☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם: פראפעסאר

שלום עליכם: פראפעסאר

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7541

פראפעסאר » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 8:13 pm

· #233575
שלום עליכם: פראפעסאר
איך בין טאקע א פראפעסאר. איך אליינס בין נישט קיין חרדישער ייד, נאר איך בין שטארק פאראינטערעסירט אין חסידות און אין יידיש, בין איך דא צו לערנען פון אייך.

קאווע טרינקער » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 8:48 pm

· #233582
פראפעסאר
איך בין טאקע א פראפעסאר. איך אליינס בין נישט קיין חרדישער ייד, נאר איך בין שטארק פאראינטערעסירט אין חסידות און אין יידיש, בין איך דא צו לערנען פון אייך.

אייער PhD איז אין...?

מאטי » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 11:22 pm

· #233621
פראפעסאר
איך בין טאקע א פראפעסאר. איך אליינס בין נישט קיין חרדישער ייד, נאר איך בין שטארק פאראינטערעסירט אין חסידות און אין יידיש, בין איך דא צו לערנען פון אייך.

על הראשונים אנו מצטערים.......

פראפעסאר » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:18 am

· #233645
קאווע טרינקער
פראפעסאר
איך בין טאקע א פראפעסאר. איך אליינס בין נישט קיין חרדישער ייד, נאר איך בין שטארק פאראינטערעסירט אין חסידות און אין יידיש, בין איך דא צו לערנען פון אייך.

אייער PhD איז אין...?


מיין PHD איז אין יידישע לימודים, ספעציפיש: "יידישע שפראכן און ליטעראטור נאך די תקופה פון תנ"ך"...

פראפעסאר » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:24 am

· #233648
מאטי
פראפעסאר
איך בין טאקע א פראפעסאר. איך אליינס בין נישט קיין חרדישער ייד, נאר איך בין שטארק פאראינטערעסירט אין חסידות און אין יידיש, בין איך דא צו לערנען פון אייך.

על הראשונים אנו מצטערים.......


נו, איך שפיר אז איר רעדט דא עפעס סארקאסטיש, נאר איך פארשטיי נישט דווקא וואס איר זענט אויסן, קענט איר מיר דערקלערן וועל איך שוין געהאט געלערנט עפעס!

ישראל קאפקע » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:33 am

· #233652
פראפעסאר
מאטי
פראפעסאר
איך בין טאקע א פראפעסאר. איך אליינס בין נישט קיין חרדישער ייד, נאר איך בין שטארק פאראינטערעסירט אין חסידות און אין יידיש, בין איך דא צו לערנען פון אייך.

על הראשונים אנו מצטערים.......


נו, איך שפיר אז איר רעדט דא עפעס סארקאסטיש, נאר איך פארשטיי נישט דווקא וואס איר זענט אויסן, קענט איר מיר דערקלערן וועל איך שוין געהאט געלערנט עפעס!

איך פארשטיי אויך נישט וואס ער מיינט, נא מאטי זייט מסביר,

אידישע שפראכן נאך די תקופה פון תנ"ך,
וועלכע אידישע שפראכן פונעם חורבן ביז אידיש טויזנט יאר צוריק?

בשבילי! » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:35 am

· #233653
מאטי מיינט פראפעסאר שפירא,

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:37 am

· #233655
פראפעסאר'ס וועבזייטל: <a class="postlink" href="http://justinjaronlewis.wordpress.com/">http://justinjaronlewis.wordpress.com/</a>
נאך: <a class="postlink" href="http://home.cc.umanitoba.ca/~lewis2/">http://home.cc.umanitoba.ca/~lewis2/</a>

פון זיין וועבסייט:

This is the home page for Justin Jaron Lewis, at the University of Manitoba. Welcome to my world.

I am an Associate Professor in the Department of Religion, and some of my courses also count for credit in Judaic Studies or Central and East European Studies. I teach Religion and Sexuality, Storytelling and Religion, and most of our department’s courses on Judaism. For the most recent course listings see Teaching.

