נייעס פון פאלעסטינע..... אהההמם....
110 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7486
נייעס פון פאלעסטינע..... אהההמם....
נייעס פון די פאלעסטינער געביטן, און איבער פאלעסטינע אלס לאנד.
אין א גרויסע געווינס פאר פרא פאלעסטינער אקטיוויסטן און א מאראלישע קלאפ פאר די זידלונג אידעאלאגיע, האט סאדא סטרים די מדינת ישראל פירמע וואס פראדוצירט שטוב גאז געטראנק מאשינען האט געמאלדן אז זיי שליסן זייער קאנטרעוועסיאלן הויפט פאבריק אין די פאלעסטינער געביטן, די פירמע שטייט שוין יארן אויס א העפטיגע באיקאט קאמפיין פון אנטי מדינת ישראל, און פרא פאלעסטינער אקטיוויסטן, באוואוסט אלס די ב.ד.ס. (באיקאט, דיוועסמענט, און סאנקציעס) קאמפיין,
די פירמע הויפטקוואטיר גייט זיך אריבערצוען צו דרום מדינת ישראל.
די שוועדישע פארליאמענט האט אנערקענט פאלעסטינע אלס א לאנד, די ערשטע גרויסע אייראפעאישע לאנד צו אפיציעל אנערקענען פאלעסטינע, אויך מאלטא און ציפערן האבן שוין אנערקענט אין די פארגאנגענהייט.
ישראל קאפקעדי שוועדישע פארליאמענט האט אנערקענט פאלעסטינע אלס א לאנד, די ערשטע גרויסע אייראפעאישע לאנד צו אפיציעל אנערקענען פאלעסטינע, אויך מאלטא און ציפערן האבן שוין אנערקענט אין די פארגאנגענהייט.
איז ווען געסטו קידוש, קאפקע: פארגעס נישט צו רופן צום קידוש די עסקנים פון די נטורי חרתא, ווי הרב ישראל דוד ווייס, דער בעל תשובה, און הרב משה בער דר-ק, שליט"א. אויך דיינע גוטע פריינט די חשוב'ע עסקנים און שטיצערס פון די היליגע ארגאניזאציע, נטרונא.
מיין שאלה איז. אויב אזא ציוני ווי איך בין וועט מען אויכעט אריינלאזן. איך הער אז ס'גייט זיין גאר געשמאקע בראנפן און קעיק... 😂
ר'בערל
יעדער ווערט אריינגעלאזט נאר איך מיין אז קיינע אלקאהאלישע געטראנקען זענען נישט ערלויבט אין פאלעסטינע 😉
נאר כ'ווייס נישט אויב סגייט בכלל זיין א קידוש, סאיז פארן איבער צוויי הונדערט לענדער אויפן וועלט, מאכן א קידוש יעדעס מאל איינער אנערקענט פאלעסטינע?
איך מיין אז די נייעס פון סאדא סטריעם איז אין א געוויסע זין א גרעסערע נייעס,
נא אז עס געפינט זיך שוין נישט אין די אקופירטע געביטן קען מען דאך שוין קויפן זייער פראדוקט, וועט אי'ה זיין סאדע לרחצה מכל המינים. 😎
וואס איז דאס פאלעסטינע? דו מיינסט אפשר ארץ כנען און פלשתים?
די מערב ברעג פון די ירדן טייך, מזרח ירושלים, און די עזה פאס,
דאס וואס די יו.ען. האט אנערקענט אלס פאלעסטינער שטאאט אין נאוועמבער 23 2013 (דאכט זיך),
אבער דער . . . . אההההמם. . . אין קעפל איז פאר דיר יאיר (און ר' בערל, און אנאנים, וכו,)
ישראל קאפקער'בערל
יעדער ווערט אריינגעלאזט נאר איך מיין אז קיינע אלקאהאלישע געטראנקען זענען נישט ערלויבט אין פאלעסטינע 😉
נאר כ'ווייס נישט אויב סגייט בכלל זיין א קידוש, סאיז פארן איבער צוויי הונדערט לענדער אויפן וועלט, מאכן א קידוש יעדעס מאל איינער אנערקענט פאלעסטינע?
