☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » גיטין מעושין ומוטעין

גיטין מעושין ומוטעין

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7524

ירא שמים » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 7:19 pm

· #233357
גיטין מעושין ומוטעין
א גט מעושה איז פסול מדאורייתא . עס עיז דא מענער וועם די משנה רעכנט אויס אז ממעג צווינגען ובטעם הדבר היות דארטן איז אמצוה צו מגרש זיין איז כופין אותו עד שיאמר רוצה אני ממילא היות בלבו וויל ער טוהן רצון הבורא איז זעך מצרף דאס וואס ער זאגט מיט דאס וואס ער האט אין הארץ ממילא איז דא רצון הבעל . און די זעלבע ביי אויסגענארטע גט איז פסול .
יעצט סאיז דא איינער געשטעטנער וואס האט אהאטליין 9512623634 וואו ער איז מכריז אויף גיטין פסולין און לויט עם קומען כסדר צו נאך ממזרים צום כלל ישראל וואו אויך טענהט ער אז אפרוי וואס פאלגט נישט אויס אהסכם גירושין איז די גט פסול אלס מוטעה דוגמת גט מוינא. אשר על כן בעט איך ביים עולם ווער סהאט עפעס ידיעות אין דעם ענין הן בהלכה הן במציאות זאל מיטטיילען דעם חשובע ציבור
וואו אויך איז ארויס פאראיאר אספר משפטי ישראל בענין זה

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 7:36 pm

· #233359
אה הא. ס'יא דא איינער וואס הערט אים אויס (חוץ אויב איר זענט גאר דעם בעל דבר)

מאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 8:15 pm

· #233366
גמרא/רש"י קידושין עא, א'

מטהר השבטים - מיחסם:

כסף מטהר ממזרים - המטומעים בישראל מחמת ממונם והוא גורם להם שיטהרו שלעתיד לבא אין הקב"ה מבדילם מאחר שנדבקו בהם משפחות ישראל הרבה:

נהורא נפישא » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 8:42 pm

· #233374
די גט מווינא איז זייער אן אינטערסאנטע פרשה וואס האט נישט קיין שייכות צו גט מעושה, איך געדאנק נישט פינקטלעך די לומדות אויף וואס די שערוריה איז באשטאנען, אבער ס'איז אינטערסאנט אז ס'איז גענוי 400 יאהר פון יענע פרשה, פאסירענדיג אינעם נאר שע"ה ווען א אינגערמאן וואס איז געווען אן איידעם ביי א גרויסע גביר איז געווארן שטערבליך קראנק, מורא האבנדיג אז ער וועט שטארבן האט מען אים ג'עצה'ט צו געבן א גט אז די פרוי זאל נישט דארפן פאלן צו יבום, און דערביי אויך געמאכט א חרם וקנס אז אויב דער מאן וועט געזונט ווערן וועט ער נאכאמאל חתונה האבן, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די די קנסות איז בכלל נישט געווען גינסטיג לטובת די מאן, איך געדאנק נישט פינקטלעך פארוואס, אבער דער מאן וואס איז למעשה געזונט געווארן האט זיך געטראפן אויסגעשפילט ווען זיין שווער האט אים נישט געוואלט נעמען נאכאמאל, דער מסדרי הגט זענען געווען דער סמ"ע וואס איז דאן געווען א ראש הישיבה אין קראקא, און ר'מנוח הענדל בעל חכמת מנות, ביני לביני איז ר'מנוח הענדל נפטר געווארן, דער מהר"ם מלובלין וואס איז געווען א קרוב פארן מאן און איז נאך דאן געווען רב אין קראקא האט געטראפן א לומדות מערער צו זיין אויפן גט, ס'האט אויסגעבראכן א פייערדיגע מחלוקה, אלע גדולי הדור האבן זיך אנגענומען פארן סמ"ע דער ב"ח, משאת בנימין ועוד, אזוי אז דער מהר"ם מלובלין איז געווען אינגאנצן איזאלירט, למעשה איז פארן מהר"ם געלונגען אריינצוכאפן א גרויס פישל, דער לבוש וואס איז דאן געווען א זקן מופלג האט געגעבן גערעכט פארן מהר"ם, למעשה האבן די קעגנער פארשפרייט אז דער לבוש האט חוזר געווען, ס'איז דאן געווען די צייט פון די יריד ווען אלע רבנים וואס זענען געווען מיטגלידער אין די וועד ד'ארצות פלעגן זיך צוזאמקומען אין יערעסלאוו, די לבוש איז שוין דאן געווען שטערבליך קראנק האט ער גערופן זיין משמש זאל אפשרייבן ווידערהאלדן זיין מיינונג און אז ער האט נישט צוריקגעצויגן, דערויף האט ער אינטערגעשריבן מיט זיין ציטערדיג האנט, צוויי טאג דערויף איז דער לבוש געשטארבן, געענדיגט האט זיך עס אז די מהר"ם האט געמוזט פארלאזן די שטאט קראקא אין א פרייטאג אין איז אנגעקומען קיין לובלין וואס איז דאן געווען ליידיג פון א רבנות, און איז נישט לאנג דערויף אויפגענומען געווארן דארט פאר רב.

