☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » ראבאט מאכט היסטארישע לאנדונג אויף קאמעט

ראבאט מאכט היסטארישע לאנדונג אויף קאמעט

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7559

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:32 pm

· #234452
ראבאט מאכט היסטארישע לאנדונג אויף קאמעט
עס איז א ווירקליכקייט! נאך צען יאר וואס די ראזעטא סאטעליט איז ארויסגעשיקט געווארן, האט עס ענדליך זיך דערנענטערט צו איר דעסטינאציע, א קאמעט וואס ווערט גערופן 67P/Churyumov-Gerasimenko, און ארויסגעשיקט א ראבאט מיט'ן נאמען פילעא, וועלכע האט געלאנדעט מיט גאנצע גלידער אויפ'ן קאמעט, צו דער פרייד פון אלע סייענטיסטן וואס האבן געארבעט דערויף.
היות א קאמעט איז פון די פריע איבערבלייבענישן פון די ב' אלפים תוהו, ווען דער רוח אלהים מרחפת על פני המים, ווערט ערווארטעט אז פילעא וועט ארויסגעבן סודות פון מעשי בראשית און מעשי מרכבה, דורך געבן צו פארשטיין ווי אזוי אונזער וועלטל האט זיך פארמירט. גלייכצייטיג וועט דאס קענען מעגליך שיינען א ליכט אויף די מיסטעריעזע ערשיינונג פון לעבן אויף אונזער פלאנעט, וואס לויט מאנכע איז דאס געווען א רעזולטאט פון א קאמעט וועלכע האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט פלאנעט ערד.

יאיר » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 11:45 pm

· #235049
נאך זיבן און פופציג שעה וואס עס האט געארבעט איז די ראבאט אריין אין הייבערנעישאן, האפנטליך צו ווערן אויפגעוועקט ערגעץ וואו אין די צוקונפט.

דא קען מען זען צוויי בילדער פון דעם קאמעט געכאפט דורך ראזעטע, איינס פאר די ראבאט האט געלאנדעט און איינס נאכדעם.

א פאנאראמיש בילד פון דעם קאמעט געכאפט דורך פילעא אייניגע סעקונדעס בעפאר'ן לאנדן.
אין אנדערע נייעס, איז איינער פון די הויפט סייענטיסטן וואס האבן אנגעפירט מיט דעם פראיעקט געווארן ארונטערגעריסן פאר'ן טראגן א העמד מיט בילדער פון האלב נאקעטע נשים ר"ל, וואס ווערט באטראכט אלס אפענסיוו און א פאטענציאלער מכשול און גרויסע עבירה לויט טייל אויטאריטעטן אינערהאלב די פעמיניסטישע רעליגיע. דער באטרעפנדער סייענטיסט האט זיך זינט דאן אנטשולדיגט מיט טרערן אין די אויגן, און די דעזיינער פון דעם העמד, וועלכע איז גראדע א פרוי, וואס האט אים עס דעזיינט לכבוד זיין געבורטסטאג א חודש צוריק, האט געשריבן א שיינער בריוול וואו זי פארטיידיגט אים אלס א סענסיטיווער העכסט אנשטענדיגער מענטש.
מאנכע גיבן דערמיט צו פארשטיין פארוואס פרויען ווערן נישט אייניג רעפרעזענטירט אין די סייענטיפישע קאמיוניטי; די גאנצע וועלט איז אויף מיט א היסטארישע, ערשטמאליגע לאנדונג אויף א קאמעט, און די פרויען זענען פארנומען מיט... א קליידל.

זוכער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:34 am

· #235090
עס איז א געוואלדיגע דערגרייכונג. אין קונסט מעגליך נאך מער ווי דאס לאנדן אויפן מארס - אבער פינקט די מארס פראיעקטן האבן נישט אויפגעוויזן קיין ברעקל דורכברוך פון "לייף" אויפן מארס - קיין טראפ וואסער. קיין פיציעלע בעד-באג. קיין שפרענקעלע פון לעבן. טראץ אלע חלומות און ביליאנען!

אט אזוי אומערפאלגרייך וועט די ESA זיין מיט די ראסעטא קאמעט מיסיע!

יא, עס איז מורא'דיג אינטערעסאנט, אבער קיין שום סימנים פון לעבן זאלט איר נישט ערווארטן! לעבן אז דא נאר אויף אונזער פלאנט ערד... ביי מיסטעיק לויט די דארוויניסטן. און השגחה עליונה לויט די מאמינים בתורת משה!