איך מיין אז די נייעס פון סאדא סטריעם איז אין א געוויסע זין א גרעסערע נייעס,
נא אז עס געפינט זיך שוין נישט אין די אקופירטע געביטן קען מען דאך שוין קויפן זייער פראדוקט, וועט אי'ה זיין סאדע לרחצה מכל המינים. 😎
אבער אינז ערליכע אידן קענען נאכאלץ נישט קויפן. ווייל זיי זענען ציונים!...!
ישראל קאפקעדי מערב ברעג פון די ירדן טייך, מזרח ירושלים, און די עזה פאס,
דאס וואס די יו.ען. האט אנערקענט אלס פאלעסטינער שטאאט אין נאוועמבער 23 2013 (דאכט זיך),
אבער דער . . . . אההההמם. . . אין קעפל איז פאר דיר יאיר (און ר' בערל, און אנאנים, וכו,)
דער אהההמם איז אויך פאר די פאלעסטינער אליין וועלכע האבן שוין עטליכע מאל אין היסטאריע געקענט האבן דעם פאלעסטינער שטאט וואס די יו ען האט זיי צוגעטיילט אבער האבן עס כסדר אנטזאגט, און זיי אנטזאגן עס ווייטער. איך פארשטיי נישט ווי אזוי א הסכמה אויף א לאנד וואס אירע אייגענע בירגער האבן אפגעווארפן קען האבן א תוקף.
אויב רעדסטו פון א לאנד אין חלום וואלסטו ענדערש געדארפט רעדן איבער דעם גאנצן פאלעסטינער געגנט, כאוות נפשם פון די פאלעסטינער אליין. אויב רעדסטו פון א פאקטישע לאנד ווייס איך נישט פון וועלכע לאנד דו רעדסט.
לכאורה מיינט ער די שטח ווי מען רופט א פילטער מסננת.
חהחהחחהחה
גוט געזאגט 👍 😃
@קאפקע
אז מ׳רעדט שוין יא פון דיין לאנד האב איך טאקע דיך געוואלט פרעגן וואס איז געוועהן די cause of death פון דיין געוועזנע פירער יאסיר אראפאט ??? ס׳איז געוועהן קלאַנגען אז ער איז גאר געשטארבן פון עידס און אז ער האט ליב געהאט צו ש..פן יונגע קינדער ??? 😈 😲
איז דאס וואָר ❓ ❓ ❓
שבת אחיםאז מ׳רעדט שוין יא פון דיין לאנד האב איך טאקע דיך געוואלט פרעגן וואס איז געוועהן די cause of death פון דיין געוועזנע פירער יאסיר אראפאט ??? ס׳איז געוועהן קלאַנגען אז ער איז גאר געשטארבן פון עידס און אז ער האט ליב געהאט צו ש..פן יונגע קינדער ??? 😈 😲
איז דאס וואָר ❓ ❓ ❓
אין עזישע ענגליש זאגט מען גראו אפ!
ישראל קאפקעשבת אחיםאז מ׳רעדט שוין יא פון דיין לאנד האב איך טאקע דיך געוואלט פרעגן וואס איז געוועהן די cause of death פון דיין געוועזנע פירער יאסיר אראפאט ??? ס׳איז געוועהן קלאַנגען אז ער איז גאר געשטארבן פון עידס און אז ער האט ליב געהאט צו ש..פן יונגע קינדער ??? 😈 😲
איז דאס וואָר ❓ ❓ ❓
אין עזישע ענגליש זאגט מען גראו אפ!
האסט נישט קיין תירוץ ?
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=U6IWd8c2uc0">http://www.youtube.com/watch?v=U6IWd8c2uc0</a>
<a class="postlink" href="http://www.vice.com/en_uk/video/crime-and-punishment-in-the-gaza-strip-part-1">http://www.vice.com/en_uk/video/crime-a ... rip-part-1</a>
<a class="postlink" href="http://www.vice.com/en_uk/video/crime-and-punishment-in-the-gaza-strip-part-2">http://www.vice.com/en_uk/video/crime-a ... rip-part-2</a>
<a class="postlink" href="http://www.vice.com/en_uk/video/crime-and-punishment-in-the-gaza-strip-part-3">http://www.vice.com/en_uk/video/crime-a ... rip-part-3</a>
<a class="postlink" href="http://www.vice.com/en_uk/video/crime-and-punishment-in-the-gaza-strip-part-4">http://www.vice.com/en_uk/video/crime-a ... rip-part-4</a>
<a class="postlink" href="http://www.vice.com/en_uk/video/crime-and-punishment-in-the-gaza-strip-part-5">http://www.vice.com/en_uk/video/crime-a ... rip-part-5</a>
פארן רייכערן חשיש אין עזה באקומט מען א יאהר תפיסה און דערנאך טויט שטראף רח״ל ... 🙄 😉
(part 3 זעה)
This is great news. Now soda stream jobs will go to better isreali poeple
שבת אחיםhttp://www.youtube.com/watch?v=U6IWd8c2uc0
שבת אחים: ייש"כ. אויף דעים קענמען זאגן "כמים קרים על נפש עייפה". נישט אויף די בויך קוועטשענישן פון ישראל מעם, אדער סענדער דער דייטש.
