☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » דער ''קאווע שטיבל'' אשכול

דער ''קאווע שטיבל'' אשכול

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7525

כוכב » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 9:55 pm

· #233396
דער ''קאווע שטיבל'' אשכול
נאך די גרויסע סוקסעס פון די אייוועלט אשכול פון קעגן די נעט וואס האט באוויזן אזוי קונצליך אפצומאלן די אייוועלט דינאמיקס און וואו דער הונט ליגט באגראבן, עפן איך א קאווע שטיבל אשכול, סתם להגדיל שמייכל ולהאדירה.
סגייט ארבעטן אזוי : מ'דארף פארשרייבן א quote און דער עולם זאל פרובירן צוצושטעלן ווער ס'וואלט עס ווען געשריבן. איך הייב אן מיט א גרינגע ובזה החלי:

די פשוטע מעטאפיזישע ערכים וואס קאנט האט מחדש געווען, און באמת האט עס מקורות פון פריער נאר איך האב נישט די צייט בעסער געזאגט די געדולד צו לינקען וואס ברענגען ארויס אז זיי וועלכע פיליזאפישע הנחה קען נישט אויפגעוויזן ווערן נאר בתורת סוביעקטיווע הנחות שלילית און וועגן דעם זוכט די או טי די געמיינדע אזוי שטארק זייער אנערקענונג ווייל זיי פרובירן צו שטעלן א קהלה בפני עצמו אז מ'זאל זיי אננעמען און נישט ווי די בלינדע ראסיזם וואס מיר ווערן אויפגעצויגן פון אלס קליין קינד וואס איז פול מיט נארישע איינזייטיגע און טפשותדיגע פרעזשורעס פון נאר זען זיך און נישט געבן פאר א צווייטן די מינדעסטע מענטשליכע פונדאמענטאלע הערכה וואס איך בין נישט יעצט אין די גוסטע זיך צו טענהן, כדרכם פון די וואס ווי ווייניגער זיי פארשטייען אלץ מער זיכער זענען זיי ביי זיך.


נו, ווער? דע וואן ענד אנלי...

אפטעמיסט » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 9:59 pm

· #233397
לעיקוואד. ווער דען?

כוכב » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 10:02 pm

· #233398
יו גאט איט! אפטע, יעצט דארפסטו פארשטעלן א quote.

אפטעמיסט » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 10:14 pm

· #233406
נו, ווער איז דאס?

נו, ווייל דער סיגעטער האט מחליט געווען אז עבארשען איז אסור בתכלית האיסור דארף גאנץ כלל ישראל ליידן? ס'איז הויעך צייט אז מ'זאל אויפהערן מיט די סעגריגאציע און אנהויבן אינפאסירן פרויען רעכטן ביי די חרדים. וואס, דו ווילסט נישט דיין ווייב זאל דרייווען? סארא מעשה, אפשר וויל זי יא דרייווען? אויסער קאכן באקן און פאפן איז זי גארנישט ווערד? אז מ'רעדט שוין יא וויל איך ווארענען מ'זאל נישט אנרירן io4 ס'איז גראדע דא אן עפפ וואס בלאקט די וואויס און פיטעשערס אבער ווי ווייט איך ווייס לוינט זיך צו דאונלאודען די הענגאוט בינג עפפ.

כוכב » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 10:15 pm

· #233407
געפילטע!

אפטעמיסט » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 10:17 pm

· #233408
יו גאט איט!

כוכב » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 10:28 pm

· #233412
אקעי יעצט דארף איך נאכאמאל:
פאלאסטיין איז א צוזאמענשטעל פון א לאטייניש סלאוויש ווארט און דאס איז געברענגט געווארן דורך די ערשטע מוסלומענער וואס האבן זיך באזעצט אין לאנד וואס זענען כידוע געווען פאר די סוכנות.
דאס גיט פאר כאמאס א בארעכטיגטע ארגומענט באזירט אויף היסטארישע פאקטן און וועגן דעם זעט מען אז אמעריקא בייגט זיך רעכטס און די רעפובליקאנער האבן איבער גענומען ביידע הייזער וואס נעמט זיך צוליב א ברייטע אוצתופרידנהייו אויף די איבערגעטריבענע מאכט פון די ציוניסטישע לאביסטן

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 10:31 pm

· #233413
ישראל קאפיק

כוכב » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 10:33 pm

· #233414
גאט איט. יעצט ישמעאל שטעל איינעם פאר.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 10:33 pm

· #233415
די זאליס האבן פיין אריינגעביסן יעצט ליידן זיי די קאנסענקווענסעס זאלן זיי צוקראכט ווערן לעולמי עד

ווער?

ישמעאל הכהן » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 8:49 am

· #233470
אוי ניין 😳
זלמן זאפיר!
גאלד שרייבט נישט האספול.
יעצט שטעל דו פאר איינעם...

