☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » א געמיש פון מח כוואליעס

א געמיש פון מח כוואליעס

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7576

רויטע וואנצעס » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 9:33 pm

· #235023
א געמיש פון מח כוואליעס
בין איך דא,
בין איך דארט,
איך טרעף נישט מיין ארט.

בין איך אמאל געווען,
אדער ערשט יעצט געשעהן,
איך קען עס נישט קלאר זעהן.

בין איך גוט אדער שלעכט,
איז די מציאות בכלל עכט,
איך האב מיט מיר א געפעכט.

שלאף איך אדער בין איך וואך,
בין איך א מענטש אדער א זאך,
אדער א אומוויכטיג שטיקל אויפן ברעט-שך.

מאכט א חילוק ווער, וואס און ווי,
אדער איז א שאד די פלאג און מי,
ומותר האדם? אפשר בין איך גאר א קו.

א געמיש פון מח כוואליעס אראפגעשריבן,
אבער וואס איז די פוינט, וואס איז געבליבן,
כי הכל הבל, אלעס וועט ווי אש ווערן צוריבן.

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 9:51 pm

· #235388
געמיינט האב איך אז איינער פון די חכמים דא וועט מיר אפפרעגן, אז די וועלט איז לעולמי עד. דערווייל גארנישט. רעפרעזענטעט דאס זייער ענטפער, אז ס'בלייבט גארנישט? איך דארף שוין לויפן צום יאוש אשכול, דארט ווערן מיינע מחשבות יעצט בעסער רעפרעזענטעט.

מאטי » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 11:31 pm

· #235416
. . .

מנחם » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 12:52 am

· #235426
תוהו ובהו
לופטיגע יסודות
הוילע דמיונות

משתה ומחריש
בנינים פיסט
געבוי אומזינט

פאדאמענטן אויף קיין מאטריאל
פארוואס נאך באלקאנען?
שווערער מאכן דעם העדר?

רויטע וואנצעס » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 1:30 am

· #235431
מאטי
. . .


יו זאגסטו גוט!

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:26 am

· #268835
רויטע וואנצעס
בין איך דא,
בין איך דארט,


איך בין געקומען צו די החלטה אז איך בין דארט. אויב וואלט איך געווען דא, וואלט איך נאך געווען אין לעצטן סענטענס כ'האב געשריבן.