My research is mostly about storytelling and Judaism, usually both at the same time. See Research for updates on my work in progress. Most of my published work can be accessed at academia.edu. I maintain two other WordPress sites for specific projects: Thoughts On Death (Menakhem Oldendorf, 1504), a gem of early Yiddish literature; and The Aramaic Language of the Zohar.

Not everything I write is of an academic nature. Some other work will be posted from time to time in Writing. And here is a personal note.

יאיר » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:40 am

· #233658
מהו דעתייכו, מה שייתיה דפרופסרי להכי? אנא חשיב דאיהו מרגל, ומטרתיה דליכול קורצא בי מלכא.
(אנא מדברנא בלשן ארמאי מתובל בלישנא דגמרא, כי היכי דהאי פרופסרי לא לידע מה אנא קאמר).

קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:42 am

· #233660
.

קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:45 am

· #233664
יאיר
מהו דעתייכו, מה שייתיה דפרופסרי להכי? אנא חשיב דאיהו מרגל, ומטרתיה דליכול קורצא בי מלכא.
(אנא מדברנא בלשן ארמאי מתובל בלישנא דגמרא, כי היכי דהאי פרופסרי לא לידע מה אנא קאמר).

אלא וודאי ידע כלא, כמה דאת אמר באנפין דיליה דשליט בארמאי ובידישאי.

ראובן מכה.

פראפעסאר » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:50 am

· #233668
[ציטאט אראפגענומען]


איר זענט באהאוונט מיט גוגל זע איך!
אבער, האבן מיר נישט געלערנט אז מע טאר נישט אויסזאגן אז עמעצער איז א גר? אדער בין איך זיך תועה?
סיי ווי, איר זענט זיך תועה זאגנדיק אז איך בין געווארן א רעפארם ייד, איך בין שוין געווען דער רב פון א רעפארם קהילה אבער איך אליינס בין געווארן און בין עד היום סתם א ייד.

ישראל קאפקע » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:50 am

· #233670
דליכול קורצא?
וואס מיינט קורצא?

קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:53 am

· #233672
פראפעסאר
[ציטאט אראפגענומען]


איר זענט באהאוונט מיט גוגל זע איך!
אבער, האבן מיר נישט געלערנט אז מע טאר נישט אויסזאגן אז עמעצער איז א גר? אדער בין איך זיך תועה?
סיי ווי, איר זענט זיך תועה זאגנדיק אז איך בין געווארן א רעפארם ייד, איך בין שוין געווען דער רב פון א רעפארם קהילה אבער איך אליינס בין געווארן און בין עד היום סתם א ייד.

*טועה,
תועה מיינט געבלאנשזעט

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:54 am

· #233673
@פראפעסאר, ס'איז א כבוד צו האבן אזא איינער ווי אייך בינינו, טייל חסידים פונקט ווי טייל נישט חסידים זענען ציניקער, נעמט עס נישט פרעזענדליך. אלזא, מיר אלע זיצן מיט אפענע אויערען צו הערן פון אייך.

יאיר » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:02 am

· #233678
פראפעסאר
[ציטאט אראפגענומען]


איר זענט באהאוונט מיט גוגל זע איך!
אבער, האבן מיר נישט געלערנט אז מע טאר נישט אויסזאגן אז עמעצער איז א גר? אדער בין איך זיך תועה?
סיי ווי, איר זענט זיך תועה זאגנדיק אז איך בין געווארן א רעפארם ייד, איך בין שוין געווען דער רב פון א רעפארם קהילה אבער איך אליינס בין געווארן און בין עד היום סתם א ייד.

פראפעסאר, א רעפארם איד איז דען נישט סתם א ייד?

פראפעסאר » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:09 am

· #233682
פראפעסאר, א רעפארם איד איז דען נישט סתם א ייד?[/quote]

איך אידענטיפיציר זיך נישט אלץ רעפארם ייד אדער אלץ סיי וואס פארא געוויסע מין ייד. על פי הלכה בין איך א ייד צווישן יידן, און דאווענען דאוון איך אין אלע סארטן שולן. נאר דאס מיין איך.

