☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » חכמי כעלעם

חכמי כעלעם

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7502

shem-tov » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 8:10 pm

· #232304
חכמי כעלעם
די כעלעמער וויצן טראגן עפעס א אייגנארטיגען כאראקטער. יעדע איינע איז אינטערסאנט. אפשר איז כדאי צו מאכן אן אשכול ווי מקען שרייבן כעלעמע מעשהלעך, און אגב אויב ווייסט איינער היסטאריע, ווייל מזאגט אז סאיז טאקע געווען אזא פלאץ. איך וועל אנהייבן מיט די ווערטל פון "דער איד" די וואך. אויך אויב איינער ווייסט צו סאיז דא א ביכעל פון אט די דשאוקס זאל מיר ביטע מודיע זיין.

* * *

אין כעלעם האט מען געשטעלט א שומר הפתח א סעקיוריטי גארד ער זאל אבאכט געבען אז גנבים זאלן זיך נישט אריינגנבנען ביינאכט. איין נאכט האבן זיך דריי גנבים אריינגעבראכן און אונזער שומר אנשטאט צו טאן עפעס און גיין רופן פאר הילף שטייט ער מיט א צופרידנקייט בשעת די גנבים פאקן פעק. גייט עמיצער פארביי און פרעגט אים לשמחה מה זו עושה. זאגט ער די שוטים גנבים זיי מיינען אז איך זעה זיי נישט... חחחח

לאליפאפ » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 8:14 pm

· #232307
האסט פארגעסן צוצוענדיגן אז יענער איז אוועק א צופרידענער מיטן תירוץ...

קאסטנער » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 8:19 pm

· #232311
shem-tov
די כעלעמער וויצן טראגן עפעס א אייגנארטיגען כאראקטער. יעדע וויץ איז אינטערסאנט. אפשר איז כדאי צו מאכן אשכול ווי מקען שרייבן כעלעמע וויצן,


כעלעמע וויצן אדער וויצן וואס וואלטן ווען געקענט געשען אין כעלעם...