☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » דער בארצעלאנא וויכוח, דער רמב"ן מיטן משומד, דראמאטיזאציע.

דער בארצעלאנא וויכוח, דער רמב"ן מיטן משומד, דראמאטיזאציע.

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7544

ישראל קאפקע » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 7:08 pm

· #233906
דער בארצעלאנא וויכוח, דער רמב"ן מיטן משומד, דראמאטיזאציע.
אין יאר 1263 למספרם, איז אין די שטאט בארצעלאנא אין קאטאלאניא (היינט שפאניע) אין די קעניגרייך פון דזשעימס דער ערשטער, דער קעניג פון אראגאן און קאטאלאניא פארגעקומען א באוואוסטע וויכוח ציווישן דער רמב''ן און פאבלאו קריסטיאני א משומד, איבער די ווארהייט פון די קריסטליכע רעליגיע, מיט די ציל אז אויב דער משומד גייט מנצח זיין דער רמב''ן, דער גרויסער אידישער געלערנטער, וועט עס איבערצייגן די אידישע געמיינדע זיך צו טויפן צו קריסטנטום,

דער רמב''ן האט לכתחילה נישט געוואלט אפהאלטן דעם וויכוח וואס האט געדארפט פארקומען מיטן באטייליגונג פונעם קעניג, און נאר נאך וואס דער ליבעראלער קעניג האט אים פארזיכערט מיט גענצליכע פרייהייט פון ווארט אין די וויכוח האט דער רמב''ן בלית ברירה אנגענומען די אויפגאבע,

ווען דער רמב''ן האט געוואונען דעם וויכוח אויף וואס דער קעניג האט אים געשאנקן דריי הונדערט גאלדערנע מטבעות, האט דער משומד, מיט זיין מיטהעלפער א לאקאלע גלח ארויסגעגעבן א געפעלשטע ווערסיע פונעם וויכוח, אויף וואס דער רמב''ן האט זיך געפילט געצוואונגען צו ענטפערן מיט אן אייגענע ריכטיגע ווערסיע, דאס האט שוין די קאטוילישע קירכע נישט געקענט אראפשלינגען און נאכן לייגן גרויס דרוק אויפן קעניג, האט דער קעניג בלית ברירה געהייסן פארברענען די רמב''ן'ס ווערסיע, און געשיקט דער רמב''ן אין גלות פאר צוויי יאר צייט,

פון אראגאן איז דער רמב''ן ארויף אויף ארץ ישראל וואו ער האט געגרונדעט רמב''ן שול אין ירושלים, די עלסטע שול אין ירושלים היינטצוטאגס, דער רמב"ן האט אויפן דרוק פון דער וואטיקאן זיך שוין קיינמאל נישט צוריקגעקערט מו זיין היימשטאט אין שפאניע,

אין 1986 האט אן ענגלישער טעלעוויזיע אויפגעשפילט א דראמאטיזאציע פונעם וויכוח,
דא אויף יוטוב אין פינף, פופצן מינוטיגע טיילן,
זייער אינטערעסאנט.
דער בארצעלאנא וויכוח, חלק א

איז אזוי דער ערשטער חלק איז נישט די עצם וויכוח, און נישט עכט אינטערעסאנט, חלק ב און ווייטער איז זייער אינטערעסאנט, אבער דער לינק פאר חלק ב ארבייט עפעס נישט,
איר קענט טרעפן חלק ב די ערשטע suggestion פון חלק א.

נהורא נפישא » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 7:48 pm

· #233915
ס'איז געדרוקט די ווכוח עם הפראי פיל אין די כתבי הרמב"ן פון שעוועל.
די דערמאנטע טעלוויזיע וועמענס ווערסיע שפילן זיי אויף ?

ישראל קאפקע » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 8:03 pm

· #233922
נהורא נפישא
ס'איז געדרוקט די ווכוח עם הפראי פיל אין די כתבי הרמב"ן פון שעוועל.
די דערמאנטע טעלוויזיע וועמענס ווערסיע שפילן זיי אויף ?

זיי זאגן נישט וועלכע זיי שפילן אויף, אבער עס איז קלאר אז זיי שפילן דער רמב''ן'ס (ריכטיגע) ווערסיע,

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:24 pm

· #439282
כ'האב לעצטנס איבערגעשמועסט מיט א חבר די ענין פון נצרות קעגן יהדות, אונז זענען געקומען צום מסקנא אז אין די מיטל-אלטער איז טאקע יהדות געווען בעסער פון נצרות, אבער היינטיגע צייטן וואלט דער רמב"ן אויך מודה געווען אז נצרות שטייט פיל בעסער.

אישתישבי » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:32 pm

· #439283
זיי מסביר.
עס קען זיין אז דער אידישער פויבסט וועט לייגן פרעשור אויף דיר.
גיב דיר אכטונג.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:37 pm

· #439284
ס'איז זייער פשוט, אין די צייטן פונעם רמב"ן זענען די קריסטן געווען א באנדע חיות מטורפות וואס האבן פרובירט ארויפצווינגען זייער משיח-גאט אויף אלע מענטשן, און די אידן זענען געווען איידעלע הייליגע מלאכים וואס האבן נישט געטשעפעט קיינעם, פון דעמאלטס ביז היינט האבן זיך שוין אסאך זאכן געטוישט... די אלע וויכוחים זענען געווען גוט אינעם מיטל-אלטער, די נושאים וואס מ'האט דעמאלטס דעבאטירט זענען שוין נישט נוגע היינטיגע צייטן, די נושאים האבן זיך שוין געטוישט צען מאל זינט דאן. אונז היינט גלייבן נישט אלעס וואס דער רמב"ן האט געגלייבט, די קריסטן היינט גלייבן נישט אלעס וואס כריסטיאני האט געגלייבט, ס'איז אן אנדערע וועלט מיט אנדערע אמונות און מושגים.

real fake news » פרייטאג נאוועמבער 29, 2019 10:49 am

· #439331
איינער קען ביטע מיר צוצייכענען א לינק ווי מקען זעהן ביידע ווערסיעס פון די וויכוח?

א דאנק

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 16, 2020 10:01 am

· #451908
דא איז א לינק צו א סעריע וויכוחים פון גדולי ישראל מיט די קריסטן (דער רמבן'ס גירסה). כ'האב נישט געוואוסט ס'איז פארהאנען צוויי גירסאות?
<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/daat/mahshevt/natsrut.htm">http://www.daat.ac.il/daat/mahshevt/natsrut.htm</a>