☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » איך האב א חלום!

איך האב א חלום!

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7518

כוכב » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 8:51 am

· #233021
איך האב א חלום!
נאכ'ן אפזיצן אויף צענדליגער עפיזאדן פון שארק טאנק, בין איך אויפגעקומען מיט א מוראדיגע געדאנק פאר א פראדוקט, א לעבנסוויכטיגע אייטעם וואס וועט בלי ספק זיין א הירא כמרגליה בפומי' דלארי.
איך האב אין קאפ פונקטליך וויאזוי עס דארף געמאכט ווערן עס זאל זיין די מערסטע אפעקטיוו און פאר די ביליגע קאסטן, ודא עקא איך ווייס נישט וואס צו טון נעקסט.
ס'פאדערט געוויסע טעכנאלאגיע וואס איז דא אויף דער מארקעט, נאר איך דארף עס צוזאמשטעלן מיט מיין געדאנק, ספאדערט, גי פי עס טעכנאלאגיע, ספאדערט אן עפפ, און געוויס דארף עס מעניופעקטשערינג. ביזדערווייל זיץ איך און איך חלום.
וואס קען איך טון אויסצופירן מיין פלאן מכוח אל הפועל און ווערן די ערשטע קאווע שטיבל ביליאנער?

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 9:08 am

· #233026
האסט דיך שוין דורכגערעט מיט א רב?

כוכב » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 9:17 am

· #233029
וואס דארף איך א פריקן רב?

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 9:26 am

· #233034
וועד הרבנים לעניני טכנולוגיה
זוך אויף יענע אשכול

קאסטנער » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 11:24 am

· #233049
ווען איך בין די רב פסקן איך אז עס איז א איסור גמור אים צו העלפן אפילו מיט א קלייניקייט.
עטס מיינטס טאקע אז נאכן זיך אנפילען די קעשענעס גייט ער נאך אמאל אריינבליקען דא?! א פיג אין א פייג.
רבותי! מיר שטייען אויס צו פארלירען א ערענסטע שטערן. זייטס נישט קיין צועק לשעבר

לית דין בר נש » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 12:07 pm

· #233060
כוכב
וואס קען איך טון אויסצופירן מיין פלאן מכוח אל הפועל

אויפשטיין

כוכב
און ווערן די ערשטע קאווע שטיבל ביליאנער?

דאס וועט שוין נישט גישעהן ווייל עס איז שוין דא איין