ירא שמים » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 11:16 pm

· #233421
קאווע טרינקער
אה הא. ס'יא דא איינער וואס הערט אים אויס (חוץ אויב איר זענט גאר דעם בעל דבר)

איך בין נישט דער בעל דבר און איך זאג נישט אז ער איז גערעכט נאר דאס איז א ערנסטע זאך וואס דארף אנגיין יעדער וואס קדושת ישראל נוגע אל לבו און ער ווערט נישט אומגערעכט דורך ליצנות און זאגן אז ער איז א משוגענער

ירא שמים » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 11:20 pm

· #233423
מאטי
גמרא/רש"י קידושין עא, א'

מטהר השבטים - מיחסם:

כסף מטהר ממזרים - המטומעים בישראל מחמת ממונם והוא גורם להם שיטהרו שלעתיד לבא אין הקב"ה מבדילם מאחר שנדבקו בהם משפחות ישראל הרבה:

למעשה איז דא א חיוב הכרזה אויף א ממזר און בכלל וואס וואולסטו מיט דעם וואולסט סתם קאלט מאכן דעם ענין און זאגן ס'איז נישט עק וועלט

ירא שמים » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 11:33 pm

· #233428
[quote="נהורא נפישא"] די גט מווינא איז זייער אן אינטערסאנטע פרשה וואס האט נישט קיין שייכות צו גט מעושה
קודם כל מעגסטו האבן אביסל מער דרך ארץ פארן הייליגען מהר''ם אפילו ער זאגט עפעס וואס דו האסט נישט ליב . צווייטנס גט מוינא האב איך צוגעברענגט אלס דוגמא פון גט מוטעה וואס איז פסול (יבמות קו. שו''ע אבה''ע קמג א).אוןדי טעם המתירים איז געווען ווייל זיי האבן געהאלטען אז סאיז נישט קיין גט מוטעה.

כוכב » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 11:46 pm

· #233431
אויך איז חנופה לרשעים זייער א הארבע עבירה און אין קרית יואל איז דא איינער גאלדבערגער וואס איז מעורר דערויף אויף א האטליין דער נומער איז 9512623722 וואו ער איז מכריז אלע חנפים ווער סהאט עפעס א ידיעה זאל מיטטיילן.

נהורא נפישא » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 12:28 am

· #233444
ירא שמים
נהורא נפישא
די גט מווינא איז זייער אן אינטערסאנטע פרשה וואס האט נישט קיין שייכות צו גט מעושה
קודם כל מעגסטו האבן אביסל מער דרך ארץ פארן הייליגען מהר''ם אפילו ער זאגט עפעס וואס דו האסט נישט ליב . צווייטנס גט מוינא האב איך צוגעברענגט אלס דוגמא פון גט מוטעה וואס איז פסול (יבמות קו. שו''ע אבה''ע קמג א).אוןדי טעם המתירים איז געווען ווייל זיי האבן געהאלטען אז סאיז נישט קיין גט מוטעה.

חלילה וחס, איך האב די גרעסטע דרך ארץ פאר אלע גדולי ישראל מזמן אדם הראשון ועד ימינו אלה.

ירא שמים » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 12:42 am

· #233447
נהורא נפישא
ירא שמים
נהורא נפישא
די גט מווינא איז זייער אן אינטערסאנטע פרשה וואס האט נישט קיין שייכות צו גט מעושה
קודם כל מעגסטו האבן אביסל מער דרך ארץ פארן הייליגען מהר''ם אפילו ער זאגט עפעס וואס דו האסט נישט ליב . צווייטנס גט מוינא האב איך צוגעברענגט אלס דוגמא פון גט מוטעה וואס איז פסול (יבמות קו. שו''ע אבה''ע קמג א).אוןדי טעם המתירים איז געווען ווייל זיי האבן געהאלטען אז סאיז נישט קיין גט מוטעה.

חלילה וחס, איך האב די גרעסטע דרך ארץ פאר אלע גדולי ישראל מזמן אדם הראשון ועד ימינו אלה.

'' דער מהר"ם מלובלין וואס איז געווען א קרוב פארן מאן און איז נאך דאן געווען רב אין קראקא האט געטראפן א לומדות מערער צו זיין אויפן גט''

וויזט אויס כהאב דעך נישט פארשטאנען ובכל אופן בעט איך דעך איבער

איחוד פעלד » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 7:14 am

· #233462
העי העי.

ירא שמים.....

