☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » לוט'ס ווייב

לוט'ס ווייב

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7554

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 1:48 am

· #234164
לוט'ס ווייב
הייליגער לויט איז געגאנגען אונטער ג-ט'ס מלאך
ער זעט אויס גרויס און ליכטיג אויף א בארג, ריזיג און שווארץ

אבער דאס הארץ פון זיין פרוי פלאטערט שטארקער און פרעמדער:
''עס איז נאך נישט זייער שפעט,
דו האסט נאך צייט צו קוקן אויף צוריק.
צו דיע רויזיגע טורעמען פון דיין מוטער היים סדום
די פאלאץ וואו דו האסט געזונגען,
און די הויף וואו דו האסט געשפאנט''

זי האט געקוקט - און אירע אויגן זאפארט געבינדען
אין שמערצן - זיי קענען מער נישט זעהן בכלל.
אירע פיס פארשטיינערט,
איר גוף פארטוישט צו א זויל פון זאלץ

ווער וועט באוויינען איר ווי איינע פון לוט'ס פאמיליע מיטגליד?
שיינט זי נישט צו זיין פון די קלענסטע פארלוסטן צו אונז?
אבער טיף אין מיין הארץ איך וועל אייביק געדענקען
איינער וואס האט איר לעבן אויפגעגעבן פאר איין איינציק בליק

Anna Akhmatova

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:36 am

· #234173
שכויעח, דאס האסטו איבערגעטייטש?
דא האט איר דער מקור <a class="postlink" href="http://www.poets.org/poetsorg/poem/lots-wife">http://www.poets.org/poetsorg/poem/lots-wife</a>

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:39 am

· #234175
ישר. איך האב נאכגעשריבן דיע, ס'א משהו אנדערש

<a class="postlink" href="http://www.poetrysoup.com/famous/poem/11/lots_wife">http://www.poetrysoup.com/famous/poem/11/lots_wife</a>

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:21 am

· #234180
אה איך זעה, כ'האב זיך טאקע געוואונדערט, איך כאפ יעצט אז די ענגליש איז שוין אויך א תרגום, דארף מען איינער וואס קען רוסיש זאל אונז מגלה זיין וועלכע פון די תרגומים זענען מער קרוב אל האמת.