ר' משה גבאי (פריעדמאן)
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7495
ר' משה גבאי (פריעדמאן)
איך האב אלץ געוואלט ארויס האבן דעם מענטש, דער ליבליכער ווארעמער ווייעכער יוד, וואס נעמט אלעמאל אויף היטשעס וואו איך זע אים, אבער וואס אסאך מענטשען זעהן גאר אנדירש. ביטע זיך האלטן צו זיינע פערזענליכע שטריכן און נישט אויף זיינע מעשים, ער איז א יוד וואס געט זיך אוועק פאר אסאך ערליכע יודן א שטייגער ווי ר' חיים מערץ פארוועם ר' משה האט איבערגעבויט דאס הויז, ער איז א געוויקטע חסידישע יוד פין איין זייט אבער פין די אנדערע זייט איז ער שוין אריבער א אנטענטאט פארזוך. א וואונדער פאר זוך איז וואו אזוי ער האט באוויזן צו אפשטעלן א פראסיקיושן אויף לעפקאוויטש. איך האב געהערט אז זיין בעלות אויף דער יוד איז אויכט א קאנטראווירסיע, קען איינער אויסקלארן?
אוי האסטי געעפענט א קעסטעלע מיט ווערים.....
זיין פערזענליכקייט איז טאקע גאר א בע'טעמ'טע מענטש, אבער אזוי ווי איעדע פובליק פיגור איבערהויפט און אזא גרויסע קהלה וואס מאנכע זאגען אז ער א דירעקע סיבה אינעם טיילונג איז דא אויף דער מענטש אסאך צי זאגען
ואחרי ככלות הכל איז ער א געלונגע גענעראל און פירט פאליטיק מיט אן אייזערנעם פויסט - קיין געלט פעלט אים ב"ה נישט און נחת פון די קונדערליך האט ער אויך....
וועגן דעם איז מיר אינטערסאנט ארויס צו האבן דעם קאלירפולן פארשוין,בדידי הוה עובדאאז ער האט מיר געטוען א געוואלדיגע טובה ממילא איך קען אים נאר פין די זייט.....אבער איך ווייס אויכט אז ער האט שוין מצליח געווען ארויס צו נעמען איינעם פון די כלים אזש ביז א אנטענטאט פארזוך,
שלמה המלךאוי האסטי געעפענט א קעסטעלע מיט ווערים.....
זיין פערזענליכקייט איז טאקע גאר א בע'טעמ'טע מענטש, אבער אזוי ווי איעדע פובליק פיגור איבערהויפט און אזא גרויסע קהלה וואס מאנכע זאגען אז ער א דירעקע סיבה אינעם טיילונג איז דא אויף דער מענטש אסאך צי זאגען
ואחרי ככלות הכל איז ער א געלונגע גענעראל און פירט פאליטיק מיט אן אייזערנעם פויסט - קיין געלט פעלט אים ב"ה נישט און נחת פון די קונדערליך האט ער אויך....
דאס אז ער האט געמאכט די טיילונג איז פון זיינע גוטע זאכן והא ראי' דער עולם פון צד א' על פי רוב האבן פיינט די מענטשן פון צד ב' (אפשר נישט פערזענטליך, אבער זייער מענטעלעטי זיכער) וכן להיפך, נו וויאזוי וואלטן זיי געקענט לעבן צוזאמען?
כהאב מיך שוין געפריידט אז איינער מיט אסאך ידיעות און מיט א פעדער אין די האנט ווי מראנצנזאפט האט זיך גענומען די מי צו באשרייבן דעם גאר אינטערסאנטן כאראקטער, דעם רוח שאינו מצויה, א מענטש וואס כאפט ווארימע ברכות מיט הייסע קללות שוין פאר דרייסיג יאר, עפען איך אויף א ליידיגער אשכול. באמת סאיז נישט מעגליך צו באשרייבן משהן אין קליין, דאס פארלאנגט זיך א דיקער בוך אבער אפשר דאך קען איינער אראפלייגן זיין היסטאריע אנגעהויבן פון ישיבה ווען ער איז געווען ליפא פר"מ גבאי און מסדר געווען דעם מפתח אויף ויואל משה ביז ער איז געווארן משה דער ב"מ גבאי
דארט וועסטו נישט האבן אזא אשכול בכלל אפילו נאר איין תגובה
בעסט מע זאל זיך האלטען אויף זיינע פערזענלעכע שטריכען (וואטעווער דעט מיענס) און נישט צו זיינע מעשים
וואס מיינט עס??