זיי זשע מסביר פארוואס מען זאל נישט מעגען אנקלאפען איינער וואס וויל נישט געבען א גט?

לדעתי מעג מען אים אפילו הרג'נן, כידוע דער מעשה אדער גט אדער מיתת הבעל....

Kool man » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 10:03 am

· #233490
דער דערמאנטער נעמט זיך אהן פאר יעדער רשע און מעגן את אשתו, יעדע ווארט וואס ער רעדט איז שטותים מיט עמי ארצות, אונטערגעשמירט מיט ציפעדיקע רשעות, קיין איין רב אדער בי"ד רעכנט זיך נישט מיט זיינע גרעבצען, ער האט א ציהל, און יושר אמת אדער תורה איז בכלל נישט אינוואלווד

Kool man » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 1:04 pm

· #233523
ריכטיג! אמאל איז די מאן גערעכט און אמאל די פרוי, אמאל קומט זיך גוטע פעטש פאר די מאן און אמאהל פאר די פרוי, אבער א ברנש וואס נעמט זיך שטענדיג אהן נאר פאר די מאן אפילו ווען די מאן איז סתם א בלוט צאפער און רוצח איז א ברוטאליגער לית דין ברנש און א חבר לאיש משחית

איחוד פעלד » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 8:08 pm

· #233572
[ציטאט אראפגענומען]

ממש ממש אהן קיין חולק?

און היינט אלע רבנים וואס טוהן פארקערט זענען הייסט עס נישט קיין חולקים?

האמת אגיד, כ'האב נישט אדורך געטוהן דער נושא פין גט מעושה, פונקטלעך ווען עס ווערט א גט מעושה, צו ווען איך סטראשע אים פריער און ער געט דער גט מדעתו, אדער ווייל איך זאג אים צו געלט הייסט עס אפשר אויך מעושה ווייל ער איז דאך אנוס מחמת ממון, צו כל המיני טאקטיקען וואס איז דא צו מאכען איינער געבען, ווען און ווי עס הייסט מעושה.

אבער כ'רעד נישט וועגען דעם, מיין תגובה האט בכלל נישט מיט צווינגען איינעם צו געבען א גט, איך רעד פין די עוולה דערפין.

די תורה האט געזאגט אז מען ברויך געבען א גט, און מען קען גט'ן בעל כרחה (נישט מדרבנן) און דער מאן מוז עס געבען. די כוונה איז געוועהן ווייל אין יענער צייט איז דאס געוועהן א נארמאלער געזעץ. אהן אריינגיין פונקטלעך אין דער מציאות פין יענער זמן און היינט, פארשטייט יעדעס בר דעת אז היינט צו טאג איז דער הלכה אז הלכה וואס מאכט נישט קיין סענס און ברענגט אהן א חורבן אויף צעהנליגער פרויען וואס זיצען נעבעך אליין, און מען קען גארנישט טוהן ווייל דער מאן איז סייווי א דעדביט און ווייסט אז ער קען ממילא נישט חתונה האבען נאכאמאהל, און ער איז מעגן זיין ווייב סתם ווייל ער ווייסט אז דער הלכה וואס איז היינט קרום שטייט אויף זיין זייט.

פאר די יושבי חושך נעמען זיך צו מיינע ביינער היתכן כ'רעד אזוי, און אז מען טאר נישט רעדען אויף די תורה, די תורה איז א נצחיות וכו' וכדומה פין די סארט טענות. וועלעך זאגען גאר פשוט. נעם די הלכה פין גט'ן בעל כרחה, וואס רבינו גרשום האט מתקן געוועהן אז מען טאר נישט ווייל דער הלכה איז שוין נישט אקטועל, צו די הלכה פין חתונה האבען מיט צוויי פרויען, און די ליסטע קען אהנגיין, די עיקר נקודה איז, אז היינט זענען רבנים צו שוואך צו קענען מתקן זיין א תקנה וואס זאל אויסארבעטען אז על פי הלכה זאל א פרוי קענען פארלאנגען א גט, און באקומען אפילו די מאן איז נישט מסכים. עס איז שייך אין הלכה א פרינאפ. ודי בזה.

נחזור לענינינו, ווען א מאן למעשה באהאלט זיך אונטער די הלכה און איז מעגן א פרוי מיט תירוצים של הבל, איז ער איר עכט מזיק לויט די היינטיגע טערמינען פין א מאן און א פרוי. ממילא דארף מען אהנמזיקען און אנשלאגען כדין תורה, פארשטייט זיך אז די געזעץ לאזט נישט, אבער דער שייגעץ פירט זיך נישט ווי די געזעץ ער באהאלט זיך דאך אונטער א שלייער פין די תורה, ממילא דארף מען פאר אים אויך געבען צו הערען אביסעל פין די תורה'דיגע מכות מרדות אזוי ער זאל פארשטיין וואס דאס מיינט די דינים פין די תורה. דער הרכב וואס די שקצים טוהן אז זיי מאכען א הרכב פין די תורה מיט די געזעץ אז זיי ווילען נישט געבען די גט כדין תורה, און ניצען די געזעץ ווען זיי כאפען קלעפ, מאכט עס פאר א תרתי דסתרי.