כוכב » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 9:33 am

· #233479
די גרינע גראז האבן זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, שוין איינמאל א ריקוד, און די בלעטלעך זענען זיך נישט מייאש זיי מאכן א דדאכענע ווי די טלית שמחת תורה איבער די קינדער. ווייל ווען ס'שטינקט פון קאפ שמעקט די פוס, און ווען מיין זיידע האט געלערנט מאור עינים, האט ער געוואוסט וואס מיינט א אמת'ע חסיד, זיין הארץ און מח צוזאמגעדרייט ווי א ראבער בענד.
אין גראסערי זעט מען ווער סאיז א מענטש אדער א מאלפע, וואס בעטסטו טשעינזש, דו ווילסט די פאסקונדעס זאלן טרעפן די בייזע רוחות, יא יא שונאים האקטס און שעלטס, שטיקער עצבות פאלן ווי פארענטשעס און קראכטס פון קנאה, צעפראסקעט? , שוין איינמאל צעפראסקעט!!! אני משלם בכפליים, וואס נאר די אויבערשטער האט מיר געגעבן די אויסערגעוונליכע טאלאנט צו מאכן לאחאריייקעס, אויף א מוראדיגן אריגינעלע אופן וואס נאר די שונד שונאים פון עם הארץ צו א צדיק, ווייסט אז ווען כהאב געכאפט פעטש אין חדר האט עס מיר נאר געשטארקט צוזאמען מיט מיין שוואגער צו זען די שיינקייט פון פעליטאן און הומאראכארייקעס. געלויבט דער פון אויבן פון אונטן און אינדערמיט פאר דעם.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 9:35 am

· #233481
איי מנשה'לע.........

סאשי פיש » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 9:37 am

· #233483
אין כמו כוכב!!

פישלע העררינג » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 10:23 am

· #233496
סאשי פיש
אין כמו כוכב!!

סאשי פיש

מ גפני » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 10:31 am

· #233498
זייער גרינג....
ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון [ואנחה] עלינו צוזאמען מיט ישראל מ. סופר המכונה מנשה פיליפ-פלאפ

אויב טוה איך קאפי/פעיסטן זיינע סמייליס דאן איז זיין נאמען קלאר ארויסגעשריבן 😉

מ גפני » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 10:31 am

· #233499
DUP

ישראל קאפקע » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 10:42 am

· #233501
צען מינוט און קיינער האט נישט צוגעטראפן??

בשבילי! » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 10:59 am

· #233505
ברוך השם איך האב שוין איבער 500 לייקס. היינט אבער האט מיר קיינער נישט געלייקט, ביטע טוטס א טובה.

כוכב » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 11:05 am

· #233506
ריכטיג איז איחוד.
סנדר דייטש איז בערל און לייקס איז פינטל.
כעעוורא הערטס אויף מיט די קארני סחורה אז עטס קענטס ניטש לאזט עס פאר מיר...

גיבור » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 11:07 am

· #233507
בשבילי!
ברוך השם איך האב שוין איבער 500 לייקס. היינט אבער האט מיר קיינער נישט געלייקט, ביטע טוטס א טובה.