ידעןבעסט מע זאל זיך האלטען אויף זיינע פערזענלעכע שטריכען (וואטעווער דעט מיענס) און נישט צו זיינע מעשים
וואס מיינט עס??
אז עס זאל נישט ווערן א שמועס פין זיינע מעשים אין די סאטמערע מחלוקה ווייל דאס איז שוין אויסגעדראשען, נאר זיך האלטען צו אים פערזענליך
עס איז דא א ים צו שרייבן פון אים, נאר צו שרייבן און דערנאך וועט די הנהלה אויפן פארלאנג פון אפאר קווינס תלמידים אנפאנגען א געמעקעכס, איז שוין ענדערש צו זיצן שטיל, און לאזן די ז..... אים אראפ געבן מיט זייערע שטריכן..... וד''ל
[ציטאט אראפגענומען]
די זאגסט גארנישט אזוי שלעכט..........
אה די קינדערלעך זענען דא.
פירט׳ס ענק אויף שיין פליז
מיטן קרית יואל'ע דיין רבי געציל בערקאוויטש שליט"א
מיטן סאטמאר מאנסי (מהר"א) דיין הרב וואזנער שליט"א
איך מיין אז זיין מאמע האט געהייסן פראדל ע''ה
ער האט אויך וויסע פיאות.....
קאך_לעפלער האט אויך וויסע פיאות.....
וואס??!!
סתם א שקר אזוי ארויס פין ארבעל.
זאג פין ווי נעמסטוי אזאנס?
<a class="postlink" href="http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A9%D7%94_%D7%A4%D7%A8%D7%99%D7%93%D7%9E%D7%90%D7%9F_(%D7%92%D7%91%D7%90%D7%99">http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7%90%D7%99</a>)
די לינק מאכט פראבלעמען ברענג איך אראפ די וויקי טעקסט:
משה פרידמאן, באקאנט צווישן סאטמארער חסידים אלס משה גבאי, איז געווען דער לאנג-יעריגער באדינער פונעם לעצטן סאטמארער רבי'ן, ר' משה טייטלבוים זצ"ל, און איז היינט דער גבאי ביים סאטמארער רבי'ן ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א.
אינהאַלט [באַהאַלטן]
1 פירער פון סאטמאר
2 צעטיילונג פון סאטמאר
3 די פאזיציע פון א גבאי
4 דער איד
פירער פון סאטמאר[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]
אלס בחור האט ער געלערנט אין דער סאטמארער ישיבה אויף סאנז סטריט אין ברוקלין, ווי ער איז געווען נאנט באפריינדעט מיט אליעזר קעסטענבוים און ברוך מרדכי אקערמאן, היינט באקאנט אלץ פרידמאנ'ס וויכטיגע שטיצערס. ר' משה איז אויפגעוואקסן מיט דער מיינונג אז מ'דארף נעמען אן אגרעסיוון וועג ווען עס קומט צו פארטיידיגן די סאטמארער אינטערעסן. עס ווערט דערציילט אז ער האט אריינגעווארפן א פארווערטס טראק אין איסט ריווער ווייל עס האט געשריבן נעגאטיווע באשרייבנוגען אויף סאטמאר.
אלץ גאר א אינגער יונגערמאן אין עלטער פון עטליכע צוואנציג יאר, האט אים דער סאטמארער רבי אויסגעקליבן אלס גבאי. צוליב זיין נאנטקייט צום סאטמארער רבי האט ער באקומען א מאכטפולע השפעה אויפ'ן אלוועלטליכן סאטמארער חסידות. ביי זיינע יארען איז חסידות סאטמאר שטארק געוואסען, אבער מיט דער צייט האבן זיך געשאפן קעגן אים פילע קעגנערס וואס האבן געטענה'ט אז ער פירט אן די קהלה מיט א שטייפע האנט, און באנוצט זיך מיט בייזוויליגע מעטאדן אויף איינצופירן זיין ווילן. ער האט איבערגעלעבט א אטענטאט אויף זיין לעבן ווען ער איז געווארן איבערגעפארן מיט א קאר געפירט דורך אייזיק לעפקאוויטש, אין וועלכן ער איז קריטיש פארוואונדעט געווארן.
