☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » אשכול אן א טיטל #7492

אשכול אן א טיטל #7492

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7492

— » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 10:39 pm

· #232054

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

לעיקוואד » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 10:42 pm

· #232057
זו קושיית הרב מקאצק, אז אלע דורות ארבעטן פאר די קינדער, און ער ווארט נאך צו זעהן דער קינד אויף וועם די גאנצע וועלט ארבעט שוין..

איחוד פעלד » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 10:47 pm

· #232062
דער ציל איז אז דער רבי זאל האבען פילע פארענטשעס מיט אידען וואס פאטשען צו הא הא

לעיקוואד » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 10:59 pm

· #232070
פארוואס מיינסטו אז דער קאצקער האט געמיינט דווקא די גשמיות? אין סברא איז דאך פונקט אזוי שווער די "רוחניות" ווי די "גשמיות".
מצוות פו"ר איז נישט קיין קשיא ווייל אין די מצווה שטייט נישט אז מען זאל פאר דעם אוועקגעבן רוב שנותיו הפעילות של האדם, נאר ער זאל האבען קינדער, וואס ער זאל טוהן מיט זיי שטייט נישט דארט דער חיוב פו"ר איז נישט מחייב ער זאל פערציג יאר פון צופרי ביז ביינאכט שוויצען וועגן דעם און נישט האבען קיין צייט טראכטען פון גאט, און עס קען אוודאי זיין אז אויב איז די ציור אז אזוי מוז עס זיין איז עס טאקע דוחה די חיוב פו"ר.

נהורא נפישא » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 11:04 pm

· #232072
נו די רמב"ם זאגט דאך כל זמן שיש בו כח, וואס איז די נפק"מ צו ער האט יעצט נישט קיין כח, צו די תוצאה וועט זיין אז ער וועט דורך דעם נישט האבן קיין כח.

דריידל » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 11:20 pm

· #232079
אגב, על איך אריינווארפן א ווארט וואס שטייט אין תפארת שלמה פרשת תולדות, זאגט ער בדרך הלצה אויפ'ן מדרש מפני מה היו אמותינו עקרות מפני שהקב"ה מתאווה לתפילתם של צדיקים, אז קינדער שטערן דאך די עלטערן פון לערנען און דאווענען, זענען זיי געווען עקרות כדי צו קענען דאווענען בדיעה מיושבת. און ער טייטשט אויך וואס מ'זאגט ביי יקום פורקן - זרעא חייא וקיימא זרעא די לא יבטול ודי לא יפסוק מפתגמי אוריתא, אז די קינדער זאלן זיין געזונט אז מ'זאל קענען עוסק זיין בתורה ומצות

ארבעס » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 11:37 pm

· #232084
די רמבם זאגט בנוגע פרו ורבו. מיינט זכר ונקיבה. לויט ווי איך פארשטיי אנאנים צילט אויף א שטיב מיט מער קינדער. צוויי זענען נאך מענעדזעבאל. איז די תגובה וואס איז מפלפל אין דעם רמבם לכאורה קימט נישט אהער.

אחד העם » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 11:44 pm

· #232086
לעיקוואד
זו קושיית הרב מקאצק, אז אלע דורות ארבעטן פאר די קינדער, און ער ווארט נאך צו זעהן דער קינד אויף וועם די גאנצע וועלט ארבעט שוין..

כדענק דעם ווארט פינעם קאריצער נישט פינעם קאצקער, נישט משנה דאס ווארט נאגעלט די זאך...
[ציטאט אראפגענומען]

איך פארשטיי נישט דיין הנחה, אז פו"ר איז גאטס רצון געווען עפעס א רוחניות'דיגער רצון ווי תורה ומצוות, מיר קוקט אויס אז פרו ורבו, האט קיין שייכות נישט מיט קיום תורה ומצוות, עס איז געגעבן געווארן נאך פארדעם, די גאנצע סיבה פאר דעם איז קיום המין האנושי, ותו לא, און די סיבה פאר די רצון איז ווי דער משנה זאגט שוין חביב אדם שנברא בצלם, ווי רמב"ם פארטייטשט איר גייט עס אויף גוים פונקט ווי אויף יידן, און עס איז גאנץ פארשטענדליך, אז גאט האט ליב די מין און ער וויל פון איר ווי מער, עסטו מיר ברענגען ראיות אז פו"ר זענען גוים נישט מצווה עט מען דארפען דן זיין, אבער עס פרעגט נישט אפ, דיין גאנצער מהלך אז גאט וויל נאר מער מקיימי תורה ומצוות, רירט איין די אלטע וויכוח וואס עס איז שוין כמה פעמים אויסגעשמועסט געווארן אויב דער ייד איז טאקע מער ווי דעם מענשט, אבער פו"ר לכאורה האט נישט קיין שייכות מיט תורה ומצוות, נאר עס איז דא פאר קיום מין האנושי.
אבער כמובן איז דאס שוין נישט נוגע היינט דארף מען נישט מער ווי מקיים זיין די חיוב, די דאגה פון קיים המין איז בעיקר געווען מתחילה ווען דער מענטש איז נתפתח געווארן אויף די וועלט און גאט האט געוואלט אז די וועלט זאל זיין פיל מיט די מין וואס עס אים חביב, אבער היינט אז עס איז שוין איבערגעפילט, און די נאטורליכע פאמליע פלאנירונג איז פארדרייט אפילו מזייגט האט מען אויך קינדער דארף מען מאכען די אייגענע, וגם מפני הסיבה שכתבתי פה

