הקמת המציבה - לייבי קלעצקי
פארגעקומען היינט אין דיען ניו דזשוירסי, א חודש פאר די ערשטע יארצייט.
אוי טאטע טאטע וויפיל איז דער גבול וויזוי קען זיין אז די גלעזעל איז נאך נישט פיהל 😢
VIDEO
עס איז דא א ענין צו לייגען א מציבה ביי די 11 חדשים? איך האב געמיינט אז אדער ביי די ענד פין די שבעה אדער שלושים אדער ביים יארצייט? א נייע זאך 11 חדשים??
די נוסח אויפן מציבה שילדערט היבש גוט די טראגעדיע וואס האט זיך אפגעשפילט. עס וועקט אויף די קאשמארע זכרונות. א קליין אינגל איז נעלם געווארן אויפן וועג אהיים פון חדר... די גאנצע שטאט גייט אויף רעדער... מ'זוכט און מ'נישטערט בייטאג און ביינאכט... ביז ביז ס'איז ליידער באקאנט געווארן די אומדערטרעגליכע ביטערע מציאות... תהא נשמתו צרורה בצרור החיים. ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.
מערקווירדיג; ס'שטייט נישט נפטר אדער נהרג, נאר "נספה".
שמואל הלוי מערקווירדיג; ס'שטייט נישט נפטר אדער נהרג, נאר "נספה".
אויך באמערקט דעם אויסדרוק. וואס איז די גענויע אפטייטשט פון דעם ווארט?
נספה טייטש perished, אומגעקומען. מ'ניצט עס געווענליך אויף די וואז זענען אומגעקומען עקה"ש אדער און א פייער, עקסידענט וכדו'.
שמיטה שמואל הלוי מערקווירדיג; ס'שטייט נישט נפטר אדער נהרג, נאר "נספה".
אויך באמערקט דעם אויסדרוק. וואס איז די גענויע אפטייטשט פון דעם ווארט?
ויש נספה בלא משפט מצודות: "נספה" - ענין מיתה כמו אני נאסף אל עמי (בראשית מט)
וואס איז פשט פון נגינה ביי א הקמת מציבה?
משולם שטיינפעלד וואס איז פשט פון נגינה ביי א הקמת מציבה?
זעהט אויס אז הרב אייזענבערג האלט אז דאס וועט דערקוויקן דעם אומגליקליכן טאטע.
אדער האט ער געהאלטען סוועט דערקוויקען עם אליינס
קרעקער אדער האט ער געהאלטען סוועט דערקוויקען עם אליינס
אדער האסטו געמיינט אז דו מוזט עפעס שרייבן
chasid קרעקער אדער האט ער געהאלטען סוועט דערקוויקען עם אליינס
אדער האסטו געמיינט אז דו מוזט עפעס שרייבן
משא"כ דו האסט געמיינט אז...?
דערמאנונג: ביטע זיך האלטן צום נושא!