PDF
איך דארף הילף פון ווער עס קאן מיר דאס נאר געבען.
מיין פראבלעם איז אז ווען אימער איך מאך א PDF פון א WORD, נאך דעם גאנצען פראדוציר, ווען איך פרינט שוין ענדליך ארויס דעם PDF זעה אז די אויתיות שפרינגען, וואס איז דער באדייט דערפון? ווענט זיך דאס אויף דער FONT?
לכאורה האט עס מיט די פאנט.
אבער מיר דאכט זיך אז דאס געשעהט נאר אויב מאכט מען די PDF דורך די אקראובאט קנעפל אין ווארד, אויב מאכט מען אבער די PDF דורך קאנטראל פי און מען וועלט אויס דארט די פרינטער אדאבי PDF געשעהט דאס נישט.
אזוי אויך איז דאכט זיך די פראבלעם נאר ביי אדאבי PDF, אויב נוצט מען אבער א אנדערע PDF קריעטער פאסירט דאס נישט.
עס איז פארהאן א נוצבארע סייט צו מאכן פון א וועב-בלאט א pdf
<a class="postlink" href="http://www.web2pdfconvert.com/">http://www.web2pdfconvert.com/</a>
פארשטייט זיך דאס איז נאר גוט פאר וועמען עס גייט נישט אן אז זיי לייגן זייער וועב-סייט ביים ענדע פון יעדן בלאט...
(זיי פלעגן האבן א סערוויס אז מ'קען זיי אריינשיקן א לינק צו submit@web2pdfconvert.com און זיי פלעגן צוריקשיקן א pdf פייל. אבער מאמענטאל ארבעט עס נישט).
<a class="postlink" href="http://www.printfriendly.com/">http://www.printfriendly.com/</a> איז אויך גוט צו מאכן א וועב בלאט פאר א פידיעף.
די פראבלעם פון די אלע איז אז זיי קאפיען פון די לינק, נישט פון די בלאט ווי מ'איז יעצט.
וועלכע ווערסיע פון ווארד האסטו?
דולה ומשקהאיך דארף הילף פון ווער עס קאן מיר דאס נאר געבען.
מיין פראבלעם איז אז ווען אימער איך מאך א PDF פון א WORD, נאך דעם גאנצען פראדוציר, ווען איך פרינט שוין ענדליך ארויס דעם PDF זעה אז די אויתיות שפרינגען, וואס איז דער באדייט דערפון? ווענט זיך דאס אויף דער FONT?
דאס קען זיך מאכן מיט פאנטס וואס דו האסט נישט געקויפט לעגאל נאר געקאפיט פון א צווייטן.
דאס איז איינע פון אסאך סיבות, וואס ווען איך וויל מאכן א פדף, נוץ איך דעם פרינטער cutepdf.
עס איז א בחינם'דיגע פדף פרינטער, עס ליגט שיין צווישן די פרינטערס, און עס טוט די ארבייט שיין און גרינג, ועל כולם די פייל ווערט נישט צו גרויס.