ס'איז כדאי צו באמערקן אז בשעת ער האט גערעדט, איז דער זאל געוועהן פול. און די מערסטע פון די אנוועזנדע האבן אפלאדירט זיינע ווערטער. ווייל ער האטגערעדט בשם ה'. אין נאמען פון די תורה...!
קאקא קאלע פאבריק אין עזה, קומענדע יאר.
קאקא קאלע האט באשטעטיגט באריכטן אז זיי גייען עפענען זייער ערשטע געטראנקען פאבריק אין עזה,
קאקא קאלע וואס האט שוין עטליכע פאבריקן אין די מערב ברעג זאגט אז די צען מיליאן דאלערדיגע פאבריק גייט זיין פערטיג אין די צווייטע העלפט פון 2015.
שוועדן פראנקרייך און ענגלאנד, צו אנערקענען פאלעסטינע!
עטליכע טעג נאך וואס שוועדן האט אנערקענט א פאלעסטינער שטאאט, האט די סאציאליסטישער פארטיי, די פירנדע פארטיי אין פראנקרייך, געמאלדן אז זי גייען אריינטראגן א געזעץ פארשלאג אין פארליאמענט צו אנערקענען פאלעסטינע אלס א לאנד,
דאס איז שוין די דריטע וויכטיגע אייראפעאישע לאנד צו אנערקענען פאלעסטינע אין די לעצטע עטליכע וואכן, ענגלאנד האט אנערקענט פאלעסטינע עטליכע וואכן צוריק אבער די ענגלישע געזעץ איז נישט בינדענד,
און וואס טוט זיך מיט אלטענעט סייד פארקינג? איז דא דארט ? 😐
#שטארק נייגעריג 🤓 🙄
נאך א וואך אין פאלעסטינע.
אראפגעפליקט א שילד? אוי נעבעך, נעבעך! א רחמנות אויף די אראבישע פאמיליע...
אגב, אין אנדערע נייעס האט אן אראבישע אויטא די וואך צעדריקט דרייצן ישראלים. נעמענדיג אין בעטראכט אז דער דרייווער האט א שכן וואס זיין זיידע איז געווארן ארויסגעטריבן פון זיין וואוין-ארט 60 יאר צוריק דורך א זיידעס שכן פון איינע פון די צעדריקטע קרבנות, איז דאס אקט דייקא א פארשטענדליכע, אינעם היינטיגן ציוויליזירטע וועלט, און דארף נישט גענומען ווערן אלס א רעפערענץ בעת'ן מעלדן די געוואלטאטן פון די רעכטע עקסטרעמיסטן.
פארשטענדליך? וואס דארף זיין פארשטענדליך? וואס איז נישט פארשטענדליך?
וואס איז דאס אז די אפענע קעפ אויף קאווע שטיבל וואס קענען געווענליך פארטראגן פארשידענע מיינונגען, ווערן אויס מענטש ווען זיי ליינען איבער א 'רואיגע' 'דורכשניטליכע' וואך אין אקופירטע פאלעסטינע?
גייט דאס ממש אזוי ווייט אז נאך די ערשטע שטיקל נייעס קענען אונזערע קלוגע אידן נישט ליינען ווייטער?
אגב דאס איז פון בערך דריי וואכן צוריק, און האט דעריבער אויף קיין פאל נישט צו טון מיט די וואך, איך האב עפעס נישט געקענט טרעפן די וואכיגע,
עניוועי, דאס איז נישט געווען א בארעכטיגונג אדער ערקלערונג אויף גארנישט, דאס איז נישט געווען מיין ציל,
קלאר?
