☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » הכנות צום טויזענטסטן תגובה פון @יואב

הכנות צום טויזענטסטן תגובה פון @יואב

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7587

ישמעאל הכהן » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 1:00 pm

· #235521
הכנות צום טויזענטסטן תגובה פון @יואב
מיט גרויס סארקאזם און מיט א הארץ פיל מיט געלעכטער גרייטען מיר זיך צו די גרויסע שמחה פון אונזער קאמיקער, אונזער פרייליך-מאכער צום פייערונג פון די 1,000'ער תגובה דא אויף ק"ש.

איך וואלט געוואלט מציע זיין אז מען זאל מאכן א מלכות'דיגע סעודת מצוה לכבודו. א צוזאמקום (reunion) פון אלע ק"ש שרייבערס. ווי מען וועט קענען זיף פרייען מיט חתן דינן "חתן שר האלף". און איינמאל פאר אךעצאל (וואס מיינט דעי ווארט?) זיך באקענען מיט דעם גרויסען ריז.

די מעמד וועט קענען הייסען "ברבבותינו"!

פארשלאגען און עצות אויף די פלאץ, מעניו און אגענדע זענען וועלקום.

נ.ב. מען ברויך נאר מתפלל זיין אז @יואב זאל נישט פארשוואונדען ווערן אזוי ווי @זלמן זאפיר איז פאר זיין אייגענע טויזענטסטער תגובה.

לית דין בר נש » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 1:19 pm

· #235532
איך וואלט פארגעשלאגן אז @יואב זאל טוישן זיין אוועטאר לכבוד זיין 1000סטע תגובה עס גיבט מיר די טשילס

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 2:03 pm

· #235555
לץ איינער........ 👍

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/7428">viewtopic.php?f=4&t=7428</a><!-- l -->

עניוועי, שוין צייט צו וויסן אז דא איז א קאווע שטיבל, נישט א הכנות שטיבל 😂 😛

נתן מנחם » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 4:33 pm

· #235646
ר' ישמעאל'ן האסט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל.
אדער ווילסטו נישט איך זאל אנפירען מיט אזעלכע מעמדים נאך די ריזיגע @שמעקדיג פארטיי סוקסעס?

יואב » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 4:52 pm

· #235659
לית דין בר נש
איך וואלט פארגעשלאגן אז @יואב זאל טוישן זיין אוועטאר לכבוד זיין 1000סטע תגובה עס גיבט מיר די טשילס

לכאורה וועל איך נאך האבן מער ווי איין אוואטאר, איידער איך גרייך דעם אלף נומער.
אז מ'רעדט שוין, וואס אין מיין אוואטאר ברענגט דיר אזוי טשילס?

נתן מנחם » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 4:59 pm

· #235664
די גאר ברייטע נאז באדערט מיר נישט אזוי שטארק די שפיציגע אויגען קען איך מוותר זיין אויף אבער מען זעהט נאר איין האנט. ווי איז די צווייטע האנט? פון דעם ציטער איך!

ישמעאל הכהן » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 12:45 pm

· #239215
העי ער האט זיך דורכגעשווערצט 1000 כאילו לא היה 😠 😢

לית דין בר נש » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 12:50 pm

· #239220
בשעת מען איז גבאי איז נישט דא קיין צייט זיך אפצוגעבן מיט אזעלכע קלייניקייטן

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 6:02 pm

· #243373
הכנות צום טויזענטסטן תגובה פון @ישראל קאפקע
@ישמעאל הכהן קען מען טוישן די קעפל פון דער אשכול?
@ישראל קאפקע נאך 18 צו גיין היו נכונים!!!
@berlbalaguleh גרייט שוין צו א קאנטער אטאקע.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:11 pm

· #243407
צו וואס...?