☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » גליונות לשבת קודש
גליונות לשבת קודש
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #752
דולה ומשקה » זונטאג יוני 3, 2012 9:08 pm
· #15832
גליונות לשבת קודש
ב"ה מיין K-9 פילטער לאזט מיר אריין גיין צו דעם אלעם באקאנטן "לדעת", ווי איך פרינט ארויס די גליונות וואס איז קרוב למהות נפשי, פון וואס איך שעפ ידיעות, חידו"ת אין כאטש וואס.
לעצטנס איז געווארען א התרשלות מצד די ארויס געבערס, כאילו זיי האבען זיך פאראייניגט און זיך אפגעשמועסט אינאיינעם.
וואס מיין איך?
דעם שבת בלעטל (בעלזא)
עלים לתרופה
שערי מדע
דולה ומשקה (רבי אהרן קרויס)
ועוד
וואס זענען שוין נישט בנמצא אויף לדעת,
דער פאלטיטשאן גליון, היינט צו טאג באשטייט נאר פון דער 'דברות קודש של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א', דער דיבור איז טאקע קודש, אבער פאר נאר די דיבור אליינס וואלט איך עס נישט ארויס געפרינט, עס דארף דאך אויך אביסל ליין מאנטריאל.
דער טאהש גליון קומט ארויס פרייטאג עטליכע שעה פארן זמן, ווען פאר מיר איז דאס שוין צו שפעט.
בזמן הקיץ וואס מיר פירען זיך כאבות אבותינו במנהגם הקדושים שמקורם מקור טהור צו פארן צו די 'בערג', נסיעה וטלטול ובהוצאה מרובה, כעין 'גלות ליידען' ווי חסידישע אידן פלעגן צו טוהן, מיר עכ"פ פרובירען נאך צו מאכען. עכ"פ היות כשיטת 'התניא' נישט ארויס צו פארן מערב שבת קודש מחצות ואילך, דעראיבער פאר איך שוין ארויס דאנערשטאג ביינאכט, ולכן קען איך נאר ארויס פרינטען די גליונות וואס זענען שוין גרייט ביז דאן, הלואי זאלען די מוציאים זיך אנשטרענגען (אויב מעג איך אזוי רעדען...) דאס ארויף צו לייגען אויף לדעת שוין פון דאנערשטאג. אויב מעגליך.
זר זהב » זונטאג יוני 3, 2012 9:20 pm
· #15835
די ברסלב'ע גיליונות זענען גאנץ גוט.
נולד מאוחר » מאנטאג יוני 4, 2012 2:09 am
· #15895
מיגדול איז מוראדיג.
סקומט אין אימעל. Migdolonline.com
דולה ומשקה » מאנטאג יוני 4, 2012 11:05 am
· #15915
כ'האב באמערקט אס סקווירא האט פארמאכט זייער וועבזייטל מיטן נאמען 'גליון מחנינו', פון ווי מ'האט געקענט אראפ נעמען זייערע גליונות, ס'נאר געבליבען דארט א קולא קורא בנוגע צו גיין צום כינוס...
דאס איז א פארלוסט, פון ווי וועט מען יעצט נעמען די 'חצר הקודש', אויף אויף לדעת איז עס נישט צום געפונען פאר די לעצטע פאר וואכען.
אז דער פילטער לאזט דאס אדורך, הלמאי זיי האבן דאס פארמאכט?
לעמיל » דינסטאג יוני 5, 2012 10:01 am
· #16084
די גלינות פין וועלויל שמעלצער זענען אויך זייער שיין, אפשר הייבט איינער אן צו ארויפלייגען דא אינטערסאנטע גלינות צו מזכה זיין די אידען וואס קענען נישט אונקימען צו לדעת???