פראפעסאר » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:13 am

· #233683
קאווע טרינקער
יאיר

אלא וודאי ידע כלא, כמה דאת אמר באנפין דיליה דשליט בארמאי ובידישאי.

ראובן מכה.


ובידישאי 😂

I'm back » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:14 am

· #233686
פראפעסאר
פראפעסאר, א רעפארם איד איז דען נישט סתם א ייד?


איך אידענטיפיציר זיך נישט אלץ רעפארם ייד אדער אלץ סיי וואס פארא געוויסע מין ייד. על פי הלכה בין איך א ייד צווישן יידן, און דאווענען דאוון איך אין אלע סארטן שולן. נאר דאס מיין איך.[/quote]

פילייכט באלאנגט איר אין איי-וועלט.?

פראפעסאר » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:18 am

· #233689
ישראל קאפקע

אידישע שפראכן נאך די תקופה פון תנ"ך,
וועלכע אידישע שפראכן פונעם חורבן ביז אידיש טויזנט יאר צוריק?


אזוי האט מיין PHD געהייסן
בלע"ז
Post-Biblical Jewish Language and Literature
אבער באמת האב איך נאר געלערנט פארשיידענע ספרים אויף לשון-קודש און גמרה-לשון און יידיש. קיין שום אראביש למשל האב איך קיינמאל נישט געלערנט. און קיין גרויסער מבין בין איך נישט, נאר אן ענטוזיאסט, כ'האב ליב גמרה און מדרש און זוהר און חסידות און כ'האב אלץ חשק צו לערנען מער.

פראפעסאר » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:21 am

· #233692
I'm back
פראפעסאר


איך אידענטיפיציר זיך נישט אלץ רעפארם ייד אדער אלץ סיי וואס פארא געוויסע מין ייד. על פי הלכה בין איך א ייד צווישן יידן, און דאווענען דאוון איך אין אלע סארטן שולן. נאר דאס מיין איך.


פילייכט באלאנגט איר אין איי-וועלט.?


אוי, איך פארשטיי נישט! וואס מיינט איי-וועלט, די וועלט פון הינער-אייער? 🙂

ישראל קאפקע » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:31 am

· #233696
פאוסט ביבליקל קען פשוט מיינען אראמיש, (ביז עטליכע הונדערט יאר נאכן חורבן, אין סוריע און איראק,) אבער אידיש יא און אידיש-אראביש, אידיש-איטאליעניש, און אידיש-שפאניש (לאדינא) נישט?

אגב מילא ''יידיש'' אבער ''גמרה''? מיט א הא?

אייוועלט, א פאפולארע, מער חרידישע (ליין: צעזורירטע) אלטערנאטיווע צו קאווע שטיבל,

מאטי » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:32 am

· #233698
פראפעסאר
I'm back
פראפעסאר


איך אידענטיפיציר זיך נישט אלץ רעפארם ייד אדער אלץ סיי וואס פארא געוויסע מין ייד. על פי הלכה בין איך א ייד צווישן יידן, און דאווענען דאוון איך אין אלע סארטן שולן. נאר דאס מיין איך.


פילייכט באלאנגט איר אין איי-וועלט.?


אוי, איך פארשטיי נישט! וואס מיינט איי-וועלט, די וועלט פון הינער-אייער? 🙂

זעט אויס ס'איז נאך יא דא טערמינען וואס א PhD קען נישט אויסלערנען.

שטילע אינגערמאן » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:34 am

· #233699
פראפעסאר
אוי, איך פארשטיי נישט! וואס מיינט איי-וועלט, די וועלט פון הינער-אייער? 🙂

גיי לערן א פראפעסער ברטנורא

פראפעסאר » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:40 am

· #233700
מאטי
פראפעסאר
I'm back
פראפעסאר


אוי, איך פארשטיי נישט! וואס מיינט איי-וועלט, די וועלט פון הינער-אייער? 🙂

זעט אויס ס'איז נאך יא דא טערמינען וואס א PhD קען נישט אויסלערנען.


