☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אנקעטע איבער די בארא פארקער וואלן הייקינד-קאלער

אנקעטע איבער די בארא פארקער וואלן הייקינד-קאלער

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7503

כוכב » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 8:15 pm

· #232308
אנקעטע איבער די בארא פארקער וואלן הייקינד-קאלער
אלע בארא פארקער איינוואוינער (ביטע נאר בארא פארקער איינוואוינער) זענען מכובד אנטייל צו נעמען אין די אנקעטע. פאר וועם פלאנט איר צו שטימען אין די וואלן דוב הייקינד אדער נחמן קאלער?
(די אנקעטע איז אפען נאר פאר איין טאג, ביז מארגן מאנטאג 8:15 אווענט.

כוכב » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 8:31 pm

· #232314
געשטימט פאר קאלער.
(פרעג מיך נישט פארוואס)

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 10:10 pm

· #232338
מ'קען נישט זעהן די רעזולטאטן.

גדעון » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 10:44 pm

· #232349
די אלע אנטי עסטעבלישמענט וועלער האבן דא א פראבלעם. פון איין זייט שטייט הייקינד און פון די צווייטע זייט איז גרינפעלד׳ס פאפעט קאלער.

איז דא נאך א קאנדידאט?

קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 11:04 pm

· #232356
איך זעה נישט די אפציע פון "הרב נחמן קאללער"?!

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 11:07 pm

· #232357
איך קען נישט שטימען איך בין נישט רעגיסטרירט.

כוכב » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 8:09 am

· #232398
ביטע ענטפערן, האט איר שוין געשטימט?

פישלע העררינג » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 8:47 am

· #232403
חברי השטיבל,

דער אנקעטע פון @כוכב איז נישט נאר אן אנקעטע איבער קאללער / הייקינד-קאלער. עס איז אן אנקעטע צו מעסטן ווי ווייט דעת הקהל פון קאווע שטיבל איז באמת איינשטימיג מיט די דעת הקהל פון די גענעראלע פאפולאציע פון בארא פארק, אדער נישט.

אויב דער עולם שטימט דא, קען מען עס דערנאך צושטעלן צום וואל אויסגאנג און לערנען דערפון ווי אונז שטייען #למעשה מיטן עולם.

פליישיגער » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:09 am

· #232406
פון 20-30 תושבי ב''פ איז שווער צו נעמען א קלארע בילד אויף די אויסגאנג פון די וואלען.

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:27 am

· #232410
(איך קען נישט וואויטן ווייל איך בין נישט קיין בארא פארקער בעצם אבער ווען איך וואלט ווען ........ וואלט איך נישט געוואויט פאר קיין איינע פון די ביידע איך וואלט זיי צוריק געשיקט אין קינדערגארטן )

סאו וואט » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 10:50 am

· #232432
ווי קען מען זעהן דו ריסאלטס?

דער שכן » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 11:02 am

· #232437
גאנצל
(איך קען נישט וואויטן ווייל איך בין נישט קיין בארא פארקער בעצם אבער ווען איך וואלט ווען ........ וואלט איך נישט געוואויט פאר קיין איינע פון די ביידע איך וואלט זיי צוריק געשיקט אין קינדערגארטן )



!oh. !wow.

קאסטנער » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 12:04 pm

· #232452
סאו וואט
ווי קען מען זעהן דו ריסאלטס?


מ'קען נאר זעהן די רעזולטאטן איינמאל די אנקעטע איז געענדיגט (היינט נאכט)

קאסטנער » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 12:06 pm

· #232453
פליישיגער
פון 20-30 תושבי ב''פ איז שווער צו נעמען א קלארע בילד אויף די אויסגאנג פון די וואלען.


אויף דעם האט לכאורה פישל זיך באצויגען איין תגובה בעפאר

סאו וואט » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 1:13 pm

· #232474
קאסטנער
סאו וואט
ווי קען מען זעהן דו ריסאלטס?