זוכער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 7:55 am

· #235107
נאסא שרייבט אז די פריימערי ציל פון מארס עקספלארעישען איז צו טרעפן "סימנים פון וואסער" - יא. נישט א גלעזל וואסער נאר א צייכן פון וואסער.

קוק דא ווי נאסא שרייבט עס בלעק-אן-ווייט.

Primary among the mission's scientific goals is to search for and characterize a wide range of rocks and soils that hold clues to past water activity on Mars. The spacecraft are targeted to sites on opposite sides of Mars that appear to have been affected by liquid water in the past. The landing sites are at Gusev Crater, a possible former lake in a giant impact crater, and Meridiani Planum, where mineral deposits (hematite) suggest Mars had a wet past.

http://mars.nasa.gov/mer/overview/

זוכער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 3:03 pm

· #235235
זיי ווארטן בכליון עינים צו הערן די בשורה טובה: "מצאנו מים".

אויף דעם גיט מען אויס ביליאנען און מעגליך טריליאנען דאלאר.

דערווייל איז ונפשינו קצה במארס הקלוקל. קיין טראפקעלע וואסער!
צי ס'איז א דורכפאל צי נישט, וועל איך לאזן פאר NASA!

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 4:21 pm

· #235273
דער קאמעט איז באדעקט אין אייז, איז נישט דאס h20?

זוכער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 4:26 pm

· #235277
רויטע וואנצעס
דער קאמעט איז באדעקט אין אייז, איז נישט דאס h20?

קיין טראפ אייז נישט
http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/ ... -data.html

יידל » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 4:39 pm

· #235288
אבער אקסעדזישן יא. נו, זוכער וויאזוי געט זיך ענסערס אין דזשענסיס אן עצה?

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 4:44 pm

· #235290
זוכער
רויטע וואנצעס
דער קאמעט איז באדעקט אין אייז, איז נישט דאס h20?

קיין טראפ אייז נישט
http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/ ... -data.html

טאקע א חידוש. קאמעטס ווי באקאנט זענען באדעקט מיט אייז, פון דעם נעמסט זיך די וויידל. טייל זאגן טאקע אז הייבט זיך נישט אן, די וויידל איז גאז. דארט אין ארטיקל זעצן זיי איין אז נארמאל איז יא אייז, אבער ס'איז מסתמא געווען אמאל זייער נאנט צו די זון.

זוכער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 4:54 pm

· #235293
רויטע וואנצעס
זוכער
רויטע וואנצעס
דער קאמעט איז באדעקט אין אייז, איז נישט דאס h20?

קיין טראפ אייז נישט
http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/ ... -data.html

טאקע א חידוש. קאמעטס ווי באקאנט זענען באדעקט מיט אייז, פון דעם נעמסט זיך די וויידל. טייל זאגן טאקע אז הייבט זיך נישט אן, די וויידל איז גאז. דארט אין ארטיקל זעצן זיי איין אז נארמאל איז יא אייז, אבער ס'איז מסתמא געווען אמאל זייער נאנט צו די זון.

זיי טוישן זייער מיינד שנעלער ווי איך טייפ!

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 5:51 pm

· #235311
די משוגעים טוישן זייער מיינד יעדע מאל זיי באגעגענען קאמפעלינג עווידענס וואס צייגט איבער זייער פריערדיגע טעות, אונז? מיר טוישן נישט אונזער מיינד קענסטיך שטעלן אויפן קאפ! ווייזט מיר אויף קלאר ווי די טאג וועל איך מיך נישט רירן פון מיין פריערדיגע שיטה.

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 7:52 pm

· #235327
[ציטאט אראפגענומען]

דו ווייסט אפילו נישט ווי גוט דו זאגסט. עס איז פון די גרעסטע סקעמס זייט בריאת העולם.

טאמבל סאס » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 7:59 pm

· #235330
חלילה. בריאת העולם איז קיין סקעם נישט!

יאיר » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:01 pm

· #235331
מר. זוכער, איך פארשטיי אז די ראקעטן וואס דער נאבעל פרייז געווינער פראפעסאר אביגדור מיללער האט געבויט האבן טאקע איבערגעוויזן שווארץ אויף ווייס דער גענויער סדר פון ששת ימי בראשית, פארט זענען אבער די סייענטיסטן ביי נאסא אויך נישט אוועקצומאכן. קענסט גיין אנפירקלען דיינע עקסקלעמעישן מארקס בעניני תורה ומדע, אבולוציה ואביזרייהו אין דעם אנדערן אשכול. לאז דעם אשכול איבער פאר אנדערע צוועקן. יישר כח.