נו איך זאג דאך, איך בין דא אין קאווע-שטיבל ללמוד ולא ללמד 🙂

פראפעסאר » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:46 am

· #233701
ישראל קאפקע


אייוועלט, א פאפולארע, מער חרידישע (ליין: צעזורירטע) אלטערנאטיווע צו קאווע שטיבל,


יישר-כח! זעט, אזעלכעס לערנט מען טאקע נישט אין קיין אוניווערזיטעט.

מאטי » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:58 am

· #233705
אויב איר מיינט אזעלכעס "ישראל קאפקעס," גראדע זיינע שיטות זענען גאר שטארק פאפולער אין די אוניווערזיטעטן. דוק ותשכח.

ישראל קאפקע » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 2:02 am

· #233706
מאטי
אויב איר מיינט אזעלכעס "ישראל קאפקעס," גראדע זיינע שיטות זענען גאר שטארק פאפולער אין די אוניווערזיטעטן. דוק ותשכח.

פון וואו זאל ער וויסן וואס מיינע שיטות זענען? ער איז דאך א נייע מיטגליד דא,

#אנטי ציוניזם

פראפעסאר » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 2:09 am

· #233708
קאווע טרינקער
פראפעסאר
[ציטאט אראפגענומען]


אפשר האב איך טאקע געמיינט אז איך האב זיך דא אריינגעבלאנדזשעט?! 🙂 🙂
ערנסט, יישר-כח פאר די פארבעסערונג, מיין אויסלייג איז טאקע נישט אזוי איי-איי-איי!

נהורא נפישא » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 2:11 am

· #233709
בין איך די איינציגסטער וואס האט אן הרהור מינות, און צווייפלט צו די פראפעסער איז ווירקלעך וואס ער גיבט זיך אן צוזיין, איך וויל פארשטייט זיך נישט חושד זיין אומזיסט, נו אפשר פראפעסאר לינקט איר צו צו אייער אנגעבליכע פייסבוק בלאט צו קאווע שטיבל, דאס וואלט געווען מער איבערצייגענד.

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 2:18 am

· #233710
נהורא נפישא
בין איך די איינציגסטער וואס האט אן הרהור מינות, און צווייפלט צו די פראפעסער איז ווירקלעך וואס ער גיבט זיך אן צוזיין, איך וויל פארשטייט זיך נישט חושד זיין אומזיסט, נו אפשר פראפעסאר לינקט איר צו צו אייער אנגעבליכע פייסבוק בלאט צו קאווע שטיבל, דאס וואלט געווען מער איבערצייגענד.


זיין פעיסבוק בלאט איז ביי זיין פראפייל, ווי אויך זיין וועבסייט.

נהורא נפישא » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 2:19 am

· #233711
נו די קענסט נישט אריינלייגן דאס זעלבע ביי דיר ?

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 2:22 am

· #233712
ער האט געלינקט.

נהורא נפישא » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 2:24 am

· #233713
אה יעצט קען מען צוגיין צום ענין.
ברוך הבא הויעכגעשעצטע פראפעסער.

לאליפאפ » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 2:26 am

· #233716
<a class="postlink" href="https://m.facebook.com/justin.jaron.lewis?_rdr=#">https://m.facebook.com/justin.jaron.lewis?_rdr=#</a>

אפטעמיסט » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 8:44 am

· #233743
א גוטן, @פראפעסאר. יהא בואך לברכה!

אויב איר קענט אונז ביטע ערקלערן, ווי קומט איר אן צום אידיש'ן שפראך — א כמעט פארגעסענער שפראך גערעדט מערסטענס דורך צוריקגעבליבענע חסידים?

אפילו אונזער באקאנטער אידיש-ליבהאבער, @שלום בערגער האט מחליט געווען זיך צו לערנען כינעזיש.

