☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » רב לך שבת בעמק הבכ"א

רב לך שבת בעמק הבכ"א

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7511

גרוש » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 8:57 pm

· #232594
רב לך שבת בעמק הבכ"א
רב לך שבת בעמק הבכ"א – די ווינטער שבתים במצבי
בשלישי בשבת לסדר וה' פקד, אור ליום י"א לחודש חשון תשע"ה לאלף השישי לפ"ג
אריינגייענדיג אין די אכטע ווינטער זינט כ'האב ליידער מקיים געווען די מצוה וואס קיינער וויל נישט מקיים זיין, נישט מער און נישט פאר קיינעם געדאכט, עס ווערט שוין ליידער זיבן גאנצע יאר זייט יענעם ביטערן טאג, ווען כ'האב ליידער געמוזט שלו' מאכן מיטן מצב, אז די האפענונג וואס כ'האב געהאט אלע קינדערישע און בחורישע יארן, צו חתונה האבן און אויפשטעלן א שטוב לשם ולתפארת, וועט ליידער נישט געשעהן מיט דעם שידוך וואס כ'האב געמאכט אלץ בחור און חתונה געהאט די ערשטע מאל און געהאפט אז דאס וועט זיין די לעצטע מאל, דאס וואס כ'האב געמיינט בשעת'ן א חתן ווערן אז יעצט הייבט זיך אהן די לעבן אויף וואס מ'האט געציהלט אלע יארן, צו מקיים זיין דעם "על כן יעזב האיש את אביו ואמו ודבק באשתו והי' לבשר אחד", איז געווען א טעות, איך האב מיר טאקע געגרייט, און געמיינט אז אט אט איז עס אנגעקומען "הנה הגיע עת דודים", עת משוש, עת לשמוח, עת לחבוק, מ'האט זיך טאקע געגרייט בהכנה דרבה, צום נייע תקופה אין לעבן, אבער גאנץ שנעל ליידער געוואר געווארן, אז נישט אויף דעם האב איך געווארט, די צייט איז נאך ליידער נישט אנגעקומען, די גאנצע הכנה איז נאר געווען פאר א שווערע לעבנס דורכגאנג איידערן אנקומען צום ריכטיגן, און מ'וועט ליידען דארפן טועם זיין דעם כוס וואס כוס, וואס קיין איין בחור טראכט נישט אז ער וועט זיין פון די וואס וועלן דאס ליידער דורכגיין,
אבער וואס כ'האב דעמאלט נישט גע'חלומ'ט, אז איבער אכט יאר נאכן אריין גיין לברית האירוסין, וועל איך נאך האלטן בעפאר אלעם, וואס איך האב דעמאלט געמיינט אז איך האב שוין מיין באשערטע, האב איך נאך אפילו נישט יעצט איבער אכט יאר שפעטער, 7 פיינפולע יארן זענען שוין ליידער פארלאפן זייט דעמאלטס ועדיין לא נושעתי,
איינע פון די שווערסטע זמנים אין אזא מצב (עכ"פ ביי מיר) איז די ווינטער נעכט בכלל, לילי שבתות בימי חורף בפרט, די זוהן הייבט אהן אינטער גיין, שוין אזוי פרי ווי 4:30-5 צייט, עס הייבט אהן ווערן טונקעל, די מחשבה און געפיהלן הייבן אהן שפילן, ווי מיינע חברים ווערן אפגעווארט דורך זייערע ווייבער און קינדער, ווי געוויסע רעדן זיך אפ, אז זייערער ווייבער הייבן שוין קאלן/טעקסטן ווען זיי קומען אהיים, ואני אנה אני בא, קיינער ווארט מיר נישט, כ'האב ליידער נישט צו וועם אהיים צו גיין, כ'האב ליידער נישט קיין שטוב ווי מיינע קינדער זאלן מיר אפווארטן ביים אהיים קומען, און בעטן זייער עטענשן, כדרכם של קליינע קינדער,
איך הייב אהן טראכטן וויזוי די עולם פארברענגט די נאכט זה בכה, וזה בכה, עס ווערט שפעטער 10-11 צייט, די עולם גייט אהיים און די גאסן ווערן שטילער און שטילער, און איך קען ליידער רואיג בלייבן אין בית מדרש די גאנצע נאכט, אהן דעם וואס איינער זאל פארלאנגן מיין אהיים קומען, איך לייג מיר אריין אין בעט אליינס, נאכט נאך נאכט, מיט טרערן אין אויגן,