ירא שמים » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 8:31 pm

· #233579
זאג נאר איחוד פעלד אין וועלכע טעמפל ביסטו א רעפארם ראביי וואס קען אויפלעזן כל איסורים שבתורה וועגן סאיז נישט פאר היינטיגע אינלייטענד וועלט צו דארף איך דיר מסביר זיין די חילוק פון חדר''ג וואס איז לאסר את המותר צו מתיר זיין צו מתיר זיין את האסור און דארף איך דיר מסביר זיין אז א היינטיגע רעוול וואס איז מסדר א גט מעושה איז נישט קיין חולק נאר א שייגעץ וואס זיי זענען קשין לעולם כדור המבול וכדור הפלגה (אגב זע איך וואו דו כאפסט התפעלות פון רבינו גרשום מאור הגולה דער יאמאנעטעריאן וואס נעמט זעך אהן פאר די רעכטן פון די פרויען)

מאטי » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 10:21 pm

· #233604
אינעם זעלבן טעמפל ווי מ'האט מתקן געווען: פרוזבול, היתר עיסקא, עירוב תבשילין, א עד אחד א אשה אדער א עכו''ם מסיח לפי תומו איז באגלייבט עדות צו זאגן משום תקנות עגונות.

ירא שמים » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 11:23 pm

· #233623
ריכטיג, איז דען נישט געווען וויכטיג ארויפצוברענגען דעם נושא מדארף פשוט אריינלייגען דעם עולם אין קאפ אז גט מעושה איז פסול און די תורה איז "דרכי' דרכי נעם וכל נתבותי' שלום" צו דו פארשטיסט עס יא צו דו פארשטיסט עס נישט

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:03 am

· #233638
ריכטיג אין ירא שמים,

איז עס אנדערע הענט וואס קלאפען דעם קיבארד, אדער איינמאל ניצטו דער רעכטע און דער אנדערע מאל דער לינקע?

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:42 am

· #233659
[ציטאט אראפגענומען]

בארואיגט אייך, אזוי גוט ווי די האב איך עס נאך אדורך געטוהן, סא ווער מיר נישט אזוי קאקי דא.

און כ'ווייס נישט וואס די רעדסט, אוינער וואס איז מחויב על פי תורה צו גט'ן מעג מען יא צווינגען לדעתך?

לדעתי ולדעת כל ישראל איז דא אסאך דרגות ביז א גט הייסט א גט מעושה.

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 8:19 am

· #233742
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב דערווייל נישט געזאגט קיין שום מיינונג אין גט מעושה, כ' הא. גערעדט וועגען דעם אז מען דארף די מענער צאם האקען די ביינער.

ווער מיר נישט קיין נביא וואס איך גיי האלטען.

אויב די האסט ארויס וואס שטייט אין שו"ע שרייב געזונטערהייט, פראביר נישט מאכען קיין בלאנקעט סטעיטמענטס.

בכלל האב איך נישט ליב אז די רופסט מסדרי גיטין רעוולעך, כאילו זיי קענען נישט די הלכות, נאר די און ירא שמים, ענק ווייסען פונקטלעך ווען א גט איז כשר אדער נישט.

מסדרי גיטין קענען די הלכות בעסער ווי די.

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 10:36 am

· #233758
טאקע זיס.

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 11:20 am

· #233762
[ציטאט אראפגענומען]

כ'בין זיכער אין חדר האסטו אויך געהאט א הארד טיים צו פארשטיין.

דאס אז מען דארף איינעם צאמברעכען די ביינער פאר די עוולה פין נישט געבען א גט האט גארנישט מיט א גט מעושה. קאפעראנדעי?

און בנוגע זיך אננעמען פאר רבנים, כ'קען אסאך רבנים מסדרי קדושין וואס ווייסען טאקע נישט מימינם לשמאלם, אבער כ'קען נישט קיין איין מסדר גיטין וואס קען נישט הלכות גירושין.

סתם עפעס אנשליסען אלע רבנים אין איינעם כאילו אויב מען קריטיקירט רבנים מיינט אז א רב איז קיינמאל גערעכט איז סתם דברי שטות.

