☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » הילף אין טרעפן מקורות פון אלטע ליטעראטור

הילף אין טרעפן מקורות פון אלטע ליטעראטור

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7545

פידלער » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 8:11 pm

· #233924
הילף אין טרעפן מקורות פון אלטע ליטעראטור
אמת, האלב וועלט קען מען היינט טרעפן אויף גוגל. אבער דאך בלייבט איבער די אנדערע העלפט. און אפילו צו @אנאנים'ס געוואלדיגע פארש פעאיגקייטן איז דא א גבול. עפן איך דעם אשכול פאר די צייטן ווען מיר דארפן הילף אין טרעפן מקורות פון אלטע ליטעראטור אדער גאר די ליטעראטור אליין. (copied and pasted)

איך זיך יעצט אן אלטע פאעמע וואס איז געווען אין די ליכט שטראלן אין די ל יארן. עס האט זיך גערעדט פון א מלמד וואס פלעגט אריין קוקן אין מענדעלסאהן'ס ביאור און צום סוף זענען אלע זיינע קינדער ארויס לתרבות רעה.

דאס איז א חלק פון פזמון:

מילא ווערן א קל,
ליידער פאסירט אזא זאך,
אבער אזוי, פון איין עק צום צווייטן,
דאס איז שוין גארנישט איינפאך!

אויב איינער ווייס ווי איך קען דאס געפונען וואלט איך געווען געוואלדיג דאנקבאר.

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 11:44 pm

· #233966
אוי די ליכט שטראלען, זיס ווי צוקער.

די מעשיות פין ר' לייב שרה'ס ווי ער האט זיך געשפילט מיט'ן קעניג. כ'בין דאך געוועהן אזוי העפי צו זיין א איד.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 5:20 pm

· #234084
איחוד פעלד
אוי די ליכט שטראלען, זיס ווי צוקער.

די מעשיות פין ר' לייב שרה'ס ווי ער האט זיך געשפילט מיט'ן קעניג. כ'בין דאך געוועהן אזוי העפי צו זיין א איד.

הוא אשר דיברתי: אין אן אנדערן אשכול. אז מעשיות פון צדיקים וואס מ'פארציילט פאר קינדער מוזן נישט זיין 100% אינגאנצן פונקטליך אמת. א קינד פרייט זיך צו הערן די מעשיות און זיין דמיון צושפילט זיך. ער האט צייט שפעיטער ווען ער וואקסט אויף, מבקר צו זיין צו די מעשה איז אמת אדער נישט...!

נתן מנחם » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 5:40 pm

· #234091
berlbalaguleh
איחוד פעלד
אוי די ליכט שטראלען, זיס ווי צוקער.

די מעשיות פין ר' לייב שרה'ס ווי ער האט זיך געשפילט מיט'ן קעניג. כ'בין דאך געוועהן אזוי העפי צו זיין א איד.

הוא אשר דיברתי: אין אן אנדערן אשכול. אז מעשיות פון צדיקים וואס מ'פארציילט פאר קינדער מוזן נישט זיין 100% אינגאנצן פונקטליך אמת. א קינד פרייט זיך צו הערן די מעשיות און זיין דמיון צושפילט זיך. ער האט צייט שפעיטער ווען ער וואקסט אויף, מבקר צו זיין צו די מעשה איז אמת אדער נישט...!



צדיקים פלעגן זאגען אויף שבחי בעל שם מעשיות "איך ווייס נישט אויב עס איז טאקע געשעהן אבער עס האט געקענט געשעהן" ודפ"ח

פידלער » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 6:28 pm

· #234108
[ציטאט אראפגענומען]


OMG!!! You are beyond the best! I cannot thank you enough!!! You must teach me your research tricks

Thank you, thank you, thank you!

אחד העם » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 7:24 pm

· #234112
ראובן איז א בר מזל ער האט מיר פונקט אויס געכאפט איך האב עס יעצט געוואלט נאכברענגט פון דא

מאטי » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 7:29 pm

· #234114
און אוצר הספרים האט דאס אויך

וחלופיהן » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 1:10 pm

· #235193
יישר כוח ראובן, און אחד העם פארן לינק. איז מעגליך דאס צו דאנלאדן ווי א פי די עף?

אחד העם » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 5:51 pm

· #235310
יא ביי יענעם וועב זייטל קען מען עס דאונלאודען אלס פידיעיפ