האלט מיין טעלאפאן נעבן מיר, ווארטנדיג אויף פאון קאלס אדער טעקסט וואס זאלן ברעכן מיין לאונלינעס, און מ'טעקסט/קאלט וועם מ'קען אמאל געלונגט עס און די עולם ענטפערט און מ'האלט זיך אינטער ביז די שלאפט כאפט, אזוי גייט אריבער נאכט נאך נאכט, די עולם פארברענגט אינדערהיים, און איך האב ליידער נישט מיט וועם, דערנאך אין די פארטאגס שעה'ן ווען מ'הייבט זיך אהן אויפצווועקן, נאך א נאכט שלאף ווען עס ווערן געפראסעסט אלע מחשבות און דורךגענג פונעם טאג, מ'וועקט זיך אויף מיט א קלארן מוח, מ'טראכט אריין אינעם לאנלי מצב, עס גייט אריבער טאג נאך טאג, חודש נאך חודש, יאר נאך יאר, ועדיין לא נושעתי, עס גיסן טרערן פון די אויגן, טראכטענדיג, ווי אנדערע וועקן זיך אויף צו א שטוב מיט א ווייב און קינדער, און גיבן אכטונג קיינער זאל זיך נישט אויף וועקן, און איך ליג אזוי לאנלי, בדמעות עיני, צומאל נוצט מען אויס די פארטאגס שעה'ן צו שופך זיין נחלי דמעות, מיטן זאגן שה"ש, און די יום תהילים, צום לבב חוקר בעת עס איז ברן יחד כוכבי בוקר, עס הייבט אהן טאג'ן די זוהן שיינט אויף מ'גייט אין אין בית מדרש, און ס'איז א פרישע טאג וואס מ'איז אייניג מיט די חבירים ביז די זוהן גייט אונטער, ווען יעדער גרייט זיך אהיים צו גיין, און איך ליידער האב נישט צו וועם צו גיין, און צומאל מחמת כובד המצב ווער איך פויל און איך קען מיר נישט ארויסריקען פון בעט ביז איך זאג פארן יצר הרע, ביזט טאקע א מלך זקן, ביזט טאקע עלטער פון מיר, אבער הגיע זמן קריאת שמע ותפלה, און בעת צרה איז תפילה א דאורייתא , און איך מוז אויפשטיין,
אויב דאס איז געזאגט געווארן יעדע נאכט, איז עאכו"כ, בלילי שבתות בשעה שבני אדם מצויין בבתיהם, עונת תלמידי חכמים משבת לשבת, עס ווערט ליל שישי, עס איז שוין נאכאמאל ערב שבת, אין אידישע שטיבער גרייט מען זיך שוין ווידער צום שבת מלכתא, מ'הייבט אהן קלינען די הויז, קאכן באקן, לכבוד שבת, ביי מיר איז מען נאך ליידער נישט גורס די אלע זאכן,
עס ווערט ע"ש בחצות היום, די אפיסעס די ביזנעס פלעצער ווערן שטילער, מ'לויפט ענדיגן די לעצטע הכנות צום שבת, דער לויפט אין גראסערי, דער אין מקוה, דער האלט פארנומען די קינדער אז די ב"ב זאל קענען זיך גרייטן, דער גייט זיך אראפלייגן לכבוד שב"ק, דער לויפט אין מקוה, יעדער איז פארנומען אנצוגרייטן דעם שבת, מ'גרייט אהן דעם שבת טיש, מ'ברענט אפ די ליכט, און איך זיץ אזוי פרייאטאג לעת ערב, בדמעות עינים, מתי אעשה גם אנכי לביתי ווען וועל איך שוין זוכה זיין, צו האבן א אייגן שטוב, ווען וויל אויך שוין זוכה זיין צו האבן פאר וועם צוגרייטן א שבת, די זוהן גייט אונטער, די עולם גייט אין שוהל מיט די קינדער, און איך יאג מיר בכלל נישט, שבת איז דאך ביי מיר די ערגסטע טאג, די מערסטע צייט צו טראכטן, פארוואס זאל איך מיר יאגן צו דעם טאג, מ'זעצט זיך אפ אראפ ביי לכו נרננה, מ'זינגט ביי לכה דודי, אויף יעדעם'ס פנים איז אויסגעגאסן א שמחה, מ'גייט באלד אהיים פארברענגען מיט די ווייב און קינדער, עס איז א לאנגע פרייטאג צו נאכטס, מ'זיצט מ'פארברענגט מיט די קינדער, מ'קומט אהיים די קינדער ווארטן שוין אפ מיט זייערע צייטליך אויפצופיקן זייער עטענשאן, די אינגלעך מיט זייערע