ברסלבער » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 1:55 pm

· #233810
דאס איז זייער א שווערע פרשה. פון איין זייט איז דא מענער רשעים וואס עס קומט זיי ערליך אפאר גוטע פעטש אז זיי זאלן געבן א גט, פון די צווייטע זייט איז נישט אייביג אויסגעהאלטן עפ"י הלכה צו מאכן א גט מעושה. איך וואלט געזאגט א פשרה אז אפילו ווען עס איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן א גט מעושה זאל מען סתם אזוי גוט אנהאקן די ביינער פארן מאן, אן צו פארלאנגען א גט, זאל ער כאטש פיהלן אביסל צער אזוי ווי זיין ווייב וועם ער איז מעגן.

אביסעל שכל » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 10:52 pm

· #233954
לויט די שינעווע רב מעג מען געבען מכות און אויך צווינגען דורך געלד.
און ער איז נישט געווען ריפארם.
📎 Shiniv.pdf

ירא שמים » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 6:01 pm

· #234099
קעןן איינער דא איבער געבן דאטעלן איבער די ארגענעזאציע ''ארע'' און זייערע אקטיוועטעטן

ירא שמים » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 11:01 pm

· #234145
[ציטאט אראפגענומען]

אמת ,אבער ס'איז דא אסאך פוסקי בתראי,בכללם הפתחי תשובה והחתם סופר ועוד האבן אנגענומען כדעת הפוסלים (עי' בקונטרס תוקף הסכם)

ירא שמים » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 11:12 pm

· #234147
[ציטאט אראפגענומען]

און קונטרס תוקף הסכם ברענגט ער צו דארטן מפוסקי זמנינו ובכללם מנחת יצחק אגרות משה קנה בשם משנה הלכות תשובות והנהגות אז עובר זיין אויף א הסכם גירושין'' אלים כוחה טובא להטיל פסלנות על הגט כשעברה עלי' עכ''פ כשהבעל טוען דרק אדעתא דההסכם נתן הגט '' איך וויס נישט וואס די לעצטע ווערטער פון עכ''פ דוקא מיינען ,אזוי צו אפילו אהן אזוי ,וואו אויך האב איך נישט נאכגעקוט און כהאב נישט יעצט קיין כח נאכצוקוקען די תשובות ,קענסט נאכקוקען אז דו טרעפסט דארט אנדערש תודיע.

ירא שמים » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 12:24 am

· #234384
אויף זיינע אייגענע חידושים און הכרעות וואלט איך טאקע נישט געבויט אבער צו האסטו אמאל געהערט אז ער זאל זיין חשוד אויף פעלשן מראי מקומות

געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 12:42 am

· #234386
ירא שמים
ריכטיג, איז דען נישט געווען וויכטיג ארויפצוברענגען דעם נושא מדארף פשוט אריינלייגען דעם עולם אין קאפ אז גט מעושה איז פסול און די תורה איז "דרכי' דרכי נעם וכל נתבותי' שלום" צו דו פארשטיסט עס יא צו דו פארשטיסט עס נישט

איך מיין אז די פסוק זאגט דא פונקט די פונקט די פארקערטע פון וואס דו ווילסט זאגן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 6:43 pm