צעטיילונג פון סאטמאר[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]
יארן לאנג איז ר' משה פרידמאן געווען א נאנטער ידיד מיט רבי אהרן טייטלבוים וואס האט אויך געהאלטן מיט זיין שיטה, אז מ'דארף האבן א שטארק חסידות, און אז מ'מעג ניצן אגרעסיווע מיטלען. דאס האט אים אויך געברענגט מתנגדים אין דער סאטמארער קהלה, בפרט אין קרית יואל וואו ער איז געווען רב.
שפעטער האבן זיך די צוויי מענשטן צעקריגט, אין אונטער דער השפעה פון משה פרידמאן, איז רבי זלמן לייב טייטלבוים, געברענגט געווארן אין יאר 1999-תשנ"ט דורך זיין פאטער, דער ברך משה, צו דינען אלס רב פאר דער וויליאמסבורגער קהילה. דער אקט איז געווען אנגענומען דורך רבי אהרן טייטלבוים און זיינע נאכפאלגער אלס אן פרואוו צו צונעמען דאס סאטמארער רבנות און אונטערצוברענגען די מאכטפולע השפעה פון ר' אהרן, וועלכער האט זיך געזען אלס דער רעכטער יורש פון דער סאטמארער אימפעריע. דאס האט צוגעברענגט צו אן עפישער קריגעריי איבער דעם עתיד פון דער סאטמארער קהילה און איר פירערשאפט. רוב מענשטן וואס זענען געווען קעגן ר' משה אין ר' אהרן שליט"א, זענען אריבערגעגאנגן צו ר' זלמן לייב, ווייל ער איז געווען מער א צוריקגעצויגענר און א שטארקער שטיצער פאר שלום.
דאס איז א נארמאלער ערשיינונג פון גבאים פון געוועזענע רעביס וואס זען זיך ארום אן קיין מאכט ביי דעם ממלא מקום נעמען אן אקטיווע שריט צו מינימיזירן דעם כוח פון די נייע רעביס. דאס האט פאסירט ביי ר' יוסף אשכנזי. דער גבאי פון ר' יואל טייטלבוים וואס האט געארבייט קעגן ר' משה טייטלבוים, דאס האט אויך פאסירט אין קארלין, סלאנים, און נאך.[פֿעלט אַ מקור]
די שטיצער פון ר' אהרן באשולדיגן ר' משה גבאי אין צעטיילן סאטמאר, זאגנדיג אז זיין מאטיוו איז צו פארגרינטעווען זיין אייגענער מאכט. איינע פון די הויפט טענות איז דאס אז דער סאטמארער רבי האט געליטן פון אלצהיימערס קרענק ל"ע און דערפאר זענען זיינע החלטות נישט זיינע אייגענע, נאר ער ווערט מאניפולירט דורך משה פרידמאן לויט פרידמאנ'ס פערזענליכע אינטערעסן. משה פרידמאן און זיינע שטיצער האבן געפרואווט ווייזן אויף צוריק אז דער סאטמארער רבי איז אייביג געווען ביים פולן זינען. און דאס וואס ער פארגעסט איז פשוט צוליב אלטקייט און איז לאו דווקא א ראי' אז מען קען אים איינטיילן וואס צו טאן.
היינט צוטאגס איז ער דער גבאי ביים סאטמארער רבי'ן ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א, צוזאמען מיט הרב שמואל טייטלבוים שליט"א.
די פאזיציע פון א גבאי[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]
צו זיין א גבאי פון א גרויסן אדמו"ר קען זיין אסאך מאל זיין דער שטערקסטע פאזיציע און א חסידות, ממש במקום דער רבי, ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט אין סאטמאר. ווי ר' משה פרידמאן האט זיך ערווארבן אין די לעצטע יארן פונעם רבי'ן, וואס דער רבי איז נישט געווען בדעה צלולה, האט ר' משה געפירט אלץ.