דאגות, די מיידלעך מיט זייערע דאגות, ועדיין לא זכיתי, צו די זאכן וואס אנדערע אין מיין יארגאנג זענען זוכה, מ'ענדיגט דאווענען זה פורש לביתו וזה פורש ובוכה, די שוהל ווערט ליידיג, די עולם גייט אהיים, און איך זעץ מיר אראפ במקום פנוי מיט בכיות, עס איז א לאנגע ווינטער פרייטאג צו נאכטס, די עולם פארברענגט מיט די משפחה, להתענג בתענוגים, "וקראת לשבת עונג", כמשמעו וכמדרשו פונעם פסוק, אבער אליין זאל זיין א שטיין, וואסערע טעם האט א שבת ווען מ'איז אליין, אהן א עזר כנגדו, און אהן קינדער וואס קוקן ארויס אויף זייער טאטע'ס עטענשאן, ביום השבת, עדיין לא זכיתי לכך,
די פארגאנגענע פרייטאג צונאכטס לסדר הבט נא השמימה וגו' כה יהיה זרעך, ביים זינגן "לכה דודי" לא אוכל להתאפק עיני מדמעות, מיר האלטן שוין ליידער ביים אכטן ווינטער אין דעם מצב, נאכאמאל בלילי שבתות, בלילי חורף הארוכים, עס איז פינסטער בחשכות הלילה, בעת די כוכבים זענען אינדרויסן, איך קען טאקע נישט ציילן די שטערנס, אבער ווען וועל איך שוין זעהן מיין חלק אין די ברכה "כה יהיה זרעך", מ'זינגט, ניגוני של שמחה, ווען ווועט שוין זיין "ושמחת אתה וביתיך",
עס שטייט פון די קדמונים, אז די וועלט איז באשאפן געווארן אין 7 טעג, ווייל זיבן איז "טבע" און אכט איז למעלה מדרך הטבע, מיר האלטן שוין ליידער אינעם אכטן ווינטער, די צרות זענען שוין ליידער למעלה מדרך הטבע, דארף מען געהאלפן ווערן אפילו למעלה מן המזל, אפילו אהן זכותים, טראכט איך אזוי צו מיר, די הייליגע חוזה פון לובלין האט זוכה געווען צו אויגן וואס זעהן מסוף העולם עד סופו, ווייל אלץ קינד האט אים זיין מאמע צוגעבינדן די אויגן פאר זיבן יאר, הייליגע באשעפער, עס איז שוין זיבן יאר, וואס איך בין צוגעבינדן בצר לי, און איך בין ליידער נישט זוכה, צו דעם והנה הנער בוכה, איז נישט מער מיט רעכט איך אל שוין אויפגעראכטן ווערן, בבני ברוכי וחיי אריכי ומזוני רויחי בבריות גופא ונהורא מעליא,
בשעת'ן זאגן דעם שטיקל "מקדש מלך עיר מלוכה קומי צאי מתוך ההפכה, רב לך שבת בעמק הבכא והוא יחמול עליך חמלה", לכה דודי לקראת כלה פני שבת נקבלה, עלה ברעיוני, אז: דער אייבערשטער זאגט: רב לך שבת בעמק הבכא גענוג געווען די ביטערע שבתים מיט בכיות, יעצט ווען מיר האלטן שוין בעמק הבכא, (הבכ"א איז בגימטרי"א 28) טיף אריין אינעם 28'סטן יאר לימי חיי, (איך ווער אי"ה 28 קומענדיגן חודש עמו"ש לחיים טובים וארוכים), עס וועט אי"ה זיין: והוא יחמול עליך חמלה, לכה דודי לקראת כלה, אזוי וועט אי"ה שוין פני שבת נקבלה, די ריכטיגע פנים פון שבת קודש, בשמחה ובטוב לבב מרוב כל,
עס וועט אי"ה זיין ווי די מדרש זאגט אויפן פסוק: ויהי ביום השמיני, ר' יוסי פתח כשושנה בין החוחים כן רעיתי בין הבנות,
ויהי ביום השמיני איז דאך געווען ביום הקמת המשכן, ווי די גמרא זאגט, אותו היום היתה שמחה לפני הקב"ה כיום שנברא שמים וארץ כתיב הכא ויהי ביום השמיני וכתיב התם ויהי ערב ויהי בוקר, עס זאל שוין זיין אבנה בית מקדשי, כתכלית הבריאה, "לא טוב היות אדם לבדו", יום קען מיינען א יאר "יום לשנה", ויהי ביום השמיני, אינעם אכטן יאר, וועט אי"ה זיין, "כשושנה בין החוחים כן "רעיתי" בין הבנות, און אראפ ברענגען נשמות מאוצר הגוף, און האבן א חלק בבנין בית המקדש השלישי בב"א