· #234776
איך האב אמאל גענומען איינער פון געשטעטנער'ס קונטרסים נאכ'ן לערנען סימן קל"ד אין כולל און אנגעהויבען נאכקוקען זיין מראה מקומות. איך האב אויפגעגעבען נאך א שטיק צייט, אבער יעדער איינער, אן אויסנאם, איז געווען נישט צו דער זאך. געווענליך איז דאס אז א מענטש וואס איז אייביג אויף איין צד זעט שוין נישט גלאט. אמאל איז דער מאן א באנדיט אמאל איז די פרוי א באנדיט, אמאל זענען ביידער באנדיטען און אמאל קיינער נישט. אין היינטיגע אומשטענדען איז כמעט נישט דא קיין פאל וואס מ'איז בארעכטיגט צו צווינגען א גט. און אפילו ווען מ'מעג נישט צווינגען א גט, מעג מען אנרופען דער מענטש אן עבריין (כמבואר בסוף סי' קנ"ד עי"ש ברמ"א), און מסתמא דאס מיינט @איחוד פעלד ווען ער בעט מ'זאל 'אנהאקען די ביינער'. סאסייעטי דארף האבען אביסל זכרות צו קענען אנקוקען אן עבריין ווי אן עבריין, נישט זוכען זיך אויסצודרייען דערפון. דער עקסטרעמע תביעה אנוצומקל'ן די ביינער נעמט צו פון די ריכטיגקייט פון זיין פאינ"ט. און נישט אויף די מאן איז עיקר תביעה. זיין חברים און שטיצער'ס, וואס במקום איהם צו בעטען צו טוהן דער ריכטיגע שריט און געבען א גט, האלטען איהם גאר צוריק פאר נידריגע טענות און נערישקייטען. דער זעלבע איז ביי ווייבער וואס שלאגען זיך ארויס פון די גרעניצען פון הלכות.
לגבי די אלע גיטין וואס זענען פארגעקומען אין אמעריקא אין די לעצטע כמה יארען. ס'איז געווען אין דעטרויט א רב, דער ראש ועד הרבנים, מיט'ן נאמען הרב יחזקאל גרובנער זצ"ל. (ער איז דער שווער פונ'ם באקאנטע'ן ר' אברהם יצחק סאראצקין שליט"א, דער מחבר פון א צאל-לאז מספר פון ספרים על הש"ס ורמב"ם ועל הנ"ך) ער איז געווען א גרויסע דרשן, מ'האט איהם אנגערופען דער 'גרובנער מגיד'. עכ"פ ער האט א ספר 'כנסת יחזקאל' ווי ער שרייבט א מעשה אז מ'האט איהם געקלונגען פון נ.י. אז א מענטש איז געפארען קיין דעטרויט פאר א חתונה, און היות מ'וויל איהם צווינגען צו געבען א גט פאר זיין ווייב, זאל דער רב איהם אויפהאלטען ביז די בריונים קומען אן. ער האט עס נישט געטוהן און ער האט געפרעגט אפאר גדולים צו ער איז גערעכט געווען. עי' כאן אין די אלע תשובות וואס מ'האט איהם גע'ענטפערט און מ'קען זען אז קיינע פון די גדולי הפוסקים האט נישט צוגעשטימט צו דער מהלך פון מעשה זיין גיטין.
נאר וואס, למעשה פסל'ן מענטשען אלס ממזרים באופן סיטונאי (wholesale) איז אומ'אחריותדיג. ממילא האט מען נישט געזען קיין תשובות וועגען די מענטשען לאחר המעשה. איך האב געהערט פון אן אדם גדול. ווען די בני ישראל (פון הודו) זענען געקומען קיין א"י, האט זיך דער רבנות הראשות זיך אריינגעלאזט זיי מתיר צו זיין לשוק. א געוויסע יונגערמאן א גרויסע היצ-קאפ (היינט איז ער דער העלד פון די וואס האלטען זיך די יושבי-אור ווייל ער האט מתיר געווען א גרויסע זאך וואס די כלומרש'ט יושבי-חשך האבען גע'אסרט 😉 ) האט געהאט א פאר דללאר און ער האט מפרסם געווען אז זיי זענען אלע ממזרים. די גדולי ישראל האבען זיך שטארק גערעגט, ובתוכם הגאון ר' יחזקאל אברמסקי זצ"ל, אז ער האט צושטערט יעדער תיקון אין דער ענין. ער האט געזאגט "מ'זעט אלע תשובות אין די פוסקים ווי מ'האט זיך געמטר'ט מתיר צו זיין ממזרים, און דא קומט איינער מיט איין שאס אפ'צופסל'ן אגאנצע שבט!"

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 10:32 pm

· #234833
ירא שמים
נהורא נפישא
די גט מווינא איז זייער אן אינטערסאנטע פרשה וואס האט נישט קיין שייכות צו גט מעושה
קודם כל מעגסטו האבן אביסל מער דרך ארץ פארן הייליגען מהר''ם אפילו ער זאגט עפעס וואס דו האסט נישט ליב . צווייטנס גט מוינא האב איך צוגעברענגט אלס דוגמא פון גט מוטעה וואס איז פסול (יבמות קו. שו''ע אבה''ע קמג א).אוןדי טעם המתירים איז געווען ווייל זיי האבן געהאלטען אז סאיז נישט קיין גט מוטעה.

און למעשה האט הרב שלמה גורן ז"ל מיט זיין לומדות מפקיע געוועין די קידושין פון די פרוי'ס ערשטער מאן און זי איז נישט געוועין קיין אשת איש. און זי האט נישט געדארפט האבן א גט. און די קינדער פון צווייטן מאן זענען נישט קיין ממזרים. און ס'האטציך איבערגעקערט א וועלט. און מ'האט געוואלט דעם הרב גורן קורע זיין ווי א דג. תרתי משמע. און דער איד וואס האט געשריבן אז א חוץ וואס ער איז געוועין א שייגעץ א ציוני איז ער אויכעט געוועין א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה. און ס'איז הותר דמו. און מ'האט עים געשאלטן אויף תולה ארץ. אבער איך מיין שעלטן האט טאקע סענדער דער דייטש בעסער געקענט. אבער לערנען האט הרב שלמה גורן ז"ל בעסער געקענט... 😈

ירא שמים » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 10:42 pm

· #234835
ליטוואק שיינע ארטיקל ,אבער א גט וואס איז פסול על פי תורה, וואס אגב גט מעושה איז איינער פון זיי ,זענען די קינדער ריכטיגע ממזרים וואס זענען אסורין לבא בקהל ,און מטאר נישט גורם זיין לטמיעת ממזרים בישראל ,דאס וואס די ראבאנוט האט און איז גורם פרשת גורן איז א דוגמא וואו אויך אנדערע פסולי חיתון וואו פסולע גירות 'ער ,און וואס די מועצת האט יעצט מחליט געווען אז מוועט דארפן מאכן ספרי יוחסין,האט מען שוין אן אמת'ן געדארפט מאכן באלד נאכן קריג , און לאמיר האפן אז זיי וועלן טאקע שוין יעצט אנהויבן צומאכן און אזוי ארום אפהיטן אויף קדושת ישראל.