שמואל הלוי » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 5:25 am
· #36545
אינטערסאנטע גליון "דער אוצר" (קומט ארויס יעדע פיר וואכן לערך)
http://ladaat.net/showgil.aspx?par=20120818&gil=76
על המחיה » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 4:30 pm
· #44720
לעצטנ'ס דערקוויק איך מיך מדי שבת בשבתו מיט א גליון וואס רופט זיך 'במשנת רש"י' (מען קען עס טרעפען אויף לדעת.נט
די גליון איז אוועק געשטעלט אויף פירש"י מיט עטליכע מדורים, ע"פ חסידות, לומדות, בליציגע רעיונות, הערות און מעשיות
טעמו וראו כי טוב
green sunday » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 9:31 pm
· #44817
דעם שבת בלעטל (בעלזא)
סקימט אויס בערך 40. א וואך. ער שיקט עס אריין אין דיין אימעל יעדע וואך
קורץ און שארף » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 4:43 pm
· #45558
די עלים לתרופה איז שוין א שטיק צייט נישטא צו באקומען אויף לדעת.
אנשטאט האבן זיי געעפענט א וועבזייטל, ווי מען קען פאר א מינימאלע אפצאל דאונלאודן די גליונות יעדע וואך, אגאנץ יאר.
דא איז די לינק
לעמיל » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 9:55 am
· #48575
אויף לדעת האבען זיי עפעס א נייע גליון איבערבליק מיט נייעס פון די לעצטע וואך
שמואל הלוי » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:01 am
· #71839
עברית אין א סאטמארע גליון (מהרז"ל)
(דף יג)
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 22&gil=354
untitled.JPG
לעמאן דזשוס » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:15 pm
· #71879
וויזוי זאגט מען עס אין אידיש, אדער לשון הקדש
געפילטע פיש » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:26 pm
· #71884
שמואל הלוי
עברית אין א סאטמארע גליון (מהרז"ל)
(דף יג)
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 22&gil=354
גרייזיג אויך, ס'וואלט געדארפט שטיין סיבה טכנית אדער סיבות טכניות, אבער מ'קען נישט האבן קיין טענות אויף א סאטמערע פארן נישט קענען עיווריט.
לעמאן, אין אידיש איז עס "טעכנישע סיבות" (סיבות איז נישט אידיש, אבער אויך נישט קיין נייע העברעאישע ווארט), לשון קודש? ווייסעך נישט.
ואת קוראינו הסליחה? וואס מיינט דאס? די סליחה דארף זיי אתנו, און געווענדעט לקוראינו.
געפילטע פיש » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 8:04 pm
· #71946
אפשר בין איך נישט גערעכט מיט די את קוראינו הסליחה, מ'זאגט דאך אויך ואתכם הסליחה, איך וועל לאזן אונזערע דקדקנים דא עס פושט זיין.
משה געציל » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 8:29 pm
· #71949
געפילטע פיש
אפשר בין איך נישט גערעכט מיט די את קוראינו הסליחה, מ'זאגט דאך אויך ואתכם הסליחה, איך וועל לאזן אונזערע דקדקנים דא עס פושט זיין.
אלא מאי ואתכם הסליחה איז פשט דער סליחה ליגט בידיכם מוחל צו זיין א״כ ה״ה בנידן דידן.
שמעקעדיג » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 11:16 pm
· #71974
נישט ריכטיג, מען שרייבט ואת, ווי געפילטע ברענגט.
איך אויך » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:27 am
· #72014
גראדע נישט.
שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 6:40 pm
· #72192
נייתי ספר ונחזי.
איך אויך » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 6:43 pm
· #72193
http://www.google.co.uk/#hl=en&tbo=d&sc ... 40&bih=772
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 549_11.pdf
קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 18, 2013 9:16 pm
· #98296
נר הפטורה דארף שטיצע
נר הפטורה דארף שטיצע
📎 ner.jpg
נייגעריגער » דינסטאג מערץ 19, 2013 5:15 am
· #98365
אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט צוגעברענגט דעם אימעיל אדרעס פון איינער וואס רופט זיך "א פרייליכן שבת", דער בעסטער און גרעסטער פארשפרייטער פון גליונות אויף אימעיל!! ער שיקט אריין וועכענטליך א געוואלד!!