פישלע העררינג » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:17 pm

· #232600
מה נאמר ומה נדבר. אזוי ווי דו זאגסט אליינס, והוא יחמול עליך חמלה!

דריידל » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 10:26 pm

· #232630
ס'קומט צו וויינען ווען מ'ליינט די שורות געשריבן בדמע.

כ'קען דיר נאר געבן אפאר עצות:
תהלים כולל
כולל חצות
פרק שירה
שיר השירים פערציג טאג
אור החיים פערציג טאג
ר' מאיר בעל הנס
עמוקה

גרוש » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 11:22 pm

· #232661
ישר כח

ישמעאל הכהן » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 11:23 pm

· #232662
גרוש
ישר כח

געב א לייק

גרוש » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 11:25 pm

· #232664
ישר כח פארן מיר דערמאנען אז מ'קען דאס טוהן

שטילע אינגערמאן » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 12:41 am

· #232683
אוי, ס'ביטער, זאג מיר א עצה כ'קען טוען, כ'טראכט כסדר פון אונזער קאווע שטיבעל גרוש, הלוואי כ'קען העלפן.
בדרך צחות, ווען די קענסט טיילן פאר יעדער דא איין חודש אלץ גרוש וואלט געווען זה נהנה וזה נהנה

קליגער אינגערמאן » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 1:00 am

· #232689
שטילע אינגערמאן
אוי, ס'ביטער, זאג מיר א עצה כ'קען טוען, כ'טראכט כסדר פון אונזער קאווע שטיבעל גרוש, הלוואי כ'קען העלפן.
בדרך צחות, ווען די קענסט טיילן פאר יעדער דא איין חודש אלץ גרוש וואלט געווען זה נהנה וזה נהנה

I am not so sure... its worse than you think.

קליגער אינגערמאן » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 1:01 am

· #232690
זאל דער אייבישטער דיר אויפרעכטן ווי אימשנעלסטן.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 2:33 am

· #232701
מה נאמר ומה נדבר. דאס הארץ צוגייט. ישועת ה' כהרף עין. בקרוב ממש.

קינד_אן_קייט » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 3:41 am

· #232708
@גרוש,

כ׳גראטוליר דיין קוראזש אין ארויס ברענגן דיינע אינערליכע געפילן אזוי מייסטערהאפטיג, דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים און זאל דיר טאקע באמת גרינגער ווערן.

אינטערעסאנט, וויאזוי א בת ישראל ממש אין א ענליכן מצב האט ממש אין די זעלבע צייט געלאזט פאלן ענליכע דיבורים.

😐

גרוש » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 9:04 am

· #232723
ישר כח, יעדער איינער,
אויב האב איך געמיינט אז איך קען ענגליש, זעה איך אז איך פארשטיי נישט וואס זי שרייבט דארט כמעט קיין ווארט

גרוש » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 9:08 am

· #232724
שטילע אינגערמאן,
זאגסט גוט,
וועגן דעם ווען איינער זאגט מיר, עס איז גוט צו האבן וועקעישאן אביסל, הא?
זאג איך אים אפשר פאר איין חודש איז עס גוט,
לאז מיר נאר זעהן אז דיין ווייב זאל דיר זאגן אז זי גייט נישט אין מקוה די נעקסטע 6 חדשים, זי דארף א ברעיק,
אוי וועסטו שפרינגן,
איך האלט שוין ליידער ביי 14 מאל 6 חדשים

סאו וואט » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 11:01 am

· #232755
פלגי מים ירדה עיני.
כ'האף נאר אז דער ישועה קרובה לבוא.

שיק מין דיין נאמען עכ"פ און אישית אויב ווילסטו אויב דער ציבור אדער איך זאל דיר כאטש קענען אינזינען האבען ביים מתפלל זיין. פארשטייט זיך מיז נישט זיין דאס לעצטע נאמען.
ס'באדערט מיר עד דכדוכה של נפש. השי"ת את קרנו ירים במהרה דידן. אוי וויי הייליגע באשעפער.

