☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » האב איך געקלערט אז ס'קען אפשר זיין

האב איך געקלערט אז ס'קען אפשר זיין

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7556

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:57 pm

· #234367
האב איך געקלערט אז ס'קען אפשר זיין
נאר בעלי דרשנים און רעביס מעגן קלערן? יעדער קלערט עפעס אמאל.

איך האב געקלערט אז ס'עקזיסטירט נישט 'כמעט' קיין ריינע שקר, יעדע ליגענט האט ערגעץ וואו אמת כאפט זיך אריין. למשל אז איינער זאגט אז טרויבן וואקסט פון דער ערד אדער למשל ער זאגט אז גאלד איז גרין, האט ער געזאגט א אמת'ער ליגענט. סאיז נישט נישט קיין פאלשע ליגענט, ס'איז אמת ליגענט, ווייל טרויבן וואקסט פון בוים און גאלד איז גאלד. דאס ביסעלע אמת ארום דעם ליגענט גיט חיות אז ס'זאל בכלל קענען געזאגט און געהערט ווערן, אפילו ס'ווערט נישט דערהערט.

זאל דער באשעפער העלפן אז שקר זאל באגראבן ווערן און ס'זאל זיין אמת מארץ תצמח בב"א.

וואס קלערט איר?

יואב » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:04 pm

· #234369
איך קלער אז אויב שקר זאל באמת באגראבן ווערן, וואס וועט זיין מיט דעם ביסל אמת וואס קלעבט ארום דעם שקר. איז דאס אמת אז דעם אמת וועט מען באגראבן צוזאמען מיטן שקר, אדער איז דאס שקר. און אויב ס'איז טאקע שקר, איז דאס שקר ממש, אדער גענוי ווי שקר סתם האט דאס אויך עפעס אמת?

ישמעאל הכהן » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:21 pm

· #234467
עפרון ווי באקאנט האט זייער ליעב געהאט געלט האב איך געקלערט אז ס'אפשר מרומז אין זיין נאמען 'עפרון', די סופי תיבות פון יעדע אות פון עפרון: עי''ן איז נו''ן, פ''א איז אל''ף, רי''ש איז שי''ן, וא''ו איז וא''ו, נו''ן איז נו''ן. דאס איז 'נאשון'. נאשון באטרעפט מספר קטן 20, ''ממון'' במספר קטן מיט די כולל איז אקוראט 20!
ליכא מילא דלא רמיזא

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 9:10 pm

· #234538
ישמעאל הכהן
עפרון ווי באקאנט האט זייער ליעב געהאט געלט האב איך געקלערט אז ס'אפשר מרומז אין זיין נאמען 'עפרון', די סופי תיבות פון יעדע אות פון עפרון: עי''ן איז נו''ן, פ''א איז אל''ף, רי''ש איז שי''ן, וא''ו איז וא''ו, נו''ן איז נו''ן. דאס איז 'נאשון'. נאשון באטרעפט מספר קטן 20, ''ממון'' במספר קטן מיט די כולל איז אקוראט 20!
ליכא מילא דלא רמיזא

נאר נישט א יעדער איד אזא גוטער מאטעמאטישן...!
באופן אחר יש לפרש: גנב איז בגימטריא 55. צוזאמען מיט'ן כולל איז עס 56. כ'האב א דרוש נפלא אויף דעים. נאר דאס גייט שוין אריין אין די סתרי תורה...