☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » סידור עבודת השם-בעלזא

סידור עבודת השם-בעלזא

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7527

ירא שמים » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 12:31 am

· #233445
סידור עבודת השם-בעלזא
סקומט זעך זיי טאקע קרעדיט פארן עהער שטעלן אזא שיינע ערבעט הלכה ואגדה און פי' הקדמון הדרת קדש אבער כמיין אז סהאט נאך קיינער נישט(אריינגערעכנט עוז והדר) געהאט אזא חוצפה צו נעמן דעם סידור און טוהן מיט דעם ככל העולה על רוחו נעם למשל'''על ידי נביאך'' וואס מהאט זיך אויסגעזוכט מקורות פון אינטער די ערד אויף דעם פארגארנישט און פארנישט

קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 12:36 am

· #233446
דו קענסט צוויי אידן וואס דאווענען די זעלבע נוסח?
גלייב מיר אז ס'גייט דעם אויבערשטען אן זייער ווייניג צו מ'זאגט ידי אדער יד.

ברוך שאמר » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 1:02 pm

· #233522
[ציטאט אראפגענומען]

איך מיין אז באבעוו האט סאך מער אומפארשעמטע חוצפה מיטן ארויס נעמען אינגאנצן פין סידור "לדוד ה' אורי " בעלז לייגט נאר צי נאך א ניסח you.get it ?

Kool man » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 1:07 pm

· #233525
למעשה ברענגען זיי צו גאנץ פיינע מקורות

איחוד פעלד » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 8:21 pm

· #233577
במאה הי"ט התחוללה בקהילות החסידים באוקראינה מחלוקת אדירה, שהגיעה עד כדי אלימות: מחלוקת ה"כדבר". ומה דבר המחלוקת? חסידי חב"ד נהגו לומר בקדושה "ככתוב על יד נביאך", בעוד חסידי טלנא אמרו: "כדבר האמור על ידי נביאך". אלו נקראו "ככתובניקים" ואלו - "כדברניקים". המחלוקת פילגה משפחות, הביאה להטלת חרמות, ופילגה ביריבות מרה את קהילות החסידים (דוד אסף, נאחז בסבך, עמ' 276).

אויסגערוט » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 9:26 pm

· #233589
ברוך שאמר
[ציטאט אראפגענומען]

איך מיין אז באבעוו האט סאך מער אומפארשעמטע חוצפה מיטן ארויס נעמען אינגאנצן פין סידור "לדוד ה' אורי " בעלז לייגט נאר צי נאך א ניסח you.get it ?

וואס היינט חוצפה סהייסט אז צאנזער רב האט שוין נישט געזאגט ווייל סקומט פון כת ש"ץ

ירא שמים » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 11:08 pm

· #233615
אויסגערוט

וואס היינט חוצפה סהייסט אז צאנזער רב האט שוין נישט געזאגט ווייל סקומט פון כת ש"ץ

דו וויסט א מקור אויף דעם?

אויסגערוט » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 11:22 pm

· #233622
די ערשטע פלאץ ווי סווערט געברענגט איז אין ספר חמדת הימים וואס מזאגט אז נתן העזתי דער משיח שקר האט עס געמאכט. קיין קראנטער מקור אז צאנזער רב האט עס נישט געזאגט איז נישטא אזויווי אויף רוב זאכן וואס מזאגט נאך פון אים אבער עס ווערט געברענגט אין עטליכער ליקוטים פון צאנזער מנהגים.

דריידל » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:01 am

· #233637
ס'נישט קלאר ווער ס'האט געמאכט דעם חמדת ימים.
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=5&t=6573

ברוך שאמר » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:52 am

· #233703
ירא שמים
אויסגערוט

וואס היינט חוצפה סהייסט אז צאנזער רב האט שוין נישט געזאגט ווייל סקומט פון כת ש"ץ

דו וויסט א מקור אויף דעם?
אויסגערוט
ברוך שאמר
[ציטאט אראפגענומען]

איך מיין אז באבעוו האט סאך מער אומפארשעמטע חוצפה מיטן ארויס נעמען אינגאנצן פין סידור "לדוד ה' אורי " בעלז לייגט נאר צי נאך א ניסח you.get it ?

וואס היינט חוצפה סהייסט אז צאנזער רב האט שוין נישט געזאגט ווייל סקומט פון כת ש"ץ
אבער "לדויד ה' אורי " אאיז א תפילה וואס רוב כלל ישרא' זאגט אשר על כן איז עס א חוצפה ארויסצינעמען פין דעם סידור

קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:55 am

· #233704
רוב כלל ישראל דאווענט נישט נוסח ספרד/חסידיש, צו דען מעג מען נישט דרוקען נוסח ספרד סידורים?

ברוך שאמר » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 2:07 am

· #233707
עס איז אינגאצן נישט די זעלבע זאך

אויסגערוט » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 2:29 am

· #233719
פארוואס מעג יעדער חסידות ארויסגעבן סידורים מיט זייער אייגענע נוסח וואס נעמט ארויס ווערטער וואס רוב וועלט זאגט יא?