היסטאריקער » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 5:55 pm

· #232876
א פשוטע סגולה פון חז"ל, אמר רבי יהושע בן לוי כל העונה אמן יהא שמיה רבא מברך בכל כחו קורעין לו גזר דינו

הרב_שלום » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 6:15 pm

· #232882
פנחס שעכטער א גרויסע שדכן פאר גרושים זיין נומער איז 646-300-4544

גרוש » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 7:24 pm

· #232893
[ציטאט אראפגענומען]
[/quote]

ישר כח, פארן מיר לאזן הערן דיין מיינונג,
יעדע מיינונג מאכט אויס,
יעדע שטימע ציילט,
קריאה מעורר הזמן (עלעקשאן דעי)

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 9:37 pm

· #232919
#למעשה, וויפיל ניקס טראכטען ארויסהעלפען אין א למעשה'דיגע וועג חוץ פון לייקען די דברי צער המרוגשים און אונזער חברהשטיבל "גרוש"?
מקען 1) פראבירען אויפהייבען א טעלאפן צו א שדכן אפשר קען מען העלפען? (יא איך ווייס די שדכנים מאכען נישט קיין שידוכים פאר ניקס, אפילו לשיטת ראובן אז אין הימל ווייסט מען ווער איז גרוש פון קאווע שטיבל, איך בין זיכער אז איינער וואס איז שייך און קען העלפען קען אויסגעפינען וואס צו טוהן. און אוודאי קען זיך לוינען פאר @גרוש אז אויב איינער קען ערנסט העלפען וועט ער עם פארציילען וואס איז שייך, עס איז ב"ה א גוטע נעטווארק פון חברים דא וואס ער האט אפשר נישט קיין צווייטע וועג קאנטאקען)
2) סתם זיך מציע זיין אין אישי אדער אין אנדערע אופנים צו שמועסן און זיך חבר'ן ארויסנעמען פון די איינזאמקייט, איינלאדען פאר א שבת סעודה וואס גרוש רעדט זי שטארק אפ וועגן דעם, וכדומה.
אויב איז די מטרה פון דער כותב נאר זיך צו ארויסצוגעבן דורך שרייבען אזוי און ער ווייל נישט למעשה די סארט הילף האב איך גארנישט געזאגט.

אליצפן » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 9:51 pm

· #232924
פלגי מים יורדה עיני! מה נאמר ומה נדבר! דער אייבערשטער זאל דיר העלפן בקרוב ממש!
איין ווארט פון חיזוק קען איך דיר יא זאגן. איך האב שוין כמה פעמים מיטגעהאלטן סיי ביי גרושים און סיי ביי עלטערע בחורים, אז מ'זעט בחוש ווי ווען עס קומט דער ריכטיגע צייט גייט עס ממש טשיק טשאק! מ'קען אסאך מאל זען מענטשן זיצן אליינס יארן און גארנישט ריקט זיך נישט, אבער ווען די ריכטיגע שידוך קומט אן, געט זיך עס א שאקל ממש אין מינוטן! ישועת השם כהרף עין איז א מציאות!

גרוש » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 9:54 pm

· #232925
לעיקוואד, גוט געזאגט, אקוראט דאס איז גוטע איידיעס
אנאנים,
אויב האסטו אויף בילדער איז מיין אימעיל אפען,

<!-- e --><a href="mailto:gurish12@gmail.com">gurish12@gmail.com</a><!-- e -->

מיין אימעיל און גוגל טאלק איז אפען פאר אלע סארט מענטשן, אלע סארט, שאלות/קאמענטס/עצות/שמועסן/גריסן/זאגן העלא וכולהו

ארבעס » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 12:53 am

· #232999
גרוש. אוי אוי. עס טיט מיר זייער וויי צי ליינען דיין תגובה.
עס מיז זיין זייער ציקלעמט אין דער סביבה.
איך געב דיר א האג

נולד מאוחר » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 1:13 am

· #233002
גרוש סדא א גאנצע וועלט, נישט אלעס איז א ווייב און קינדער. ספעציעל ביי אונז וואס חתונה האבן איז לאו דוקא צי האבן א נאנטע קשר מיטן ווייב.
קריך ארויס פון דיי בעסמענט, גיי מאך דיר פרעינדס טשיל יעדע נאכט ביז 4 פארטאגס. די וועלט איז ריזיג.
כמיין נישט ח"ו אוועק צימאכן דיין יסורים.
כרעד ווי א צילייגער.