ישראל קאפקע
לחיים! מזל טוב, ר' ישראל קאפקע, פאר ווערן באשטימט אלס דער פאלעסטינער אמבאסאדאר צו די אידן אין אמעריקע.
ס'איז דא א ווערטל פון אן אלטן פאלעסטינער פילאזאף, וועלכער האט געשריבן אין די פאלעסטטינער שריפטן, פאר בערך צוויי טויזנט יאר צוריק "על האדזש-אל קודס" . אז אויב מ'פלאגט זיך, טרעפט מען. אויב מ'פלאגט זיך נישט קענמען נישט טרעפן. אבער אינז, די רעשטלעך פון די פאלעסטינער פלטים וואס די פארשאלטענע ציונים האבן פארטריבן פון זייער ערד, וואס אללאה האט זיי געגעיבן, האבן שטארק געזוכט און געפונען אזא אינטעליגענטן רעפרעזענטאטיוו וועלכער וועט אינש'אללאה, פארטרעיטן אינזער אינטרעסן, על צד היותר טוב. (אנטשולדיגט פאר שרייבן אין די שפראך פון די ציוניסטישע מערדערס. דער שרייבער פון די שורות קען נישט רעדן אדער ליינען די הייליגע אראבישע שפראך, וואס ווערט גערעדט אין פאלעסטיין, אל-קודס...!).
ישראל קאפקעפארשטענדליך? וואס דארף זיין פארשטענדליך? וואס איז נישט פארשטענדליך?
וואס איז דאס אז די אפענע קעפ אויף קאווע שטיבל וואס קענען געווענליך פארטראגן פארשידענע מיינונגען, ווערן אויס מענטש ווען זיי ליינען איבער א 'רואיגע' 'דורכשניטליכע' וואך אין אקופירטע פאלעסטינע?
גייט דאס ממש אזוי ווייט אז נאך די ערשטע שטיקל נייעס קענען אונזערע קלוגע אידן נישט ליינען ווייטער?
אגב דאס איז פון בערך דריי וואכן צוריק, און האט דעריבער אויף קיין פאל נישט צו טון מיט די וואך, איך האב עפעס נישט געקענט טרעפן די וואכיגע,
עניוועי, דאס איז נישט געווען א בארעכטיגונג אדער ערקלערונג אויף גארנישט, דאס איז נישט געווען מיין ציל,
קלאר?
יא יא! און דאס ציגעלע וואס האט גענומען די שטרוי איז אויך געווען א גרויסע גנב'טע..
ר' בערל
דיינע ווערטער ווייזן נאר ווי ווייט היימישע אידן, און די מערב וועלט בכלל זענען נישט עקספאוזד צו נייעס און מיינונגען וואס זענען אנטי מדינת ישראל, אויף אזוי ווייט אז אויב איינער שרייבט נאר איבער פאלעסטינער נייעס 'מוז זיין' אז ער איז דער אמבאסאדאר צו פאלעסטינע,
זאג נאר האט איינער די אמאל באצייכנט אלס דער אמבאסאדאר פון מדינת ישראל?
ניין, ביזט סתם א איד וואס איז פארגלייבט אין מדינת ישראל, און עס אינטערעסירט דיר וואס דארט גייט פאר, ביזט אפשר אפי' א ציוניסט, אבער עס פאלט קיינעם נישט ביי דיר אנצורופן אמבאסאדאר צו מ.י.,
דאס זעלבע מיט מיר, איך בין פשוט אן אנטי ציוניסט, דעטס איט, אן קיין שום שטעלע,
(זאג נאר ר' בערל, ביזטו אפשר די אמבאסאדאר צו פליפ-פלאפיסטאן? אדער משה-בער-לאנד? 😂)
אגב, איך מיין נישט דווקא דו, איך רוף דיר נישט א ציוניסט, נאר אנגעכאפט א משל,
מאטיישראל קאפקעפארשטענדליך? וואס דארף זיין פארשטענדליך? וואס איז נישט פארשטענדליך?
וואס איז דאס אז די אפענע קעפ אויף קאווע שטיבל וואס קענען געווענליך פארטראגן פארשידענע מיינונגען, ווערן אויס מענטש ווען זיי ליינען איבער א 'רואיגע' 'דורכשניטליכע' וואך אין אקופירטע פאלעסטינע?