זוכער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:01 pm

· #235332
געפילטע פיש
די משוגעים טוישן זייער מיינד יעדע מאל זיי באגעגענען קאמפעלינג עווידענס וואס צייגט איבער זייער פריערדיגע טעות, אונז? מיר טוישן נישט אונזער מיינד קענסטיך שטעלן אויפן קאפ! ווייזט מיר אויף קלאר ווי די טאג וועל איך מיך נישט רירן פון מיין פריערדיגע שיטה.

נישט קיין פעלער צו מודה זיין על האמת. אדרבה איז שעץ שטארק דעם אטעאיסט פלו פארן מודה זיין באחרית ימיו אז ער האט גגעלעבט אין א טעות א גאנץ לעבן.

האבעל האט אויך איינגעזען אז די וועלט איז נישט "אייביג" געווען, ווי דארווין האט געהאלטן.

איך בין פארן אמת! אויב איך וועל איינזעהן אז איך בין אומגערעכט, וועל איך מודה זיין!

זוכער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:05 pm

· #235334
יאיר
מר. זוכער, איך פארשטיי אז די ראקעטן וואס דער נאבעל פרייז געווינער פראפעסאר אביגדור מיללער האט געבויט האבן טאקע איבערגעוויזן שווארץ אויף ווייס דער גענויער סדר פון ששת ימי בראשית, פארט זענען אבער די סייענטיסטן ביי נאסא אויך נישט אוועקצומאכן. קענסט גיין אנפירקלען דיינע עקסקלעמעישן מארקס בעניני תורה ומדע, אבולוציה ואביזרייהו אין דעם אנדערן אשכול. לאז דעם אשכול איבער פאר אנדערע צוועקן. יישר כח.

@יאיר איך פארשטיי דיין ווייטאג אז מ'טרעפט נישט קיין עיליענס, קיין צמחים, קיין טראפ וואסער אין די טריליאנען גאלאקסיען, סענטיליאן שטערנס, קוועיזערס אדער פלאנעטן.

בלאף+BS

אזוי האט גאט געוואלט! שעלט אים, נישט מיך!

יאיר » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:23 pm

· #235340
ס'ארא דברי כפירה דו רעדסט דא! ס'איז א מפורש'ע פסוק אז עס געפינט זיך מים העליונים אין די הויכע ספערן, און ס'איז אן אפענע גמרא אז עס געפינען זיך ברואים אויף אנדערע פלאנעטן.
איך האב געמיינט אז נאר ספרי הרב מיללער קענסטו נישט.

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:32 pm

· #235344
ער זאגט בשם א ספר וואס ברענגט בשם א רוסישע ספר! אז דער רבי זאל האבען געזאגט צו געשריבן אז עס שטייט אזוי אין גמרא אבער גיבט נישט אן קיין מקור
אפשר ביסטו אזי קיינד און צייכענסט אן די גמרא? טענקס.

נהורא נפישא » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:36 pm

· #235347
עפעס געדענק איך אורו מרוז, אז דבורה האט געשאלטן די איינוואוינער פון א שטערן לויט א געוויסע פשט אין די גמרא.
אבער באמת אז מ'וועט יא טרעפן אליאנס אויף אנדערע פלאנעטן איז גאנץ מעגליך אז זיי זענען שדים.

זוכער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:44 pm

· #235354
יאיר
ס'ארא דברי כפירה דו רעדסט דא! ס'איז א מפורש'ע פסוק אז עס געפינט זיך מים העליונים אין די הויכע ספערן, און ס'איז אן אפענע גמרא אז עס געפינען זיך ברואים אויף אנדערע פלאנעטן.
איך האב געמיינט אז נאר ספרי הרב מיללער קענסטו נישט.

איך בין טאקע א כופר! אבער זיי טרעפן דאך נישט קיין וואסער און נישט קיין עיליענס.

צווייטנס, איך לאך אפ פון עוואלושען ווייל ס'איז הויל BS, טרעש און נאנסענס. - עוואלושען טעאריע מאכט מיך פאר א מאמין! נישט פארקערט.