גרוש » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 6:14 am

· #233014
נולד מאוחר, אויב ביזטו וין חתונה געהאט עטליכע יאר, שוין איך דיר זייער שטארק,
אשה רעה איז דאס ארגסטע, אויב ביזטו נישט צופרידן אין מערידזש איז דאס ארגסטע, איך האב נאך אפשענס ב"ה,

לייג נישט קיין נאסע לאלעך אויף חסידים, ביי אונז האט מען יא חתונה צו האבן א שטארקע קשר, והיו לבשר אחד,
טוב לגבר כי ישא עול מנעוריו, זה עול אשה, זאגט די מדרש,

טשילן ביז 4 פארטאגס מאכט נישט העפי,

כ'האב שוין געהאט אלע זמנים און אלע מאדס און אלע מיני סדרי היום,
איך האב הונדערטער חבירים ב"ה,
איך טרעוועל ארום ווען אימער איך קען נאר,
איך ענדזשוי לייף ב"ה,

איין זאך זאג איך דיר סינגל לייף סאקס, מיט א קמץ

און אויף די וועג ווי דו רעדסט קוקט מיר אויס אז לעבן איז ביטער (מיין לעבן איז נישט ביטער ב"ה)
כ'האף אז דו מיינסט עס נישט ערענסט

גרוש » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 6:17 am

· #233015
נולד מאוחר איך ווייס וואס פאן מיינט,
אבער עס איז ווי זאלץ אין צוקער עס איז נאר גוט להטעים המאכל, נישט אז דאס זאל זיין די לעבן,

עס קוקט אויס ווי דו לעבסט אויף דראגס, אדער מיינסט אז די באשעפער האט באשאפן די וועלט
צו לעבן אין שיכרות כל היום וכל הלילה

נתן מנחם » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 5:51 pm

· #233123
טייערער גרוש,
קודם כל וויל איך דיר מחזק זיין אז די ביסט שוין א שטיקעל געהאלפענע אזוי ווי עס שטייט דאגה בלב ישחנו לאחרים.... ממילא ביסטו שוין האלב געהאלפען צווייטענס וואלט שטארק צוגעהאלפען ווען איהר טוישט אייער ניק און אייער אימעיל אוועק פון "גרוש" אדער גרוש סארט נעמען. דאס טראגען אזא נאמען ווייזט כאילו די האסט שלום געמאכט מיט דעם גרוש צונאמען און בכלל העלפט עס נישט צו שטארק צו שידוכים אז מען זאגט זיין אימעיל אדרעס איז גרוש123 וכו'.

בנוגע די ביטערע פרייטאג צו נאכטס האב איך אפאר עצות אזוי ווי מיין ברידער איז אויך געווען א גרוש א שיינע פאר יאר.
איינס ליידען דיך איין ביי חברים און משפחה (אויב מעגליך) געווענליך איז דאס א גוט וועג צו שטיפען צייט און אפט איז עס זייער איינגענעם. איך מוז באטאנען אז אין אנהייב וועלען עטליכע פלעצער נישט זיין אזוי געשמאק למשל יענעמס ווייב וועט דיר פרעגן בפני אלע קינדער די זיכסט א גרושה אדער אן אלמנה? מיט קינדער אדער אהן? דיין X האט שוין חתונה געהאט? צו וועמען וכו' אבער מיט די צייט וועסט אליינס כאפען ווי די ביסט באקוועם. נאך א גוטע זאך איז אז נאך יעדע סעודה ווען די וואקסט ארויס לייג צו אן אויער אינטער די טיר וועסטו הערן די קאפ"ל זאגען איינער צום צווייטען "נא! אפשר קענסטו טראכטען פון א שידוך פאר איהם , ער איז דאך אזוי געשמאק וכו' וחברא חברא אית ליה...... און עס קען דיר נאר העלפען לטובה.

נאך א עצה (אויב די קענסט זיך עס ערלויבען) הייב די אהן מאכען סעודות פאר געסט (ליין: צדקה זאמלערס) פון ארץ ישראל, פאר צובראכענע אידען וכו' אזוי ווי די תולדות אהרן און תוא"י רבי'ס ברידער וואס האט נישט געהאט קינדער (היינט ב"ה איז ער שוין א געהאלפענע) און די סעודות זענען געווען זייער לאנל"י און בארינ"ג האט ער אנגעהויבען ריפען געסט און טאקע אין דעם זכות איז ער געהאלפען געווארן אפאר יאר צוריק.