ירא שמים » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:44 am

· #234912
[ציטאט אראפגענומען]

אפשר באשרייבסטו אביסל די פרשה

איחוד פעלד » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 11:47 am

· #234922
ווען עס שטייט אין שולחן ערוך אז א רועה זונות איז מען כופה, מיינט עס דען אז מען דארף עדים אויף דעם?

איז עס דוקא דער עבירה?

יעדער הלכה קען מען אפלערנען כפטיש יפוצץ סלע.

והוא הדין כאן, ווען די זאגסט ר' ליטוואק אז היינט איז כמעט נישטא ווען מען קען כופה זיין, איז עס א בלאנק סטעיטמענט וואס טראגט נישט קיין האפט. און די פארקערטע איז אמת, מן הסתם איז נישטא קיין פאל וואס מען מעג נישט כופה זיין.

ירא שמים » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 12:46 pm

· #234929
איחוד פעלד
ווען עס שטייט אין שולחן ערוך אז א רועה זונות איז מען כופה, מיינט עס דען אז מען דארף עדים אויף דעם?

איז עס דוקא דער עבירה?

יעדער הלכה קען מען אפלערנען כפטיש יפוצץ סלע.

והוא הדין כאן, ווען די זאגסט ר' ליטוואק אז היינט איז כמעט נישטא ווען מען קען כופה זיין, איז עס א בלאנק סטעיטמענט וואס טראגט נישט קיין האפט. און די פארקערטע איז אמת, מן הסתם איז נישטא קיין פאל וואס מען מעג נישט כופה זיין.

זאג נאר בוסט דאך אזא מומחה וואס קען מאכן אז אלס זאל שטימען מיט די הלכה ,קודם זאגסטו אז איעדע גט מעושה קען הייסען נישט מעושה, און שפעטער אז יעדער וואס מ'טאר נישט כופה זיין קען מען פארדרייען די הלכה אז מ'זאל מעגן כופה זיין , אפשר מעג מען שוין מחלל שבת זיין , עס דארפן דאך זיין אזויפיל תנאים כדי עפעס זאל ווערן א מלאכה ,נא איז אלס קען מען דאך אריינלערנען אז ממעג,
אפשר איז שוין צייט מחליט צו זיין אז אנשטאט בייגען די תורה צו מיר זאל איך מעך בייגען צו דער תורה ,האט מיר אלע א גוטן שבת.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 12:58 pm

· #234932
איחוד פעלד
ווען עס שטייט אין שולחן ערוך אז א רועה זונות איז מען כופה, מיינט עס דען אז מען דארף עדים אויף דעם?

איז עס דוקא דער עבירה?

יעדער הלכה קען מען אפלערנען כפטיש יפוצץ סלע.

והוא הדין כאן, ווען די זאגסט ר' ליטוואק אז היינט איז כמעט נישטא ווען מען קען כופה זיין, איז עס א בלאנק סטעיטמענט וואס טראגט נישט קיין האפט. און די פארקערטע איז אמת, מן הסתם איז נישטא קיין פאל וואס מען מעג נישט כופה זיין.

קוק ווייטער אין שו"ע און דו וועסט זען אז דער רמ"א פסקנ'ט אז למעשה איז מען נישט כופה איינער וואס ס'שטייט נישט אין משנה כופה צו זיין, כולל א רועה זונות. מסתמא וועט מען נישט פסל'ן די קינדער פון איינער וואס מ'האט יא כופה געווען אזוי (נאך א פסק ב"ד) אבער למעשה טאר מען נישט כופה זיין. אזוי אויך איינער וואס זי זאגט מאוס עלי וכדו'. אע"ג אז ס'איז דא אזעלכע שיטות, למעשה טאר מען נישט כופה זיין. לגבי בדיעבד און די קינדער איז גאר אן אנדער'ן שמועס. דעריבער איז דאס דריי נושאים, די קינדער די פרוי און לכתחלה.

איחוד פעלד » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 10:45 pm

· #235037
ירא שמים
איחוד פעלד
ווען עס שטייט אין שולחן ערוך אז א רועה זונות איז מען כופה, מיינט עס דען אז מען דארף עדים אויף דעם?

איז עס דוקא דער עבירה?

יעדער הלכה קען מען אפלערנען כפטיש יפוצץ סלע.