ר' משה פרידמאן האט אויך געהאט פארשידענע פערזענליכע באקאנטע סיכסוכים וואס דער רבי איז מיטגעשלעפט געווארן, און אין א געוויסע אינצידענט איז ער איבערגעפארן געווארן מיט א קאר שיער צום טויט, דורך א מיטגליד פון די לעפקאוויץ פאמיליע, צוליב א סכסוך מיט הייזער און געביידעלעך.
אויך איז ר' משה באקאנט אלס א גבר אלים אין א שטייפער מענטש וואס שרעקט זיך פון גארנישט, ווי למשל ווען עס זענען פארגעקומען די דאפלטע וואלן אין סאטמאר איז ער געקומען זיך שלאגן מיט די אהרונים.
דאס מערקווירדיגסטע איז געווען ביי די לוי' פונעם ברך משה אין קרית יואל אין די בית המדרש פון די ארונים ווי ער האט פארפירט מיט א הויכע באוואסע שטימע היתכן ר' אהרן'ס זוהן ר' מענדעלע גייט מספיד זיין, ווייל עס געווען אפגעשמיסט אז נאר די דיינים פון די סאטמארע קהילות גייען מספיד זיין אין קיינער נישט, נאכן אנמאכן מהימות האט ר' אהרן אויסגערופן אז מען זאל אנפאנגען ארויסטראגען די מיטה, און די זעלבע צייט האבן געוויסע אהרוינים באפאלען משה גבאי מיט קלעפ אין אויסגעריפען הויך אויפן מייק: לאזט נישט ארויס משה לעבדיגערהייט!, אבער דאס האט אים נישט אפגעשוואכט אין היינט ציטאגס איז ער ווייטער די אפיציעלע גבאי ביים סאטמארער רבי'ן, ר' זלמן לייב.
דער איד[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]
ער איז פּרעזידענט פֿונעם װאָכן בלאַט דער איד. דאס דינט אים אויך אין זיין מערכה צו באגראבן די ארונים. הגם די ארונים האבן טאקע געפענט א אייגענע צייטונג קאנקורענט דער בלאט, אבער ער דעדט זיך נאך איין אז וואס דער אלגעמיינער טראדיציאנאלער סאטמאר איד וואס איז נישט צו שטארק פארברענטער ארוני קויפט נאך אלס "דער איד". און ער האט אויך באוויזן ארויסצובאקומען אן איסור פון ר' משה טייטלבוים קעגן "דער בלאט".
קאסטנערקאך_לעפלער האט אויך וויסע פיאות.....
וואס??!!
סתם א שקר אזוי ארויס פין ארבעל.
זאג פין ווי נעמסטוי אזאנס?
די טאטעס בעטן פון די טייערע קינדערלעך זיך אויפצופירן לייטיש, אז נישט וועט זיך דער ד''ר בייזערען.....
דולה ומשקהמיטן בעלזא רב שליט"א
און מיטן בישטינא רבי
שלמה המלךדולה ומשקהמיטן בעלזא רב שליט"א
און מיטן בישטינא רבי
אה, עיקר שכחתי...
געב קרעדיט פאר אייוועלט.
א אינטערסאנטע זאך אז זייער אסאך רבנים זענען אים געגאנגען מנחם אבל זיין פאריגע וואך ווען זיין טאטע איז אוועק
אויב דער עולם האט קען מען ארויף לייגען בילדער .
היימישערא אינטערסאנטע זאך אז זייער אסאך רבנים זענען אים געגאנגען מנחם אבל זיין פאריגע וואך ווען זיין טאטע איז אוועק
אויב דער עולם האט קען מען ארויף לייגען בילדער .
ס'וועט מסתמא זיין באשריבן אין די עבודה זרה בלעטער. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם... 🙄
עס איז באקאנט אז מען האט אמאל געפרעגט דעם סאטמאר רב זצ"ל אויב עס איז אמת וואס די וועלט זאגט אז די אונגארישע זענען נערנים, האט ער געזאגט אז דאס האבן די גאליציאנע אנגערעדט פאר די אונגארישע, און די אונגארישע נערנים גלייבן...
וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אז אין סאטמאר רעדט מען פון משה פריעדמאן, ווי ער איז די קלוגסטע מענטש אין די (קליינע סאטמארע) וועלט. דאס איז נישט ריכטיג, ער איז נישט קלוג, כמעט אלע זיינע "מעשים" זענען שפיץ טיפשות, ווי למשל בני יואל, וועלכע טיפש ראט זיין רבי'ן ארויסצוווארפן א חלק הניכר פון מוסדות, האט ער נישט געטראכט אז סיים וועלן עפענען אייגענע מוסדות? וועלן קינדער בלייבן אינדערהיים אין קרית יואל? ער האט געשוואוירן אז ער וועט פארמאכן דער בלאט, ער האט "געדעמעדשט" די ברענד פון די ברך משה, חכמה אין כאן, נאר וואס יא, ער איז כאריסמאטיש, ער קען מאכן מענשן פילן וויכטיג און באקוועם. גארנישט מער.
הרה''ח ר' משה גבאי שליט''א טרינקט לחיים ביי קברי צדיקים.
📎 IMG-20150422-WA0042.jpg
Re: ר' משה גבאי (פריעדמאן)
וואו זעסטו יענקי סופר
📎 IMG-20150611-WA0037.jpg
דער משה איז א איד מיט א בלעכענע פנים ער קען דיך איין טאג אפטון אויף טערקיש (א שטייגער צונעמען אלעס וואס די האסט) אין די נעקסטע טאג וועט ער דיך טרעפן אין גאס אין וועט זיך פרייען צו דיר ווי צו א לאנגיעריגע ידיד. א אייזערנער דיפלאמאט
איך העט אפרישיעטעד ווען מען לייגט צו א שטיקעלע דעסקריפשאן צו יעדן בילד. מיט וועמען שמועסט ער דארט?
שמעקעדיגאיך העט אפרישיעטעד ווען מען לייגט צו א שטיקעלע דעסקריפשאן צו יעדן בילד. מיט וועמען שמועסט ער דארט?
קוקט אויס ווי דאס איז רב פאפענהיים פון בית לפליטת, וואס איז לעצטענס אוועק
אויף די זייט זיצט רב ראזענפעלד
📎 IMG-20170519-WA0195.jpg
📎 IMG-20170519-WA0194.jpg
😂
יותר ממה שמשה רוצה לינק הגאב"ד רוצה להניק.
[ציטאט אראפגענומען]
וואס האט ער זיך מפלפל צו זיין מיט'ן גאב"ד. ער איז מסכים צו אלעס וואס דער גאב""ד זאגט. חוץ פון דעם איז איהם גארנישט שווער. ער פארשטייט אלעס, ב"ה כל התורה כולה...!
ער וויל וויסן אויב דער גאב״ד איז א ציוני.
כ'האב געקוקט די קליפ. ווי איך פארשטיי ווייזט ער אים די הקדמה צום ביאור הגר"א ווי ס'שטייט אז די ווילנער גאון האט געגעסן דאס וואס ער האט פריער אויסגעבראכן מקיים צו זיין כל מה שיאמר בעה"ב עשה.
אינטערעסאנט אז ס'קוקט אויס אז די גאב"ד האט נישט געוויסט דערפון. חוץ אויב ער מאכט בלויז אזא אנשטעל אז די משב"ק זאל זיך גוט שפירן
📎 IMG-20171204-WA0250.jpg
ליפא[]
מדין ומואב טיהרו בשיחה...
[ציטאט אראפגענומען]
אויפן וועג ארויס פון שבע ברכות בבית ראחמסטריווקא.
ווערט געזען אבי החתן הגר"נ בידערמאן ארויסבאגלייטן.
וואלוויליפא[]
מדין ומואב טיהרו בשיחה...
זיי זענען ערשטע קאזינס.
Re: ר' משה גבאי (פריעדמאן)
נעכטן ביים יארצייט פון דעם ברך משה איז געווען זעהט אויס לעבעדיג אויפן בית החיים, די מאנרא בחורים האבן נאך געשריגן ר' זלמן לייב שליט"א, און געמאכט א טאראראם.