מ'קען נאר זעהן די רעזולטאטן איינמאל די אנקעטע איז געענדיגט (מארגן נאכט)


סאו וואס איז דער חכמה מיט דער אנקעטע?

דער עיקר ציל פון אנקעטע איז צו קענען זעהן פון פריער מי מנצח?

ישראל קאפקע » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 1:48 pm

· #232487
סאו וואט
קאסטנער
סאו וואט
ווי קען מען זעהן דו ריסאלטס?


מ'קען נאר זעהן די רעזולטאטן איינמאל די אנקעטע איז געענדיגט (מארגן נאכט)


סאו וואס איז דער חכמה מיט דער אנקעטע?

דער עיקר ציל פון אנקעטע איז צו קענען זעהן פון פריער מי מנצח?

קוק גוט, ביז 'היינט' נאכט, 9:15 pm,

כוכב » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 6:46 pm

· #232566
די שטום בודקעס פארמאכן זיך באלד. גיבט אפ אייער שטימע.

כוכב » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 8:11 pm

· #232581
פינף מינוט צו שטימען.
# כוכב פגע'ט שוין ווייטער

כוכב » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 8:28 pm

· #232589
86% פלאנט צו שטימען. הייקינד האט א פיר פראצענט אויבערהאנט. פערצן פראצענט ווארשיינליכע וויילער זענען אומבאשלאסן. זיי קענען דעדיצירן די וואלן.
עס ווערט ערווארטעט א נאנטע אויסגאנג און מיט'ן אריינעמען די אנקעטע פון אייוועלט, איז צו פרי צו ערקלערן הייקינד א זיכערע געווינער.
(לבי אומר לי נאך אלץ, הייקינד וועט געווינען מיט א לענדסלייד, בארא פארק האט טויזנטער תמימי לב וואס וועלן נאכגיין די אפיציעלע אינדארסירונג וואס זענען איינזייטיג און שטארק פאר הייקינד)
ונזכה ונחי'.

Big Boy » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 8:23 am

· #232718
If the person running against Hikind would’ve been younger, someone with normal ideas not how to build on top of trains, and someone that didn’t run for 10 different positions in the last 5 years, I would’ve voted for that person.

Vachshov sheloi zuchini I have to vote for Hikind.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 5:50 pm

· #232875
Big Boy
If the person running against Hikind would’ve been younger, someone with normal ideas not how to build on top of trains, and someone that didn’t run for 10 different positions in the last 5 years, I would’ve voted for that person.

Vachshov sheloi zuchini I have to vote for Hikind.

אה, יעצט פארשטיי איך שוין דעם טעם פארוואס דער וועדזשטעיבל "זוקיעני" הייסט אזוי...!

כוכב » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 10:03 pm

· #232933
הייקינד האט געווינען מיט א לענדסלייד און פישלע העררינג איז גערעכט, די חרדיש'ן אינטערנעט געזעלשאפט האט נישט קיין שום שייכות מיט'ן ווירקליכן מציאות, סקולענער רבי קען זיך ארויסלאזן אין א ריקוד דידן נצח און מיר זענען גוט אין דער ערד.

קינד_אן_קייט » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 10:07 pm

· #232935
כוכב
הייקינד האט געווינען מיט א לענדסלייד און פישלע העררינג איז גערעכט, די חרדיש'ן אינטערנעט געזעלשאפט האט נישט קיין שום שייכות מיט'ן ווירקליכן מציאות, סקולענער רבי קען זיך ארויסלאזן אין א ריקוד דידן נצח און מיר זענען גוט אין דער ערד.


כ׳פארשטיי מיך נישט כוכב טייערער, דער חרדיש'ער אינטערנעט געזעלשאפט האט דאך אים ערוויילט, בליק ארויף, יא דא אויבן אויף דיין אנקעטע, אפילו דא האט ער געהאט דאס מערהייט.

