צניעות אין היסטאריע
אין בית רבי (חב"ד) האב איך אנומעלט געליינט א טשיקאווער בריוול פונעם מיטעלער רבי ר' דובער ווי ער שרייבט איבער א באזוך ביים גאון ר' עקיבא אייגער. שרייבט ער: בפוזנא הייתי אצל הגאון הישיש וכינו שמו איגר והוא איש תם וישר ולא ידע בענינא דהאי עלמא מלובש בזופעצע פשוט ושטריימל של עלקא קרוע (וואס איז דאס עלקא ווייסט איינער? און ווי קומט א שטריימל אין דייטשלאנד?). וזוגתו וב"ב ערומים כאשכנזים ערומים כו' וזה פלא.
וואס וואונדערט מיר איז וואס נאקעט האט שוין געקענט זיין רביצין אייגער אין די אויגן פון דעם רוסישן רבין.
<a class="postlink" href="http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=3751&st=&pgnum=210">http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=210</a>
יידלערומים מיינט נישט קלוג?
איי דאנט טינק סא. זיכער נישט אין קאנטעקסט דא.
דער גמרא דערציילט שוין אויפן הייליגע תנא רבי יהודה בר עילאה וואס איז געוועהן א גרויסע ארימאן, דער פארפאלג האט נאר פארמאגט איין לבוש, ווען ר' יהודה איז ארויס פון שטוב האט ער דאס אנגעטוהן, ווען זי איז ארויס האט זי אנגעטוהן דער לבוש.
קומט אויס לפי"ז אז ווען איינער איז געוועהן אינדרויסען איז דער וואס איז געבליבען אינדערהיים גארנישט אנגעהאט, היות זיי האבן פארמאגט בלויז איין לבוש.
אין בחדרי חרדים שרייבט מתפעל אז דאס מיינט אן אן אויבער מלבוש
דא אין בחדרי איז דא א גאנצע אפהאנדלונג איבער דעם בריוו
משולם שטיינפעלדאין בחדרי חרדים שרייבט מתפעל אז דאס מיינט אן אן אויבער מלבוש
לכאורה גייט דאס ארויף שערות אשה.
ס'קלאר אז אין געוויסע מקומות אינדערהיים איז מען געגאנגען מער צוגעדעקט ווי אין אנדערע, די רוסישע גויטעס זענען געגאנגען מיט די זעלבע שמאטעס ווי די יודישע פרויען, אבער אין אנדערע לענדער ווי די המון עם איז געגאנגען מער אפען זענען די יודן אויך געגאנגען אזוי. איך מיין אז דאס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אין די אכשר דרא אשכול.