☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » דער מענטשליכער צושטאַנד

דער מענטשליכער צושטאַנד

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7543

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 4:46 pm

· #233865
דער מענטשליכער צושטאַנד
צובראכן, פארלאשן, טרויער, שווארץ,
טריקן, יאוש, צעריסען הארץ,
טיף, קאלט, שמוציג, לעהר,
שוואך, פאלוירן, נאס פון טרער.

נערוועז, אומרואיג, אנגעצויגן,
שיף, שוויץ, רוקן געבויגן,
פארוואס, ווען, און ווי,
געקלאפט, פארלוירן, צער, און מי.

הייס, פייער, געשריי, און כעס,
ליידיג, נידריג, נישטא קיין דעת,
קריג, קלאפן, און שולד,
שנאה, קנאה, די אויגן ווילד.

תאוה, טינקל, זיס, און היץ,
הרהורים, קוקן, עבירה, און שמוץ,
אברים, אויגן, הנאה, און הארץ,
חרטה, יאוש, שברון, און שווארץ.

לוסטיג, פרייליך, הויעך, און ריין,
אפען, ליכטיג, ברייט, און שיין,
געשמאק, תענוג, און זיס,
חברים, ידידים, אחדות, און שמועס.

אהבה, חסד, מידות, און געבן
צדקה, ישרות, און לעבן
צו גאט, צו זיך, און צו לייט,
שמייכעל, ליבשאפט, און גוטסקייט.

רואיג, געלאסן, איידל, שטיל,
צופרידן, בנחת, גוטע געפיהל,
פאזעטיוו, געדולד, מתינות, און שלוה,
סבלנות, מנוחה, קלאר, און אהבה.

יאיר » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 6:23 pm

· #233891
👍
וואו קען איך זיך איינשרייבן צו באקומען דעם מאגאזין?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 2:47 am

· #330886
פליסן
פון מחשבה צו די אויגן

טרערן פליסן

פון די הארץ צו די גלידער

בלוט טוט פליסן

פון מח צו די מרה

שחורה טוט פליסן

פון די הארץ צו די פיס

א פריילעך טענצל טוט פליסן

פון די אויערן צו די נערוון

מוזיק טוט פליסן

פון די נאז צום עסן

אפעטיט טוט פליסן

פון די אויגן צו קינדער

אהבה טוט פליסן

פון די האלז צו די ליפן

שפראך טוט פליסן

פון די געדאנקן צו די פינגער

פאעזיע טוט פליסן.