והוא הדין כאן, ווען די זאגסט ר' ליטוואק אז היינט איז כמעט נישטא ווען מען קען כופה זיין, איז עס א בלאנק סטעיטמענט וואס טראגט נישט קיין האפט. און די פארקערטע איז אמת, מן הסתם איז נישטא קיין פאל וואס מען מעג נישט כופה זיין.

זאג נאר בוסט דאך אזא מומחה וואס קען מאכן אז אלס זאל שטימען מיט די הלכה ,קודם זאגסטו אז איעדע גט מעושה קען הייסען נישט מעושה, און שפעטער אז יעדער וואס מ'טאר נישט כופה זיין קען מען פארדרייען די הלכה אז מ'זאל מעגן כופה זיין , אפשר מעג מען שוין מחלל שבת זיין , עס דארפן דאך זיין אזויפיל תנאים כדי עפעס זאל ווערן א מלאכה ,נא איז אלס קען מען דאך אריינלערנען אז ממעג,
אפשר איז שוין צייט מחליט צו זיין אז אנשטאט בייגען די תורה צו מיר זאל איך מעך בייגען צו דער תורה ,האט מיר אלע א גוטן שבת.

אדרבה זאג די וואס די האלסט.

א פרוי וואס וויל נישט איר מאן, זי וואוינט שוין אליין פאר למשל דריי יאר, ער וויל נישט געבען א גט, דארף ווייטער בלייבען אליין א גאנץ לעבען?

אדער מען דארף פראבירען דער מאן זאל געבען א גט?

ירא שמים » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 11:40 pm

· #235047

בדרכים המותרים ע''פ תורה ואם א''א אין עצה ואין תבונה נגד השי''ת

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:38 am

· #235110
דער טעם פארוואס מאנכע פוסקים האלטען מ׳מעג כופה זיין א רועה זונות )וואס דער רמ׳׳א זאגט למעשה אז מ׳מעג נישט( איז ווייל ס׳שטייט אין פסוק רועה זונות יאבד הון און דער מאן וועט נישט קענען אויסהאלטען די ווייב, נישט וועגען די עבירה שבו.

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 3:16 pm

· #235238
ירא,

כ'האב א חשד אז די זעלבסט ביסט אין א געשעפט ווי די ווילסט נישט געבען א גט, טאמער יא, זאלסטו וויסען אז לקבל אפיכון לאיסתחרא.

כ'האף אז כ'בין נישט עובר אויף א גט מעושה יעצט, לדעתך.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 3:59 pm

· #235261
א פרוי וואס וויל נישט איהר מאן, פשוט ווייל די נאטורען שטימען נישט און ס׳איז איהר אומבאקוועם צו בלייבען מיט איהם, הייסט אין תורה א מורדת. גאנץ סימן ע׳׳ה אין אבן העזר איז געווידמעט צו איהר. אפשר דארף דער מאן זיין א וואוילער און טוהן לפנים משורת הדין איהר צו פטר׳ן מיט א גט, אבער זי דארף איהם מפייס זיין. טאמער זי באשולדיגט איהם מיט מעשים אשר לא יעשו, וואס צוליב דעם איז ער מאוס צו איהר, איז לויט׳ן רי׳׳ף און רמב׳׳ם מוז ער געבען א גט און מ׳מעג איהם נייטען דערצו, אבער דער רא׳׳ש און טור האלטען נישט אזוי, ומשום חומר דעריות איז אזוי די הלכה. מ׳׳מ דעמאלס דארף דער מאן געבען א גט, און ער איז אן אויסווארף ווען ער טוט עס נישט. פארשטייט זיך, דאס איז נאר מיט א פסק ב׳׳ד אז אכן כן הם הדברים.

אביסעל שכל » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 4:27 pm

· #235280
אבער די פרוי קען רופן די מאן צי דין תורה אויב ער קומט חתמט ש"ב
קען די ב"ד פסקנן כרצונם אפילו כנגד התורה כנוסח הש"ב
אויב ער קומט נישט איז ער נישט קיין צ"ד

אביסעל שכל » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 4:32 pm

· #235284
אבער די פרוי קען רופן די מאן צי דין תורה אויב ער קומט חתמט ש"ב
קען די ב"ד פסקנן כרצונם אפילו כנגד התורה כנוסח הש"ב
אויב ער קומט נישט איז ער נישט קיין צ"ד אין מען מעג אים אנברעכן די ביינער

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 5:48 pm

· #235309
ניין די הלכה איז נישט אזוי. דער ב"י ברענגט א שו"ת רשב"א וועגען א מענטש וואס האט זיך אונטערגענומען א שבועה אדער א קנס צו געבען א גט. טאמער ער איז נישט געווען מחוייב אין די קנס מעיקרא, איז דער קנס אדער א שבועה נישט קיין בארעכטיגטער כפייה און דער גט איז פסול.