די פינטעלע יוד

יואב » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 12:24 pm

· #233513
און ווער איז דאס?
אויף דיין צווייטער נקודה איבער דער אויטענטישקייט פון אבסטראקט פעמפער ווישערס און ווי ווייט ס'האט נישט קיין שייכות מיט מיסטיסיזם וועל איך צולייגן מיינע צוויי גראשן, הגם אין אמת'ן איז דאס ווייט פון א נייעם מושג און ווערט שוין אן א שיעור ארומגערעדט דורך חכמי העולם הן שבדורנו און נאך אפילו אזוי ווייט ווי ביז אריסטו'ס שוויגער אדער עליפארני'ס שפחה חרופה. איך מיין אז אפילו די וועלכע גלייבן נישט אין השארת הנפש וואלטן מודה געווען אז דאס איז געווען די סיבה פאר סעינט פאול אפצושאפן ברית מילה ביי אחינו הנוצרים און האט מיט בלומבערג'ס מציצה בפה ווי דער על הגאולה מיט הרב קוק. הרב טענדלער וואלט לכאורה נישט מסכים געווען אוייפצוגעבן דעם משזר לתורים וואס איז מתיר אפילו ווען די קעדאטשקעס מיינט דוקא אן שיך אזוי ווי ער ברענגט שוין אגב כלפי חלוצה ביי דער באקאנטער פישקאקווארדיינער יבמה פרשה  וואס דארט האט זיך דער אמת קלאר אויסגעשטעלט לעיני השמש און נאכאמאל באשטעטיגט דאס וואס יודעי בינה בדורנו האלטן כלפי אינטעלעדשענט דיזיין כאטש ס'איז נישט קיין סוד אז דאס וואס דו שרייבסט איבער שיטת הרמב"ם אויף העליאוסענטריזם איז פונקט גוט פאר לופטיגע שובבים תורות. איך זע נאך נישט פארוואס אונז חסידים וואס זענען מקפיד צו גיין אין מקוה יעדן טאג בלויז ווייל א מעזעבוש'ער איד ר' ישראל האט אזוי געוואלט, זענען ווייניגער קאפ אין וואנט אריין ווי די בודיסטן וואס האלטן אז קידוש החמה ברויך מאכן צוזאמען מיט התרת נדרים איינמאל אין א יובל העשור אויב ס'רעגנט פאר זיבן וואכן נאכאנאנד. אדרבה! טרעף מיך א גדול וואס וואלט געזאגט אז פאנגעס אויף די פיס איז א חציצה, אדער אפילו א מום אויב איז ער א כהן. ס'איז טיפיקל אונז חרדים וואס ברויכן אייביג זוכן די שיטה וועלכע איז דאס מערסטע רחוק מן השכל. בקיצור, ס'איז אן אריכות דעם גאנצן ענין דא, און ס'איז נישט מעגליך דאס ארויס צו האבן סתם מיט ווארפן אזאנע חסידישע פשעטלעך. ס'פארלאנגט זיך צו האבן כאטש סיי וואספארא אהנונג איבער דעם קאזמאלאגישן חלק בכלליות, און אויך דעם טעאלאגישן טייל אויף וויפיל ס'איז נוגע דא. ס'איז ממש רחוק מן המציאות צו זאגן אז דער אבן עזרה און נאך ראשונים האבן געהאלטן אזוי, ס'איז פונקט גוט פאר רב וואויזנער'ס לעכערליכן פסק איבער דער אינטערנט. און כלפי דעם חלק הפסיכאלאגיע איז ממש א לצנות שאין כדוגמתו צו אהערברענגן די הגדרה פון דעם סאטמערער רבי בנוגע אינפערטיליטי. אפילו אויב זאל דאס נאר זיין טעארעטיש, איז דאס נישט קיין קלענערע טיפשות ווי צו גלייבן אז די זיידעס קומען אראפ צום מצווה טאנץ פון גן עדן. איך וואלט געזאגט אז דאס איז פשוט תלוי אין חסרון הבנה, עין ערך עסיג אום חודש תשרי, אדער איז אויך דא א בוך דערויף וואס איך געדענק נישט אויף דער מינוט די נאמען. אין קורצן טענה'ט יענער אז אויב זאל עוועלוציע טאקע נישט זיין מער ווי א פוסטע זייפן בלאז, וואלט א גלעזל קאווע קיינמאל זיך געטוישט צו א מער ליכטיגן קאליר אפגעזען וויפיל מילך דו זאלסט נאר אריינגיסן. ס'איז אפשר אן עקסטרעמער ביישפיל, אבער די עצם נקודה לייגט זיך שטארק אויפ'ן שכל אויב שטייצעך זאל זיין אז דאס שטיקל כרפס וואס מיר עסן פסח אויפדערנאכט איז טאקע ווייניגער ווי א כזית. אבער דאס איז שוין ממש א נושא פאר זיך, און איך וועל אפשר טאקע מאכן א באזונדערן ארטיקל איבער דעם אויב און ווען איך וועל האבן צייט.

כוכב » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 12:43 pm

· #233517
יאיר!

יואב » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 12:43 pm

· #233518
יו גאט איט!

כוכב » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 1:31 pm

· #233528
צילינדער אין דאמבע,
פאסטווענד א צירקוס-מאלפע
דער בייזער בוימ-אייל, פארזיבלט?
זעברא, פארמערט אלגעברא
פנחס'ס צארן פאר'טומל'ען
שטרייטן דעם ארגמן,
קרייען טוט דער כרפס!
א דרייסטע דלפון
מעקעט ווי קוגעלעך

רויטע וואנצעס » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 1:36 pm

· #233529
כוכב.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/212353">viewtopic.php?p=212353#p212353</a><!-- l -->

יואב » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 1:37 pm

· #233530
יעצט מאכסטו נאך כוכב'ן אליינס - - ווען ער פראבירט חוזק'ן פון שלום בערגער.

יואב » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 1:37 pm

· #233531
שיזל! רויטע האט זיך אויסגעלערנט האקן.

מאטי » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 7:19 pm

· #233561
כוכב
יאיר!


יואב
יו גאט איט!


מיר קוקט דאס אויס ווי כוכב וואס מאכט חוזק פון יאיר.

כוכב » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 7:26 pm

· #233563
מיר קוקט עס אויס ווי יואב וואס מאכט חוזק פון יאיר. ודוק.

לאליפאפ » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 10:12 am

· #233751
כוכב
צילינדער אין דאמבע,
פאסטווענד א צירקוס-מאלפע
דער בייזער בוימ-אייל, פארזיבלט?
זעברא, פארמערט אלגעברא
פנחס'ס צארן פאר'טומל'ען
שטרייטן דעם ארגמן,
קרייען טוט דער כרפס!
א דרייסטע דלפון
מעקעט ווי קוגעלעך


לייג א קאפירייט, שלום עט עס נאך אריינדרוקן אין זיין נעקסטע באנד.