ישראל קאפקע » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 12:14 am

· #232093
אלע מערב לענדער פאפולאציעס שרינקן, (דאכט זיך אפי אמעריקע אן אימיגראציע), רוסלאנד שרינקט, אין אלע אראבישע לענדער איז די פערטיליטי געשניטן געווארן אין האלב אין די לעצטע פערציג יאר, עטליכע וואס גרעניצן זיך מיט אומערפילונג! כינע מיט זייער איין קינד פאליסי מילא,

פארוואס איז איין מיליארד נישט געווען גענוג און זיבן יא?

בשבילי! » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 1:59 am

· #232110
כ'פארשטיי נישט דיין קשיא. ווען מ'ארבעט צו ברענגען פרנסה איז דאך דא מצוות מקיים צו זיין, האנדלען ערליך, געבן מעשר, שמירת עינים שש מצוות תמידיות און נאך. דער רצון ה' מיינט נישט בלויז זיצן אין ביהמ''ד און לערנען תורה פון א הארט דעקלדיגע גמרא.

הוגה » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 1:32 pm

· #232198
[ציטאט אראפגענומען]


כו"ע אויסער איך. שטעלסט א הנחה און דו פרעגסט דערויף א קשיא?


.

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 4:41 pm

· #232263
און ווער האט דען כח?

יאיר » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 8:53 pm

· #232322
די מצוה פון פרו ורבו האט נישט קיין שייכות מיט דעם אז די קינדער זאלן טון מצוות. והא ראי', די גמרא (יבמות סא) איז דן אויב היו לו בנים בהיותו עובד כוכבים ונתגייר, אויב ער האט יוצא געווען מצות פריה ורביה, ר' יוחנן האלט אז יא, און אפילו ריש לקיש וואס האלט אז נישט איז דאס נאר ווייל גר שנתגייר כקטן שנולד. זעט מען קלאר אז אפילו אויב מען האט קינדער גויים האט מען מקיים געווען די מצוה.
אזוי אויך זעט מען אז די גמרא איז דן אויב מען האט קינדער און זיי שטארבן, צו מען האט יוצא געווען, אבער קיינער האט נישט קיין ספק אז אויב מען האט קינדער שיצאו לתרבות רעה האט מען נישט יוצא געווען (הגם עס ליגט מיר אין קאפ אז אין די לעצטע אחרונים איז דא א שמועס דערוועגן).
בכל אופן, דער ענין פון ברענגען קינדער אויף דער וועלט פשוט להחיות פני האדמה איז אליין די גרעסטע מצוה, וואס וועגט איבער אלע אנדערע מצוות, און צו זאגן אז די מצוה פון האבן קינדער איז כדי זיי זאלן היטן שבת איז אזוי ווי מ'זאל זאגן אז דער ציל פון חתונה האבן און זיך צוזאמלעבן מיט א לעבנס שותף איז כדי צו אויפשטעלן דורות ישרים ומבורכים, וואס יעדער פארשטייט איז אבסורדאל.

נהורא נפישא » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 9:08 pm

· #232324
ראשית כל א טעם קען מען זאגן אפילו ס'איז נישט מדוייק לפי גדרי ההלכה, צווייטענס מדרבנן קען דאס יא זיין די טעם אזויווי די רחב"ם זאגט דאס לשון מצווה מדברי סופרים שלא יבטל יפו"ר כל זמן שיש בו כח שכל המוסיף נפש אחת מישראל כאלו הוסיף עולם מלא

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 9:14 pm

· #232326
וואס איז פשט אז די רמב"ם זאגט עס איז נאר מדברי סופרים, איז עס נישט מדאורייתא אלץ שבת?


ריכטיג,
כ'זעה פין דיין שרייבען אז די ווילסט האבען קינדער אפילו די ווייסט אז די האסט נישט קיין כח, נאר די פארלאזט דיך אויף דער נותן ליעף כח. איז דאס נישט קיין סתירה מיט דער חיוב וואס די ברענגסט "כפי כחו"?