משה גבאי האט זיך געלאזט הערן מיט דברי פי חכם חן, און זיי גוט אונטערגעריסן, מיט געמיינע ליצנות אויף די ארונים. מיין שאלה איז אזוי, מילא בחורים טוען ווילדע שריט, נו נו, שוין געהערט אזאנס, זייערע טעסטעראנס איז אויף שפילקעס און זיי זוכן ווי זיך אויס צוגעגעבן, אבער א מענטש ווי איהם, א קלוגע באזעסענע מענטש, א בא בשנים, מה ראה לשטות זה צו זיך וויסענדיג מאכן, און זיך באנוצן מיט א גראבע שפראך אנטקעגן א גאנצע עדה פון אידן? כ'האב געמיינט אז מען ווערט עלטער נישט אינגער...
Re: ר' משה גבאי (פריעדמאן)
דא קען מען הערן די דרשה
<a class="postlink" href="http://bit.ly/2VG8Sjc">http://bit.ly/2VG8Sjc</a>
ער לעבט נאך דער פריעדמאן? יעך געדענק נאך ווען ער האט געדרייט א וועלט...
נעגעל וואסערדא קען מען הערן די דרשה
<a class="postlink" href="http://bit.ly/2VG8Sjc">http://bit.ly/2VG8Sjc</a>
כאן המשב"ק המשיך בשיגור עקיצות פנימיות וחריפות לעבר חצר המהר"א:
"יש לי לימוד זכות עליהם, כמו שמבואר בספר 'דרך פיקודך' שמגדלים ילדים על כסף לא כשר, אפילו כשהאבות הם יראים ושלמים, בסוף הילדים מתנהגים בדרך הלא טובה.
על אחת כמה וכמה,
הילדים הללו שהם בני בעלי תשובה, שלשיטת רבם האבות אכלו מצות לא כשרים, ובשר לא כשר, הבנים הם בני בעלי תשובה.. והם מתנהגים כמו בעלי תשובה, (המהר"א מסאטמר מכנה את הפלג הירושלמי בעלי תשובה).
ידידי היקר והאהוב ר' משה פרידמאן
גאר א געשמאקע פריינטליכע מיט אפאר דאלאר אויך
חיים יואלנעגעל וואסערדא קען מען הערן די דרשה
<a class="postlink" href="http://bit.ly/2VG8Sjc">http://bit.ly/2VG8Sjc</a>
כאן המשב"ק המשיך בשיגור עקיצות פנימיות וחריפות לעבר חצר המהר"א:
"יש לי לימוד זכות עליהם, כמו שמבואר בספר 'דרך פיקודך' שמגדלים ילדים על כסף לא כשר, אפילו כשהאבות הם יראים ושלמים, בסוף הילדים מתנהגים בדרך הלא טובה.
על אחת כמה וכמה,
הילדים הללו שהם בני בעלי תשובה, שלשיטת רבם האבות אכלו מצות לא כשרים, ובשר לא כשר, הבנים הם בני בעלי תשובה.. והם מתנהגים כמו בעלי תשובה, (המהר"א מסאטמר מכנה את הפלג הירושלמי בעלי תשובה).
א יעדעס ווארט וואס מהר"א שליט"א האט געזאגט אויף די פלג הירושלמי פון די בני תורה איז אמת ויציב. ווייל וואס וועט דער פלג המהרז"ל שליט"א ענטפערן אויף די קשיא...וויאזוי קענען תלמידי רביה"ק זי"ע שטיצן א פלג וואס גייט צו די בחירות הטמאות...?! און זיי נעמען געלט פון סאטמאר...!
פרעג נאר משה טעראריסט פריעדמאן, פארוואס רעד ער נאר פון סוף ימיו פונעם סיגעט'ער רב, פארוואס רעד ער נישט פון באמצע ימיו וואס דעלמאטס האבן די זעלבע בחורים'ס טאטעס אויך געשריגן, פוי - שגץ ארויס, א.ד.ג. און געווארפן שטיינער און מבזה געווען תלמידי חכמים ? הא??
ווייל דעלמאטס איז "ער" געשטאנען אינטער דעם.
calculatorפרעג נאר משה טעראריסט פריעדמאן,
ווייל דעלמאטס איז "ער" געשטאנען אינטער דעם.
קרעדיט נחום
Re: ר' משה גבאי (פריעדמאן)
.

Sent from my SM-G960U using Tapatalk