☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » מאטי שטיינמעץ אויף א שליחות?

מאטי שטיינמעץ אויף א שליחות?

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7512

לכבוד שבת קודש » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:34 pm

· #232605
מאטי שטיינמעץ אויף א שליחות?
הער איך אזוי אויס קול מבשר, דוכט זיך איינע פון די סוכות'דיגע אינטערוויוס, הער איך ווי הרב דרעזנער (אגב, זיך שטארק פארבעסערט לעצטנס, מאכט א פיינע דזשאב) פרעגט פון מאטי שטיינמעץ, ווי אזוי ער גיבט זיך אן עצה, אזויפיל ארומצופליען, און צו די שעות מאכט אים נישט צומישט... די תשובה פון ר' מרדכי האט מיר פארוואונדערט, ווען ער האט געענטפערט "מיר זענען אויף א שליחות און מיר גייען מיט די שליחות עד הסוף, מיר שטעלן זיך נישט אפ."

די תשובה האט מיר געמאכט שטארק ארויפקוקן אויף ר' מרדכי שטיינמעץ, מ'שטיינס געזאגט, ער גייט מיט זיין שליחות עד הסוף, ער שטעלט זיך נישט אפ... אבער איין זאך פארשטיי איך נישט... אויף וואספארא שליחות איז מאטי שטיינמעץ, ווער האט אים געשיקט?

אפשר קען מיר איינער דא ארויסהעלפן?

ישמעאל הכהן » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:39 pm

· #232609
זיין בערזל שיקט אים

אבי גערעדט » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 11:30 pm

· #232667
דער אינטערוויוער איז וועלוול שמעלצער און נישט דרעזנער, אגב

לאליפאפ » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 12:02 am

· #232672
ער איז יונג און האט נישט אזא דעוועלאפירטן שכל ווי עס שיינט, און זיין שליחות איז לכאורה נאכנישט געשאפן געווארן.

איחוד פעלד » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 9:18 am

· #233031
מהנה זיין אידען, און זיי מעורר זיין, נישט קיין שלעכטע שליחות בכלל.

ס'גיט » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 9:43 pm

· #233393
וואס ווילט עטס פון א צובראכענע יונגעמאן. מהאט עם אזוי אנגערעדט אז דאס איז זיין שליחות ,דאס איז זיין תיקון ,אויף דער וועלט.

shem-tov » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 11:07 pm

· #233419
כהאב עס געהערט און סמאכט טאקע נישט קיין סענס ווי ער רעדט פון זיין זכות און זיין שליחות. אבער אנגעהויבן מיט די זכותים האט עס דער אינטערוויער, ווען ער פרעגט אים ווען וויאזוי ענזשויסטו דיינע טריפס וואלט ער גערעדט פון טריפס. שטיינמעץ איז יונג און אומערפארן אין קומיוניקעאציע מיט א קליינע איגאו באט ער איז א זיסער זינגער מיט א הערליכע שטימע