ארבעס » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 9:48 pm

· #232331
על פי דרך הטבע קען א מענטש נישט הענדלען מער ווי פיהר קינדער.

לעיקוואד » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 9:50 pm

· #232332
עס איז דאך א בפירושע גמרא אין קידושין, וסוגיות שלימות בכתובות, אז שטייגען פאר זיך אין לימוד התורה איז דוחה די חיוב פריה ורביה.

נהורא נפישא » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 9:58 pm

· #232336
איינע פון די גרויסע משכילים האט געשריבן
דרך בעלי דעה שיקבע לו אדם מלאכה המפרנסת אותו תחילה, ואחר כך יקנה בית דירה, ואחר כך ישא אישה, שנאמר (דברים כ, ה-ז): "מי האיש אשר נטע כרם ולא חללו", "מי האיש אשר בנה בית חדש ולא חנכו", "מי האיש אשר ארש אישה ולא לקחה". אבל הטיפשים מתחילין לישא אישה, ואחר כך אם תמצא ידו יקנה בית, ואחר כך בסוף ימיו יחזר לבקש אומנות או יתפרנס מן הצדקה. וכן הוא אומר בקללות (דברים כח, ": "אישה תארש... בית תבנה... כרם תטע", כלומר, יהיו מעשיך הפוכין, כדי שלא תצליח דרכיך. ובברכה מה הוא אומר? (שמואל א, יח, יד) "ויהי דוד לכל דרכו משכיל וה' עמו

לויט יענעם פירט זיך די גאנצע חרדישע וועלט אויף טפשותדיג

הוגה » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 11:30 pm

· #232364
זייער שיין נהורא, כ'האב פארגעסן פון דער רמב"ם.

מ'האט שוין איבערגעקייט דער נושא כמה וכמה פעמים דא אין שטיבל. ס'נישט דא קיין שום חיוב צו האבן אנלימעטיד קינדער. עס איז אפילו נישט קיין מצוה מן המובחר, אדרבא, ביי רוב מענטשן איז עס אן עוולה, סיי מן האנושיות און סיי מן התורה.

די גאנצע הו-הא ארום האבן אסאך קינדער איז אן אויפגעמאכטע זאך, עטליכע האבן עס אנגעהויבן אלץ א פריוואטע הנהגה, און ווי אלעס אנדערש איז עס מיט די צייט סיסטעמייזד געווארן אז א יעדער איינער מוז עס טון. ראיות קען מען אויסגראבן צו פארטיידיגן אלעס און אלעם.

ריכטיג, ס'נישט דא קיין היתר צו פאפן קינדער אן קיין חשבון פון וואו מ'וועט זיי שפייזן כדבעי'.


.

אחד העם » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 1:18 am

· #232385
[ציטאט אראפגענומען]

לאז ארויס יידן פון בילד, די ספאנישע אומליגאלע אימעגראנטען וואס פראדעצירען פירות אן די יכולת זיי צו האדעווען, זעהן אויך ניסים...
עס טאקע זייער מערקוועדיג אז מען האט נאך נישט געטראפען קיין קינדער שטארבען אויף די גאסען פון הונגער, אבער די פאקט פארענטפערט נאך נישט, און פרעגט נישט אפ אז האבען קינדער און די וועלט אריין איז זרע לבטלה... און לשיטתך וואלט דער רמב"ם באדארפט זיך אויסצודריקען אז די מצווה גייט אן עד שיצא הלב מן הספק אויב מען האט שוין יוצא געווען, און נישט כל זמן שיש בו כח...
דער מין האנושי איז פולי און פראסעס און מען דארף זיך היינט נישט זארגען פאר איר עקזיסטענץ, היינט דארף מען זיך ענדערש זארגען אויף קיום נפש האנוש, און די דאזלעך פון בנים העלפט נישט ארויס צו דעם, אדרבה...

מאטי » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 10:44 am

· #232427
[ציטאט אראפגענומען]

דאס אז קינדער זענען זיס און די פייגערט צו האבן נאך איז נישט קיין סבה צו אנזאמלען סטאדעס, (חוץ פארשטייט זיך אז דו ביסט פון די יחידים וואס דו מיט דיין ווייב קענען דאס פארנעמען) מ'רעדט אבער נישט פון יחידים מ'רעדט פונעם "כלל" אויב איז אבער דא א צל של ספק אז דאס ווייב גייט נישט קענען פארטראגן דעם לאסט, איז - ווי @אחד העם האט שוין אויבן געזאגט - פשוט אן אכזריות און א פארברעך! צו פראדוצורן 12 שטיק בלויז ווייל "ס'איז לעכטיג און זיס!!" זיי נישט אזא בעל תאוה! און זיי יא מוותר ". דער פסוק "וחי בהם" איז אויך געשריבן געווארן אש שחורה על אש לבנה.