☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ספר המאסר הראשון

ספר המאסר הראשון

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #751

דולה ומשקה » זונטאג יוני 3, 2012 8:46 pm

· #15826
ספר המאסר הראשון
די לעצטע וואך צייט איז דא צובאקומען אין די געשעפן דער וואונדערבארע און תוכן'פולע ספר "המאסר הראשון", געשריבען און בארבערט דורך החוקר הידוע יהושע מונדשטיין.

דער מדובר פון דעם ספר נעמנט ארום אלעס ארום "המאסר הראשון" פון דער הייליגע בעל התניא בשנת תקנ"ט, דער צווייטער ארעסט איז געוועהן בשנת תקס"ב. אויך איז דא א לאנגע אריכות פון די מתנגדים והחסידים פון ווילנא, דער מלשינות און דער ארעסט פון דער גר"א מווילנא.

אלעס מיט א שטארקע חקירה באגלייט פון תעודות ומסמכים, חדשים גם ישנים, וואס א טייל קומט פון ארגינעלע 'תיק' פון דער רעגירונג.

ציווישען די בלעטער איז שטארק בולט די זייטיגע נגיעות פון מונדשטיין, ווען ער מאכט ללעג ולקלס דעם ספר 'הגאון' מיט אלע פאנטאזיעס, וואס איז געבויעט אויף שמועות רחוקות ובדוים, אין קומט מונדשטיין מיט קראנטע מקורות פון דער מלשינים אליין און ווארפט אפ דעם גאנצען 'הגאון'.

איך פרעזענטליך האב געקויפט דעם איבער 600 עמודים'דיגע ספר פאר $22 אין ביגעלאייזען.

יידל » זונטאג יוני 3, 2012 8:59 pm

· #15829
איך גלייב נישט אז מונדשטיין קען אפווארפן די "גאנצע" הגאון, נאך אלעם איז הגאון דריי דיקע בענדער און פארמאגט אסאך חומר חוץ די פרשת המאסר.

דולה ומשקה » זונטאג יוני 3, 2012 9:11 pm

· #15833
יידל
איך גלייב נישט אז מונדשטיין קען אפווארפן די "גאנצע" הגאון, נאך אלעם איז הגאון דריי דיקע בענדער און פארמאגט אסאך חומר חוץ די פרשת המאסר.


איך באצו מיך טאקע צו חלק ג' דארט ווי דער הגאון איז פארפארען ביג טיים מיט זייער מקורות, איך האב גראדע אליינס שטודירט זייער מקורות איז געזעהן ווי זיי זענען מעתיק ווי אזוי זיי ווילען.

יידל » זונטאג יוני 3, 2012 9:13 pm

· #15834
דולה ומשקה
יידל
איך גלייב נישט אז מונדשטיין קען אפווארפן די "גאנצע" הגאון, נאך אלעם איז הגאון דריי דיקע בענדער און פארמאגט אסאך חומר חוץ די פרשת המאסר.


איך באצו מיך טאקע צו חלק ג' דארט ווי דער הגאון איז פארפארען ביג טיים מיט זייער מקורות, איך האב גראדע אליינס שטודירט זייער מקורות איז געזעהן ווי זיי זענען מעתיק ווי אזוי זיי ווילען.

מיינסט אודאי דוב אליאך'ס מקורות.