צום שלוס איך בין זיכער און מבטיח אז די וועסט געהאלפען ווערן בקרוב. ביטע לאזט אונז אלע וויסען די גוטע נייעס אונז ווילען זיך מיטפרייען מיט דיר.

בשורת טובות!

גרוש » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 7:29 pm

· #233139
נתן מנחם ישר כח,
פאר די סעודות עצות,
דאס איז אקוראט וואס איך טוה,
כ'האב נאר נישט ליב צו בעטן, און זייער ווייניג רופן מיר,
אבער די עטליכע וואס רופן מיר פון צייט צו צייט, איז עס זייער זייער געשמאק,
סיי די מאן און סיי די ווייב און סיי איך האבן עס ליב, און מ'ציהט אריין א שמועס אין די נאכט אריין און ס'איז זייער בא'טעם'ט
כ'האב נאר זייער ווייניג וואס טוען עס,

האלסט טאקע אז דאס איז מיין עמטליכע אימעיל אדרעס?
און דאס איז מיין עמטליכע ניק?
כ'האב א געהעריגע אימעיל אדרעס און א געהעריגע ניק,
די ניק און אימעיל נוץ איך נאר פאר די ענינים, כדי די עולם זאל נישט כאפן ווער איך בין

פישלע העררינג » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 7:40 pm

· #233140
לעיקוואד
#למעשה, וויפיל ניקס טראכטען ארויסהעלפען אין א למעשה'דיגע וועג חוץ פון לייקען די דברי צער המרוגשים און אונזער חברהשטיבל "גרוש"?
מקען 1) פראבירען אויפהייבען א טעלאפן צו א שדכן אפשר קען מען העלפען? (יא איך ווייס די שדכנים מאכען נישט קיין שידוכים פאר ניקס, אפילו לשיטת ראובן אז אין הימל ווייסט מען ווער איז גרוש פון קאווע שטיבל, איך בין זיכער אז איינער וואס איז שייך און קען העלפען קען אויסגעפינען וואס צו טוהן. און אוודאי קען זיך לוינען פאר @גרוש אז אויב איינער קען ערנסט העלפען וועט ער עם פארציילען וואס איז שייך, עס איז ב"ה א גוטע נעטווארק פון חברים דא וואס ער האט אפשר נישט קיין צווייטע וועג קאנטאקען)
2) סתם זיך מציע זיין אין אישי אדער אין אנדערע אופנים צו שמועסן און זיך חבר'ן ארויסנעמען פון די איינזאמקייט, איינלאדען פאר א שבת סעודה וואס גרוש רעדט זי שטארק אפ וועגן דעם, וכדומה.
אויב איז די מטרה פון דער כותב נאר זיך צו ארויסצוגעבן דורך שרייבען אזוי און ער ווייל נישט למעשה די סארט הילף האב איך גארנישט געזאגט.

עפעס געדענק איך אפאר יאר צוריק איז געוועהן א גרופע אויף א שיף אינמיטן זוממער צוגעשטעלט דורך א ארגינעזעישען פאר גרושים. זיי זענען נאך אקטיוו?

גרוש » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 7:45 pm

· #233141
מיר האבן געעפענט די ארגענעזעישא ב"ה,
אזויווי איינע פון די מעין פירער האבן חתונה געהאט אינדעמיט, איז עס אויף האלד

shem-tov » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 8:14 pm

· #233145
רבותי איר זאלט וויסן אז סאיז ליידער דא אסאך אזעלעכע וואס געפינען זיך אין אזא מצב סיי גרושים און נאך מער אלטע בחורים. בעיקר ביי די וואס ווילן זיך נאך פירן בקדושה אבער סגייט זיי נישט. אוודאי קען איינער שרייען וואס דרייסטו א קאפ זוך דיר א שידוך און הער אויף צו וויינען. אבער צומאל איז עס א גזירה סגייט נישט. בקיצור די בעסטע עצה איז פרובירן אויסצוניצן די מצב און מאכן א לעבן. קיינעם גייט נישט שלעכט פאר אייביג. דער אייבערשטער וועט דיר אויך העלפן. פאקטיש איז אבער דא אלטע בחורים און גרושים וואס האקן א טאג. די עצה פון זעך אינווייטן צו מענטשן איז גאר גוט. כמעט יעדער האט ליב געסט און אויב ביסטו א נארמאלער מענטש וועט מען דיך אנהייבן צו אדווערטייזן. אבער די אין דיין מצב מיין איך זאלסט נישט ווארטן לאנג געב א דעיט אפ אין ויהי בישורין מלך.