פראפעסאר » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:34 pm

· #233779
אפטעמיסט
א גוטן, @פראפעסאר. יהא בואך לברכה!

אויב איר קענט אונז ביטע ערקלערן, ווי קומט איר אן צום אידיש'ן שפראך — א כמעט פארגעסענער שפראך גערעדט מערסטענס דורך צוריקגעבליבענע חסידים?

אפילו אונזער באקאנטער אידיש-ליבהאבער, @שלום בערגער האט מחליט געווען זיך צו לערנען ענדערש כינעזיש.


איך קען @שלום בערגער, אן אינספיראציע פאר אידיש-ליבהאבערס אומעטום. איך בין שוין לאנג פאסצינירט מיט אידיש, כ'האב ליב מיטטעריעזע אומבאקאנטע זאכן בכלל 😉 , און בפרט זענט איך האב אנגעהויבן צו הערן און אמאל דערציילן ספורי-צדיקים, און לערנען א שטיקל חסידות. איך האלט זייער פון רבי נחמן מברסלב וואס האט דערציילט זיינע פרעכטיקע ספורי-מעשיות אויף מאמע-לשון. דערווייל לערן איך דעם טאהשער רבי'ס ספרים וואס זענען צום טיילס אויף אידיש. איך האב אויך שטארק הנאה פון די אלטע מער וועלטלעכע אידישע ליטעראטור פון י.ל. פרץ, שלום-עליכם וכו'. איז, בין איך נתפועל צו געפינען אזא ארט ווי דא, וואו מע קען שמועסן אויף אידיש מיט מענטשן וואס רעדן די שפראך זענט קינדערווייז און טאג-טעגלעך.

@אפטעמיסט, רעדט איר טאקע אידיש אינדערהיים, בא די ארבעט, און אזוי ווייטער? און אנדערע לשונות אויך?

אפטעמיסט » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:43 pm

· #233783
יא, דאס בין איך אפטעמיסט, און איך רעד זאגאר אידיש אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער!
ווי רוב אמעריקאנער חסידים, רעד איך און שרייב אויך אין ענגליש, און איך בין אויך פליסיג אין מאדערן-העברעאיש.

אז מ'רעדט שוין יא, אפשר דערציילט איר אונז אביסל אייער ביאגראפיע? ווער זענט איר? וואס האט אייך אינספארירט צו שטודירן אידיש און ווי האט איר געהערט פון קאווע שטיבל?

ברסלבער » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:54 pm

· #233786
שלום עליכם הרב פראפעסער, מאכט אייך היימיש און באקוועם.
איר שרייבט א בעסערע היימישע אידיש פון שלום בערגער, עס איז מיר א חידוש אז א מענטש וואס איז נישט אויפגעוואקסן מיט אידיש זאל קענען שרייבן אין אזא דרגא אין היימיש אידיש.

כוכב » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:00 pm

· #233792
פראפעסאר, אויב גלייכט איר דעם עבודת עבודה פון טאהשער רבי'ן, שלאג איך פאר פאר אייך '' דברי אמונה'' פון תולדות אהרן רבי'ן.

יואב » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 2:03 pm

· #233812
פראפעסאר
אפטעמיסט
א גוטן, @פראפעסאר. יהא בואך לברכה!

אויב איר קענט אונז ביטע ערקלערן, ווי קומט איר אן צום אידיש'ן שפראך — א כמעט פארגעסענער שפראך גערעדט מערסטענס דורך צוריקגעבליבענע חסידים?

אפילו אונזער באקאנטער אידיש-ליבהאבער, @שלום בערגער האט מחליט געווען זיך צו לערנען ענדערש כינעזיש.