גייט דאס ממש אזוי ווייט אז נאך די ערשטע שטיקל נייעס קענען אונזערע קלוגע אידן נישט ליינען ווייטער?
אגב דאס איז פון בערך דריי וואכן צוריק, און האט דעריבער אויף קיין פאל נישט צו טון מיט די וואך, איך האב עפעס נישט געקענט טרעפן די וואכיגע,
עניוועי, דאס איז נישט געווען א בארעכטיגונג אדער ערקלערונג אויף גארנישט, דאס איז נישט געווען מיין ציל,
קלאר?
יא יא! און דאס ציגעלע וואס האט גענומען די שטרוי איז אויך געווען א גרויסע גנב'טע..
איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט צו זאגן, ביטע עלאבערירן,
ישראל, מ'קען שרייבן אמת'ע אומשולדיגע רעפארטאזש און דאך וועט זיך אנזען א בולט'דיגער אגענדע. ופעילד מעסייע יוכיח.
דאס איז געזאגט געווארן אויף ביידע זייטן פון די מטבע.
די ציגעלע משל איז פונעם באקאנטן משל די מגפה אין וואלד, קוק עס נאך.
מאטיישראל, מ'קען שרייבן אמת'ע אומשולדיגע רעפארטאזש און דאך וועט זיך אנזען א בולט'דיגער אגענדע. ופעילד מסייע יוכיח.
דאס איז געזאגט געווארן אויף ביידע זייטן פון דעם מטבע.
ריכטיג, ריכטיג,
אבער פאקטיש באקומען מיר רוב פון אונזער נייעס פון די מדינת ישראל זייט, (אינקלודינג איך), (נישט ממש אויף די שטאפל פון פעילד-מעסייע העיט ספיעטש, אבער) די מידיע אין אמעריקע און פארשטייט זיך אין מדינת ישראל איז שטארק פרא מדינת ישראל ביי דיפאולט, (איך ווייס נישט צי דו וואוינסט אין אמעריקע אדער אין מ.י.)
סאו א לינק צו די אנדערע זייט איז נישט עפעס אויף וואס מען דארף זיך ערגערן.
ארטאדאקסן באקומען בעיקר זייערע נייעסער אויף א פרא ארטאדאקסישער זייט, המודיע, עמי, משפחה, דער איד, בלאט איז שטארק פרא ארטאדאקסן ביי דיפאולט. ע"כ איז נישט געפערליך אמאל נאכצוברענגן פעילד מעסייע צו הערן אביסל די אנדערע זייט.
מאטיארטאדאקסן באקומען בעיקר זייערע נייעסער אויף א פרא ארטאדאקסישער זייט, המודיע, עמי, משפחה, דער איד, בלאט איז שטארק פרא ארטאדאקסן ביי דיפאולט. ע"כ איז נישט געפערליך אמאל נאכצוברענגן פעילד מעסייע צו הערן אביסל די אנדערע זייט.
And here I thought that this is what Kaveh shtiebl was all about!! (I already made a distinction between failed messiah hate speech, and the rest, previously) 😂
ישראל קאפקער' בערל
דיינע ווערטער ווייזן נאר ווי ווייט היימישע אידן, און די מערב וועלט בכלל זענען נישט עקספאוזד צו נייעס און מיינונגען וואס זענען אנטי מדינת ישראל, אויף אזוי ווייט אז אויב איינער שרייבט נאר איבער פאלעסטינער נייעס 'מוז זיין' אז ער איז דער אמבאסאדאר צו פאלעסטינע,
זאג נאר האט איינער די אמאל באצייכנט אלס דער אמבאסאדאר פון מדינת ישראל?