חכם עתיק » דינסטאג מאי 20, 2014 4:48 pm
· #201382
קאווע טרינקער
נר הפטורה דארף שטיצע
חכמים הזהרו בדבריכם
היות שבנר הקודם נפלו שם בטעות
כמה מלים שאינם לפי רוח הנר, על כן
מבקשים אנו מהקוראים סליחה על זה,
ושגיאות מי יבין.
ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו.
וואס האט פאסירט???
ברסלבער » דינסטאג מאי 20, 2014 5:03 pm
· #201387
נר הפטורה פ' בהר.
📎 999.png
קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 20, 2014 5:08 pm
· #201388
ער ברענגט פון תולדות אהרן רבי, מיט א מקור. פארוועם פארענטפערט ער זיך?
ברסלבער » דינסטאג מאי 20, 2014 5:17 pm
· #201392
ירא שמים יוצא ידי שניהם. קודם שרייבט ער וואס ער האלט פאר ריכטיג, און דערנאך פארענטפערט ער זיך פאר די וואס וועלן טרעפן פראבלעמען אין יעדע זאך וואס מען קען נאר חלומ'ן. ער כאפט אבער נישט אז עס נישטא אין די וועלט גענוג שמאטעס צו פארשטאפן די מויל פון איינעם וואס וויל האקן אויף יעדע זאך.
שמעקעדיג » דינסטאג מאי 20, 2014 9:29 pm
· #201470
הקנאי אדמו"ר מתולדות אהרן הדריך את חסידיו "באהבת ישראל אל הציונים" של צה"ל ומשטרה?... חחחח. איז ער אויפן קאפ געפאלן? די גרעסטע קנאי'שע קהלה פרעדיגט אהבת ישראל אל הציונים???
די מעשה איז אמת, די ווערטער איז געדרוקט, אבער נעם נישט ארויס די ווערטער פון קאנטעסט!
אבי גערעדט » דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm
· #201472
נייגעריגער
אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט צוגעברענגט דעם אימעיל אדרעס פון איינער וואס רופט זיך "א פרייליכן שבת", דער בעסטער און גרעסטער פארשפרייטער פון גליונות אויף אימעיל!! ער שיקט אריין וועכענטליך א געוואלד!!
צוטיילט אין וויפיל אימעילס? כ'האב ווייניג געדולד צו ווערן באגאסן מיט אימעילס יעדן וויקענד
אבי גערעדט » דינסטאג מאי 20, 2014 10:01 pm
· #201474
קאווע טרינקער
נר הפטורה דארף שטיצע
דער פאפולערער "דער אוצר" פון וועלוול שמעלצער בעט אויך שטיצע.
📎 20140520_220003.png
סאו וואט » מיטוואך מאי 21, 2014 1:39 pm
· #201579
העלאו רבותי. איך דארף א טובה.
איך וויל ארויסקומען מיט א גליון, אבער כ'דארף איינער זאל מיר מאכען, דער דיזיין ארום און ארום.
און איך וועל עס אן פילען.
איז דא איינער וואס קען זיך מתנדב זיין?
שכויח, ותבוא עליו ברכה.
פליז קאנטאקטן און אישית.
מ גפני » מיטוואך מאי 21, 2014 2:44 pm
· #201591
פישעלע איז א געוואלדיגער גראפיסט, בעט אים
גינות » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 11:29 am
· #215654
גליון "הלולא דצדקיא" יארצייטן הערליך שיין באשריבן
קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 12:18 pm
· #215660
גינות
ויש חולקים.
מרדכי ישראל » זונטאג אוגוסט 26, 2018 9:49 am
· #411838
וועלוול שמעלצער געט נאך ארויס גליונות?
לבי ובשרי » זונטאג אוגוסט 26, 2018 1:39 pm
· #411854
מרדכי ישראל
וועלוול שמעלצער געט נאך ארויס גליונות?
יעצט זוממער איז ער דאך געווען מדריך אין מונקאטש, און ער האט נישט ארויסגעגעבן קיינע גליונות.
ווארשיינליך יעצט, נאך קעמפ, וועט די קוואל אנהייבן צוריק צו פליסן.
לבי ובשרי » זונטאג אוגוסט 26, 2018 1:43 pm
· #411855