כוכב » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 10:15 pm

· #232942
ס'איז לעכערליך אזוי אנצונעמען געווענליך גייט עס אז די אומבאשלאסענע גייען לויט די פראצענטן פון די באשלאסענע. ועוד 86 פראצענט אין אונזער אנקעטע האבן גערעכנט צו שטימען און אין פאקט רעדט מען פון בערך 12000 וואס איז א געלעכטער קעגן די פאפולאציע פון שטים בארעכטיגטע אינעם 48סטן דיסטריקט.
# מיר לעבן אין פאנטאזיע שטעטל

כוכב » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 10:22 pm

· #232945
קינד_אן_קייט
כוכב
הייקינד האט געווינען מיט א לענדסלייד און פישלע העררינג איז גערעכט, די חרדיש'ן אינטערנעט געזעלשאפט האט נישט קיין שום שייכות מיט'ן ווירקליכן מציאות, סקולענער רבי קען זיך ארויסלאזן אין א ריקוד דידן נצח און מיר זענען גוט אין דער ערד.


כ׳פארשטיי מיך נישט כוכב טייערער, דער חרדיש'ער אינטערנעט געזעלשאפט האט דאך אים ערוויילט, בליק ארויף, יא דא אויבן אויף דיין אנקעטע, אפילו דא האט ער געהאט דאס מערהייט.


אין אונזער אנקעטע האט ער א ליד פון 4% נניח מ'גייט לחומרה און מרעכנט צו אלע אומבאשלאסענע פאר הייקינד קריגט ער 52%. דאס זענען ביטער גרייזיגע נומערן ביי א מארזשין אוו עראר פון העכער 20% פראצענט.

קינד_אן_קייט » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 10:32 pm

· #232950
כוכב
דאס זענען ביטער גרייזיגע נומערן ביי א מארזשין אוו עראר פון העכער 20% פראצענט.

אויב רעכנט מען בלויז 35% פון 64 וויילער איז דער חשבון גאנץ נאענט.
(פרעג מיך נישט פארוואס)

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 10:40 pm

· #232954
כוכב
קינד_אן_קייט
כוכב
הייקינד האט געווינען מיט א לענדסלייד און פישלע העררינג איז גערעכט, די חרדיש'ן אינטערנעט געזעלשאפט האט נישט קיין שום שייכות מיט'ן ווירקליכן מציאות, סקולענער רבי קען זיך ארויסלאזן אין א ריקוד דידן נצח און מיר זענען גוט אין דער ערד.


כ׳פארשטיי מיך נישט כוכב טייערער, דער חרדיש'ער אינטערנעט געזעלשאפט האט דאך אים ערוויילט, בליק ארויף, יא דא אויבן אויף דיין אנקעטע, אפילו דא האט ער געהאט דאס מערהייט.


אין אונזער אנקעטע האט ער א ליד פון 4% נניח מ'גייט לחומרה און מרעכנט צו אלע אומבאשלאסענע פאר הייקינד קריגט ער 52%. דאס זענען ביטער גרייזיגע נומערן ביי א מארזשין אוו עראר פון העכער 20% פראצענט.

דיינע ציפערן זענען גרייזיג,
אין אונזער אנקעטע האט הייקינד בערך 52.5% אויב לייגט מען צו אלע אומבאשלאסענע צו הייקינד האט ער 33 צו קאלערס 22, האט הייקינד 60% צו 40%, וואו עס האלט יעצט איז הייקינד 75.9% צו 24.1%,
חוץ דעם האלט איך אז הייקינדס אויבערהאנט גייט ווערן שמאלער אביסל, און די רעזולטאטן גייען מער אפשפיגלען אונזער אנקעטע.

קאווע טרינקער » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 10:40 pm

· #232955
קינד_אן_קייט
כוכב
דאס זענען ביטער גרייזיגע נומערן ביי א מארזשין אוו עראר פון העכער 20% פראצענט.

אויב רעכנט מען בלויז 35% פון 64 וויילער איז דער חשבון גאנץ נאענט.
(פרעג מיך נישט פארוואס)

פרעג יא @פארוואס?