גרוש » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 8:59 pm

· #233157
שם טוב,
דו מיינסט אז עס גייט פונקט ווי דו טראכסט,
מ'קען נישט טוהן מער ווי מ'קען,
פינטל

אליצפן » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 10:03 pm

· #233171
shem-tov
אבער די אין דיין מצב מיין איך זאלסט נישט ווארטן לאנג געב א דעיט אפ אין ויהי בישורין מלך.

מאכסט מיך ממש לאכן. דו ווייסט טאקע נישט ווי ביטע שווער עס פאר גרושים און עלטער בחורים? כ'האב פונקט לעצטנס געכאפט א שמועס מיט א גרוש, זאגט ער מיר ער איז 32 יאר אלט, און שוין איבער צען יאר א גרוש. אויף מיין פראגע וואס נעמט אזוי לאנג? זאגט ער מיר זאלסט קיינמאל נישט וויסן וואס דעיטינג סעקאנד מערידזש איז. ער איז שוין ארויס מיט קרוב צו פערציג (!) ווייבלעך/מיידלעך, ביי טייל איז ער געווארן אפגעזאגט, טייל האט ער געמוזט אפזאגן, און ביי די רעשט זאגט ער האט ער גלייך געזען מיט וועם מ'האנדלט דא און גע'ענדיגט דעם דעיט ווי שנעלער... עכ"פ יעדער ווייסט ווי שווער און ווייטאגליך עס קען זיין ביז מ'טרעפט דעם ריכטיגען זיווג. און איך רעד פון די וואס דעיטן שוין און גייען כסדר ארויס מיט פרויען. דו האסט אן אהנונג וויפיל גרושים און בחורים זיצן פשוט אינדערהיים גאנצע טעג און נעכט און ווארטן בכיליון עיניים אז דער טעלעפאן זאל זיך צוקלינגן? אדער אז איינער זאל בכלל טראכטן פון זיי?
און דו מאכסט עס אזוי כאילו געב א דעיט אפ און געגאנגען ווייטער. אשפ"ג

גרוש » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 4:55 am

· #233260
איך האב נאך נישט געדעיט קיין איינס,
קיימאל נישט צוגעקומען לידי כך,

גרוש » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 5:29 am

· #354053
און מיר האלטן שוין 2 שפעטער

גרוש » מאנטאג יולי 31, 2017 8:35 pm

· #380934
רב לך שבת בעמק הבכא,
וויפיל קען א איד וויינען,

אויב געפעלט דיר נישט וויזוי איך פיהר מיר אויף אלץ גרוש, נעם מיר ארויס פון די מצב, (קדושת לוי על תשעה באב)

diff » מאנטאג יולי 31, 2017 11:13 pm

· #380952
ס'איז טאקע זייער שווער זיך אריינלייגען אין דיין מצב. נאך שווערער איז וועלן אז דו זאלס זיך אריינלייגען אין אונזער מצב. אונזערע קינדער זענען פריי צו טוהן וואס זיי ווילן ביז דער 26, ווייל ס'אלס אויף אונזער חשבון. מיר שטעלן זיי צי די בעסטע טיאטער שפילען יעדער פרייטיג צונאכט בי אונז און שוהל. טריפס ארום דער וועלט יעדער האלבע יאר און נאך. אינצווישען טרינקען זיי אפאר קאוועס. האסט געענדיגט ארבייטן דארפסטו לויפען ווארטן אין ליין אין גמח קעשן דער טשעק און צובארגען אפאר טאלער. גלייך שרייט יעדער אז ער האט א זכות קדימה צו דיין געלט, אמה"ל. נאכדעם דארפסטו מאכן קונסן מיט כורעים ומשתחוים צי די בעל גאוועטע כדי צו קענען ברענגען נאך א צרה. אנדערש עט די ליאון זאגען אז רשב"י איז ברוגז אויף דיר. און מיט וואס א פנים עסטו טאנצען בר יוחאי כאילו די גליוים האט דיר זייער אויסגעפעלט

diff » מוצ"ש אוגוסט 5, 2017 9:44 pm

· #381403
.

diff » מוצ"ש אוגוסט 5, 2017 9:47 pm

· #381404
.