איך קען @שלום בערגער, אן אינספיראציע פאר אידיש-ליבהאבערס אומעטום. איך בין שוין לאנג פאסצינירט מיט אידיש, כ'האב ליב מיטטעריעזע אומבאקאנטע זאכן בכלל 😉 , און בפרט זענט איך האב אנגעהויבן צו הערן און אמאל דערציילן ספורי-צדיקים, און לערנען א שטיקל חסידות. איך האלט זייער פון רבי נחמן מברסלב וואס האט דערציילט זיינע פרעכטיקע ספורי-מעשיות אויף מאמע-לשון. דערווייל לערן איך דעם טאהשער רבי'ס ספרים וואס זענען צום טיילס אויף אידיש. איך האב אויך שטארק הנאה פון די אלטע מער וועלטלעכע אידישע ליטעראטור פון י.ל. פרץ, שלום-עליכם וכו'. איז, בין איך נתפועל צו געפינען אזא ארט ווי דא, וואו מע קען שמועסן אויף אידיש מיט מענטשן וואס רעדן די שפראך זענט קינדערווייז און טאג-טעגלעך.

@אפטעמיסט, רעדט איר טאקע אידיש אינדערהיים, בא די ארבעט, און אזוי ווייטער? און אנדערע לשונות אויך?

שלום וברכה צו אייך פראפעסאר. איך בעט ביי אייך איר זאלט קיין פאראיבל אויף מיר יואב האבן, אבער ווי זאגט איר: "אל יחר אפך" - - פארטייטשן באדארף איך אייך ניט. אז א צעבראכנער איד פון ברוקלין זאל וועלן אייער גאנג בעסער פארשטיין, אפשר איז טאקע יא כדאי איר זאלט בארכענען און קומען אהער אויף ללמד. ווי זאגט איר: "שני כתובים המכחישים זה את זה" - - ווי קומט די קאץ איבערן וואסער. זאגט איר אז צו שרייב-ווערק אויף דער יידישער שפראך האט איר געפינען אייער נשמה געבינדן, און ס'וויל ביי מיר אין הארצן זיך ניט זעצן. ווי  שטייט אין פסוק: "שובו בנים שובבים" - - מאכט רש"י: די ספרים פונעם טאהשער רבי'ן. פשט אז א אידל וואס זיין נשמה פארבעט זיך צו קאנען נעכטיגן אין זאמשטש אדער גאר אין בויבעריק מיט'ן פערדל, אבער "וחן בשלם סוכו" מאכט איר צו זיך אליינס, אין אזא לעבן וואס איז גלייך ווי א דירת עראי איז אייך ניחא צו שעפן סיפוק הנפש דורך נאכיאגן תיקונים אויף די פגמים פון כלל ישראל צו גאר ווארפן א פיס אויפ'ן דראשקע פון אלעקסיי.

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 4:19 pm

· #233852
צוליב א שיינע שמועס וואס האט זיך אנטוויקעלט מיט @פראפעסאר אין די שלום עליכם אשכול, האט קעלנער דא אריבערגעברענגט דעם שמועס אין דעם באזונדערן אשכול.

יואב » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 8:11 pm

· #233926
ווער ס'פארשטייט פארשטייט!

בר דעת » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 10:25 pm

· #233947
געערטער פראפעסאר
איך וואלט געראטן אז די רילעישאן שיפ זאל גיין ביידע וועגן, איר גלייכט אונזער אידיש, אדרבה, מיר וועלן מיט אייך שמועסן אידיש און אויסשארפן אייער אידיש קענטעניסטן. איר, פראפעסער, זאלט מיטטיילן מיט אונז אייערע חידושים און שטודיעס אין חסידיזם, רעליגיע און סעקסואליטעט און אזוי ווייטער. עס וועט אונז זיין זייער אינטערסאנט צו שמועסן אויף א אקעדעמישע דרגה איבער צו אונז אזוי היימישע זאכן, און איר וועט האבן א ערשטהאנטיגן בליק איבער חסידים צו וועעמן חסידות, רעליגיע און סעקס און אזוי ווייטער, זענען א לעבנסשטייגער און נישט בלויז א שטודיע.

פלאוויוס » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 8:19 pm

· #234348
@יואב
שלום עליכם דיר 🙂 ס'האט מיר געדאכט אז כ'זע תחיית המתים פאר די אויגן... זייער שיין.