ניין, ביזט סתם א איד וואס איז פארגלייבט אין מדינת ישראל, און עס אינטערעסירט דיר וואס דארט גייט פאר, ביזט אפשר אפי' א ציוניסט, אבער עס פאלט קיינעם נישט ביי דיר אנצורופן אמבאסאדאר צו מ.י.,
דאס זעלבע מיט מיר, איך בין פשוט אן אנטי ציוניסט, דעטס איט, אן קיין שום שטעלע,
(זאג נאר ר' בערל, ביזטו אפשר די אמבאסאדאר צו פליפ-פלאפיסטאן? אדער משה-בער-לאנד? 😂)
אגב, איך מיין נישט דווקא דו, איך רוף דיר נישט א ציוניסט, נאר אנגעכאפט א משל,
ר' ישראל קאפקע שליט"א: איכ'ל דיר פרובין מסביר צו זיין: אזוי ווי איך בין אן אפשטאמיגער פון אברהם, יצחק און יעקב. און שרה, רבקה, רחל און לאה זענען געווען מיינע מומעס און באבעס. איז ווען איך הער אז איינער פון מיינע פינף-הונדערסטע קאזינס, וועלכער איז אויך אן אייניקל פון די זעלבע מענטשן, ווערן ח"ו געשעדיגט, געט עס מיר א שטעך אין הארצן און אין מיין נשמה. לאידך גיסא. ווען איך הער אז איינער פון מיין האלבן פעטער (ישמעאל) 'ס אייניקלעך ווערט געשעדיגט, טוט עס מיך נישט זייער שטארק בארירן. ספעציעל ווען איך ווייס וואספארא מערדערס און רוצחים זיי זענען. אזוי ווי זייער זיידע...איי עם סארי. אבער איך קען נישט זיין ראציאנאל, אזוי ווי דו. נאך א נקודה. ווען די פיינע אומשולדיגע אראבערס שרייען "איטבח-אל-יאהוד" מיינען זיי דיך פונקט אזוי ווי מיך (האפנטליך.). זיי זאגן נישט "איטבח-אל-ציוני"...! אין חברון אין יאר 1929, האבן זיי אויסגעשאכטן די קנאים, פונקט אזוי ווי די ציונים. און ווען זיי האבן געלייגט באמבעס אין מאה שערים, האבן זיי גאנץ גוט געוואוסט אז דארט וואוינען מער קנאים ווי ציונים...!
ישראל קאפקעמאטיארטאדאקסן באקומען בעיקר זייערע נייעסער אויף א פרא ארטאדאקסישער זייט, המודיע, עמי, משפחה, דער איד, בלאט איז שטארק פרא ארטאדאקסן ביי דיפאולט. ע"כ איז נישט געפערליך אמאל נאכצוברענגן פעילד מעסייע צו הערן אביסל די אנדערע זייט.
And here I thought that this is what Kaveh shtiebl was all about!! (I already made a distinction between failed messiah hate speech, and the rest, previously) 😂
קודם כל דארפסטו נישט מאכן א יעדען תגובה מיינער ווי א פארהער ווי אזוי א קלוגער קאווע-שטיבל ניק פירט זיך אויף. (דו לייגסט מיר סתם אזוי אריין אין לחץ....) והשנית, איך בין מודה אז ס'דא א חילוק פון פעילד מסייע און פאלעסטינע געשטימטער נייעסלעך. אבער לגבי מיין נקודה וואס איך ברענג ארויס (אז מ'קען זען א באהאלטענע אגענדע אינעם קאנטעקסט פון די נייעס) איז דער חילוק נישט מחלק.
איך גיי נישט אריינגיין אין יעדע איינציגע נייעס שטיקל וואס ווערט געברענגט אין מיין לינק, און שוקל זיין יעדע שורה,
וואס איך זאג איז, אמת פאלעסטינער נייעס אגענטורן זענען פרא פאלעסטינע (באהאלטענע אגענדע), אבער איזראעלי נייעס איז די זעלבע פרא איזראעל, זיי זענען גארנישט מער פרא זייער זייט ווי די איזראעליס צו זייער זייט,
אפשר וועגן דו ביזט אזוי צוגעוואוינט צו די פרא איזראעל טערמינאלאגיע און נאראטיוו, איז יעדע טערמין וואס פרא פאלעסטינע זייטלעך נוצן שפרינגט ארויס ביי דיין (skewed מחמת unexposure) בייעס דעטעקטער אלס
'מער ווי געווענליך' בייעס,
קאווע שטיבל איז בייעסד קעגן די סיסטעם',
קול מבשר איז בייעסד צום 'מיט גרויס שוידער שטיינער אויף מציבות אויפן הר הזיתים' קעגן 'די פאלעסטינע יוגנטליכע' (על כל פנים אין די חדרישע נייעס)
המודיע, יתד, עמי, משפחה, וואסאיזנייעס, ישיבה וועלט, דזשואיש פרעס, דזשערוזאלעם פאוסט, וויינעט, דזשעי,טי,עי, וכו' זענען זייער בייעסד צו מדינת ישראל, שוין אפגערעדט פון ערוץ7, אלגעמיינער, ישראל היום וכו',
דאס איז די נייעס פון זייער זייט, דעטס האו איט איז, און עס איז גארנישט מער בייעס ווי געווענליך,
פעילד מעסייע איז כלל נישט דומה, לאז אים ארויס פונעם שמועס.
