☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די קלויזענבורגער רבי פון ב''פ מאנט: ס'צייט זיך אויפצווועקן

די קלויזענבורגער רבי פון ב''פ מאנט: ס'צייט זיך אויפצווועקן

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7582

פליישיגער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 10:53 am

· #235141
די קלויזענבורגער רבי פון ב''פ מאנט: ס'צייט זיך אויפצווועקן
אין די טעג גייען אהן גורל'דיגע אסיפות און באראטונגען צווישען די חסידישע און ליטווישע גדולים פון די אגודה און דגל התורה פארטייען, ווי עס קוקט אויס די בילד איז די דעות צוטיילט צווישען הגריא''ל שטיינמאן און די בעלזא רבי און די אנדערע גדולים וואס שטייען ביי א פרשת דרכים צו מען זאל מיטארבעטן מיט די פארלאנג פון די מיליטער צו שיקען בחורים זיך שטעלן צום לשכת הגיוס אדער נישט, גאר א שטארקע אפקלאנג האט געהאט די באזוך פון די בארא פארק קלויזענבורגער רבי וואס האט זיך קעגנגעשטעלט קעגן די וואס האנדלען מיט די מיליטער
📎 54658d2870335189_resized.jpeg 📎 55.jpeg

דריידל » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 3:02 pm

· #235234
ער ציטירט פון זיין טאטע בשם דעם ד"ח אז רוב בעלי בתים זענען פון די ערב רב, אבער אז מ'קוקט נאך זעט מען דארט שטייט אז רוב רבי'ס זענען פון די ערב רב, והדברים ידועים.

קאך_לעפל » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 10:28 pm

· #235404
פארוואס גייט ער נישט צו בן גיריון'ס קבר קיין שדה בוקר שתדלן אז דער חוק הגיוס זאל בטל ווערן? אזוי ווי זיין הייליגער טאטע דער שפע חיים זי''.... האט געטאן???????????

outspoken » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 11:03 am

· #235473
בספר דברי חיים בהשמטות לפרשת ויקהל כתב וזה לשונו, דלפני ביאת המשיח יהיו רוב הרבנים מהערב רב כו', וזה לשון הדברי חיים שם: כי ישראל בעצמן קדושים אך הערב רב כל חסדים דעבדי לגרמייהו עבדו כנראה בעליל שהרבנים והחסידים והבעלי בתים שבדור המה בעונותינו הרבים רובן מערב רב ורוצים לשרור על הציבור וכל מעשיהם רק לגרמייהו לקבל כבוד וממון ולכן אין להתחבר רק אם עובדים באמת שמוסרים נפשם לד' לא לקבל שום תועלת לעצמם, עד כאן עיין שם עוד.

א