יאיר » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:51 pm

· #235361
זוכער
יאיר
ס'ארא דברי כפירה דו רעדסט דא! ס'איז א מפורש'ע פסוק אז עס געפינט זיך מים העליונים אין די הויכע ספערן, און ס'איז אן אפענע גמרא אז עס געפינען זיך ברואים אויף אנדערע פלאנעטן.
איך האב געמיינט אז נאר ספרי הרב מיללער קענסטו נישט.

איך בין טאקע א כופר! אבער זיי טרעפן דאך נישט קיין וואסער און נישט קיין עיליענס.

צווייטנס, איך לאך אפ פון עוואלושען ווייל ס'איז הויל BS, טרעש און נאנסענס. - עוואלושען טעאריע מאכט מיך פאר א מאמין! נישט פארקערט.

דו ביסט גאר א כופר? אין וואס לייקנסטו?

זוכער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:56 pm

· #235365
יאיר
זוכער
יאיר
ס'ארא דברי כפירה דו רעדסט דא! ס'איז א מפורש'ע פסוק אז עס געפינט זיך מים העליונים אין די הויכע ספערן, און ס'איז אן אפענע גמרא אז עס געפינען זיך ברואים אויף אנדערע פלאנעטן.
איך האב געמיינט אז נאר ספרי הרב מיללער קענסטו נישט.

איך בין טאקע א כופר! אבער זיי טרעפן דאך נישט קיין וואסער און נישט קיין עיליענס.

צווייטנס, איך לאך אפ פון עוואלושען ווייל ס'איז הויל BS, טרעש און נאנסענס. - עוואלושען טעאריע מאכט מיך פאר א מאמין! נישט פארקערט.

דו ביסט גאר א כופר? אין וואס לייקנסטו?

איך בין א כופר אין עוואלושען!

ברסלבער » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 1:29 pm

· #235538
הַלְלוּהוּ כָּל כּוֹכְבֵי אוֹר, דער קאמעט זינגט שירה.
http://www.cbc.ca/news/technology/comet ... -1.2834947

זוכער » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 1:34 pm

· #235545
ברסלבער
הַלְלוּהוּ כָּל כּוֹכְבֵי אוֹר, דער קאמעט זינגט שירה.
http://www.cbc.ca/news/technology/comet ... -1.2834947

א דאנק @ברסלבער. עס איז העכסט אינטרעסאנט און א קאמפליט סורפרייז.

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 8:09 pm

· #236111
פרייליכע נייעס
עס איז נארוואס אנטדעקט געווארן אז אין די קורצע צייט וואס פילעא איז געווען וואך אויפ'ן קאמעט האט עס אנגעיאגט צו אויפכאפן ארגעניק מאלעקולס, וואס זענען די ליים און ציגל פאר לעבעדיגע באשעפענישן. סייענטיסטן שאצן אז לעבן אויף אונזער פלאנעט האט זיך אנגעהויבן דורך עולמות שחרבו, ביי א צוזאמענשטויס פון א קאמעט מיט דער ערד, און דאס איז א שטארקע באווייז לטובתם.
רבותי, לבי אומר לי אז עס ווארט אונז נאך אסאך סורפרייזעס אויב פילעא וועט זיך אויפוועקן. זייט מתפלל אז עס זאל נישט געדויערן לאנג און מיר זאלן זוכה זיין צו הקיצו ורננו שוכני קאמעט.

פליקער » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:22 pm

· #240242
אקעי איך וועל מאכן דערפין א נאטיץ

רויטע וואנצעס » זונטאג יולי 26, 2015 6:34 pm

· #291802
איינער קען אנגעבן ווי אין די סאלאר סיסטעם איז די לאקאציע פון דעם קאמעט, ווי אויך אויב איז דא א אפדעיט אויף די מיסיע.
@יאיר

יאיר » מאנטאג יולי 27, 2015 12:01 pm

· #292045
עס איז פארהאן עפעס אפדעיטס. פאריגע חודש האט פילעי זיך אויפגעוועקט פאר 85 סעקונדעס. דא קענסטו ליינען מער וועגן דעם. http://www.npr.org/sections/thetwo-way/ ... long-sleep
דער קאמעט דרייט זיך ארום די זון און מאכט א הקפה יעדע 6-7 יאר. עס געפינט זיך איבער 300 מיליאן מייל אוועק פון פלאנעט ערד.