גערעכט, חוץ די שורה:
אבער איזראעלי נייעס איז די זעלבע פרא איזראעל, זיי זענען גארנישט מער פרא זייער זייט ווי די איזראעליס צו זייער זייט,
ישראליש'ע נייעס רייסן כסדר אראפ זייער אייגן לאנד און לאזן פאלן ווערטער לטובת די פאלעסטינע זייט, משא"כ די אנדערע צד, צו ווייל זיי ווילן נישט צו ווייל זיי מעגן נישט.
מיין פאוינט איז, אודאי אן אינסיידער איז בייעס פאר זיין אייגענעם אויפברענג/סביבה/קולטור. איך פארלאנג נישט פון א פאלעסטינער געבוירענער צו זיין בייעס אקעגן זיין פאלק. (הגם ס'דא גענוג און נאך, עיין ערך Green prince) אבער פאר א דרויסענדער וואס שאצט אפ ביידע זייט אין דארף מחליט זיין ווער איז די "גוד גיי'' און ווער איז די "בעד גיי" אדער אפילו צו ביידע זענען גוד אדער ביידע בעד דאס קען אפילו א פשוט'ע אמת'ע נייעס'ל מגלה זיין.
און איך זאג קלאר! איך האלט די איזרעליס זענען בדרך כלל די גוד גייס און די פאלעסטינער די בעד גייס. וואס טוט זיך מיט דיר?
מאטיגערעכט, חוץ די שורה:

מאטי: איך בין מיט אלעם מסכים וואס דו זאגסט אין דיין תגובה. אויסער מיט'ן לעצטן פסוק. אויב דו ווייסט נאכנישט וואס ס'טוט זיך מיט ישראל קאפקע, דארפסטו באשטעלן נייע אויגן גלעיזער...!
האסט מיר גארנישט מחדש געווען, דו האלסט אז די איזראעליס זענען די גוד גייס, און
איך וועל דיר גארנישט מחדש זיין מיין איך, אז איך זה נישט די איזראעליס אלס די גוד גייס, כאטש איך וואלט עס נישט געלייגט אין טוירם'ס אוו 'גוד גייס בעד גייס', איך זע רייט סייד און ראנג סייד, און די פאלעסטינער זענען אין מיין אפאניען אן דע רייט סייד אוו דע אישו,
נישט אז ליבעראלע איזראעליס קענען נישט זיין אן דע רייט סייד, אבער מיר אלע וויסן אז זיי זענען אין די מינאריטעט, און די לאנד נויגט שטארק אויף רעכטס, אין די לעצטע יארן.
ישראל טייערער, "אן די ראנג סייד" מיינסטו מיסודם? צי דו מיינסט אינעם וועג וויאזוי זיי באהאנדלען דעם קריזיס (אריינגערעכנט די פרשה מיט די אקופירטע געביטן)?
ישראל קאפקער' בערל
דיינע ווערטער ווייזן נאר ווי ווייט היימישע אידן, און די מערב וועלט בכלל זענען נישט עקספאוזד צו נייעס און מיינונגען וואס זענען אנטי מדינת ישראל
א קליינע הגהה: אמעריקע, נישט די מערב וועלט בכלל.
פלאוויוסישראל טייערער, "אן די ראנג סייד" מיינסטו מיסודם? צי דו מיינסט אינעם וועג וויאזוי זיי באהאנדלען דעם קריזיס (אריינגערעכנט די פרשה מיט די אקופירטע געביטן)?
בעצם מיסודם, העמיר רעדן מוצאי,
איבער די חילוק צווישן אמעריקע/מערב וועלט ביזטו גערעכט כאטש נישט אינגאנצן.
