך קודם כל און די וויכטיגסטע וואס די אינדידזשינעס פאפולאציע וויל, די פאלעסטינער אויף אן אינדיווידואלע שטאפל, און די פאלעסטינער אויטאריטעט, פאטאך, כאמאס, איסלאמיק דזשיהאד, פי.על.או., פי.על.עף.פי. וכו' די אלע ארגאניזאציעס הנרדפים, זענען כולם פה אחד און גאר שארף אנטקעגן יעדע מדינת ישראל הערשאפט/אנעקסירונג/אקופאציע,
אזוי אויך איז וויכטיג וואס די אינטערנאצינאלע געמיינדע האלט, און די יו.ען. זיכערהייטס ראט, די יו.ען. גענעראל פארזאמלונג, די אינטערנאצינאלע געריכט פון יוסטיץ, און די אייראפעאישע פאראיין, האלטן אלע פה אחד אז עס איז אקופירטע געביטן, אפי' מזרח ירושלים,
און לגבי די מערב ברעג און עזה טענהט אפי' מדינת ישראל נישט אז עס איז א חלק פון מדינת ישראל, די העכסטע געריכט אין מדינת ישראל האט נאכאנאנד געאורטיילט אז עס איז אקופאציע, (מ.י. האט אנעקסירט בלויז מזרח ירושלים, אן אנעקסירונג וואס קיין שום לאנד אויף דער וועלט חוץ מדינת ישראל האט קיינמאל נישט אנערקענט, אפי' צייטווייליג)
דאס וואס (די דיקטאטורשאפטן פון) עגיפטן און ירדן האבן 'שלום' געמאכט מיט מדינת ישראל איז א ראיה אז זיי אנערקענען אז די מערב ברעג און עזה זענען א טייל פון מדינת ישראל? נאכאמאל, קיין שום לאנד, אפי' אמעריקע, אדער סיי וועלכע אנדערע פרא מ.י. לאנד אנערקענט ניטאמאל מזרח ירושלים, די איינע חלק וואס מ.י. האט יא 'אנעקסירט' אלס מ.י. טעריטאריע, גייסטו זאגן אז די מערב ברעג וואס ניטאמאל מ.י. טענהט איז זייער טעריטאריע (והא ראיה עס איז נישט אפיציעל אנעקסירט) האבן עגיפטן און ירדן יא אנערקענט אלס מ.י. טעריטאריע?
דער אמת איז אז לויט'ן חשבון פון מאטי קען מען פרעגן וואס האבן די פאלעסטינער בכלל א טענה דא, גאנץ פאלעסטינע האט געהערט פאר די טערקן און דערנאך פאר די ענגלענדער, אויב איינער איז א בא בטענה זענען עס די אלע לענדער. אבער למעשה איז דאס נאריש ווייל מדינת ישראל איז א דירעקטער קאנקורענט, בעת די אלע לענדער אפילו בשעת זיי האבן באלעבאטעוועט אויף פאלעסטינע אדער חלקים דערפון זענען זיי נישט בפועל געווען קאנקורענטן.
דאס גיבט אבער א שטיקל בליק ווי ווייט די גאנצע מחלוקת אין מיטל מזרח איז נישט תלוי אויף הארטע אונטערנאציעלע געזעצן, ווי די ליבעראלע וועלט רעדט זיך איין, נאר איז א פארווייטאגטע פרשה פון רעליגיע, געפיל, נאציאנאליזם, און אביסל געזעץ אין דער זייט.
אוי וויי!! וואס די יו-ען און די וועלטליכע געמיינדע האלטן ווייס איך זייער גוט און ס'אינטערסירט מיר בכלל נישט (זייט זיי האבן מיר פארלאזט, ווען איך האב געיאמערט פאר איין איינציגע באמבעלע אויף די שינעס פון אושפיצין). אבער איידער ס'ווערט פאליטיזירט און קאמפליצירט, איך פרעג א פשוט'ע פראגע: עזה און מערב ברעג וואלטן היינט צוטאגס געווען א חלק פון עגיפטן און ירדן און קיינער וואלט נישט געהאט קיין טענות. מד"י האט דאס פארכאפט (יא לעגאל נישט לעגאל קיין נפק"מ) אבער זיי זענען זיך אויסגעקומען מיט די צוויי לענדער, זיי בעטן גארנישט צוריק. מיט וועמן נאך דארף מדינת ישראל זיך פארעכענן נאכדעם וואס זיי זענען זיך אויסגעקומען מיט זייערע בעלי דינים?
זאג נאר ר' ישראל קאפקע: און ווען די פארשאלטענע טמא'נע שמוציגע שטינקעדיגע (אנטשולדיג פאר מיינע אומאנשטענדיגע און ראסיסטישע לשונות. אבער מיין בלוט קאכט אין מיר ווייל די פארשטינקענע רוצחים האבן געהרג'ט מיינע ברידערס.) אראבישע רוצחים פיהרן אדורעך זייערע גרויזאמע רציחות אויף אידן, רעכנסטו דיך אויך מיט די מיינונג פוןנ'ם אינטערנאציאנאל'ן געריכט פון גערעכטיגקייט?!...אדער, מ'הערט נישט פון זיי. ווען מ'הרג'ט אידן איז שא שטיל. נישטא קיין יו.ען. נישטא קיין געריכט אין האאג שמאאג. און די פיינשמעקערס און טיפשים צווישן די יודן טאנצן נאך מיט מיט זיי...!... 😈