☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס האט איר געטוהן מיט די צוגעלייגטע שעה?

וואס האט איר געטוהן מיט די צוגעלייגטע שעה?

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7496

קאפקעיק » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 12:25 pm

· #232173
וואס האט איר געטוהן מיט די צוגעלייגטע שעה?
אזויווי מ'האט נעכטן גערוקט די זייגער, וויל איך וויסן וואס די עולם האט געטוהן מיט די צוגעלייגטע שעה.
איך בין געפארן דעמאלס פון מאנסי קיין בארא פארק, אזוי האט די וועג נאר גענומען 5 מינוט, איך בין ארויס געפארן איינס אזייגער און אנגעקומען פינף נאך איינס.

בשבילי! » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 12:26 pm

· #232174
ביזט געפארן אויף וויפיל MPH?

קאפקעיק » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 12:29 pm

· #232176
Avg. 60 אויפן אלטע זייגער

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 1:21 pm

· #232190
איך האב געמאכט א ליסטע פון אלע זאכן וואס איך קען פארדינען אין די שעה, זיך אראפגעזעצט מיט מיין אשת חיל מאכן פרא'ס און קאנ'ס פון יעדע, און געגעבן "פוינטס" וועלכע איז מער וויכטיגער, און איידער וואס-ווען איז שוין די שעה אדורך געלאפן, יצא ונכנס בשלום. פראבלעם סאלווד.

לית דין בר נש » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 2:31 pm

· #232221
איך בין דוירך געשלאפן די גאנצע שעה

קאסטנער » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 2:34 pm

· #232223
שמעקעדיג
איך האב געמאכט א ליסטע פון אלע זאכן וואס איך קען פארדינען אין די שעה, זיך אראפגעזעצט מיט מיין אשת חיל מאכן פרא'ס און קאנ'ס פון יעדע, און געגעבן "פוינטס" וועלכע איז מער וויכטיגער, און איידער וואס-ווען איז שוין די שעה אדורך געלאפן, יצא ונכנס בשלום. פראבלעם סאלווד.


אט דאס הייסט ריכטיג אויסגעניצט די צייט..

דריידל » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 2:50 pm

· #232229
איך בין ארומגעגאנגען אין הויז רוקן אלע זייגערס

Big Boy » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 3:59 pm

· #232245
Studied shkulim for today's test

קאפקעיק » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 5:06 pm

· #232269
דריידל
איך בין ארומגעגאנגען אין הויז רוקן אלע זייגערס

יעצט פארשטיי איך פארוואס מ'רוקט די זייגער, מ'זאל האבן צייט צו רוקן די זייגער...

zurich » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 6:37 pm

· #232285
געהאט צייט צו דיליעטען די אלע קליפס פון וואטס עפפ וואס פאקן אן מיין פאן 😉

פארוואס פאר א שווארטץ יאר ריקט מען די זייגער "ווינטער"