ישראל קאפקעפלאוויוסישראל טייערער, "אן די ראנג סייד" מיינסטו מיסודם? צי דו מיינסט אינעם וועג וויאזוי זיי באהאנדלען דעם קריזיס (אריינגערעכנט די פרשה מיט די אקופירטע געביטן)?
בעצם מיסודם, העמיר רעדן מוצאי,
איבער די חילוק צווישן אמעריקע/מערב וועלט ביזטו גערעכט כאטש נישט אינגאנצן.
אין אמעריקע איז אויך דא די צווייטע זייט פון די מטבע. אפשר נישט מיט אזויפיל שנאה אקעיגן מדינת ישראל ווי די אייראפעאישע מידיא. אבער דער ניו יארק טיימס און וואשינגטאן פאוסט נעמען בדרך כלל אן אן אנטי איזראעלי/פרא פאלעסטינער שטעלונג אין די וועג וויאזו זיי פרעזענטירן די נייעס און די קאמענטארן.
אין פאל פון די ניו יארק טיימס גייט דער בייעס אריבער אפילו צו זייערע רעפארטס איבער אידן און אידישע נושאים בכלל. למשל , ווען ס'האט זיך געטומלט מיט א פאר יאר צוריק איבער די פרויען באס-דרייוערס וואס די באורד אוו עד. אין מאנרא האט געשיקט קיין קרית יואל, האט דער טיימס אנגענומען אינגאנצן אן איינזייטיגע שטעלונג אקעיגן די אידן. זיי האבן אפילו געשריבן מיט א ביסל סארקאזם און חוזק פון די אידישע מנהגים בכלל. מ'האט עס געקענט תולה זיין אין זייער אולטרא-ליבעראליזם. אבער דער אמת איז, אז זיי בייגן זיך איבער מן הקצה אל הקצה נישט אנצונעמען א פרא-אידישע שטעלונג, אז די גויים זאללן נישט ארויסהייבן דעם אידישן אפשטאם פון זייערע אריגינאלע בעלי בתים. כאטש היינט איז שוין נישטא קיין זכר פון זייער אידישקייט. נאכדעים וואס זיי האבן חתונה געהאט מיט גויים. און איינער פון די משפחה האט זיך אפילו אפיציעל געשמד'ט...!
ענגלאנד גייט מאכן אן איבעזיכט אויף אלע וואפן עקפארט לייסענס צו מדינת ישראל.
דאס קומט נאך די אינצידענט אין עזה לעצטע וואך, ווען מדינת ישראל סאלדאטן האבן דערשאסן צום טויט א פאלעסטינער פארמער וואס האט אריינגעוואנדערט אין די זאנע ארום די גרעניץ צוים וואס נעמט ארום די עזה טורמע, (מדינת ישראל האט אויפגעשטעלט א צוים ארום עזה, און איינגעווארפן אלע געביידעס און פעלדער 'אין' עזה וואס געפונען זיך ביז טויזנט מעטער פון דעם צוים, און אויפגעאקערט א טויזנט מעטער פאס, פאראלעל צום צוים, אויב א פאלעסטינער גייט אריין אין דעם זאנע (וואס ווי געזאגט געפונט זי זיך אין עזה טעריטאריע) וועט מדינת ישראל סאלדאטן קודם שיסן ווארנונג קוילן, און דערנאך קוילן צו הרגנען).
אין די פארלאפענע עטליכע יאר זענען צענדליגע פאלעסטינער, אריינגערעכנט פילע קינדער, געשאסן געווארן צום טויט דורך מדינת ישראל, פארן אריין בלאנדזשען אין דעם פאס.
אינמיטן זומער נאך די שלאכט מיט כאמאס, האט ענגלאנד באצייכנט צוועלף וואפן עקספארט לייסענס צו מדינת ישראל וואס גייען ווערן אפגעשאפן אין פאל פון א פרישע קאנפליקט.
ענגלאנד זאגט אז די וואפן ווערן באנוצט אין פארלעצונג פון די אינטערנאצינאלע קריגס געזעץ.
ישראל, ס'איז נישט קיין ספק אז יעדער מענטשליכער פארלוסט איז א טראגעדיע, אבער משום מה פארגעסט מען אז דאס איז מלחמה. מיר לעבן נישט אין ארץ-ישראל אין פרידנס צייטן, און בשעת א מלחמה מאכט מען גרעניצן, און ווען עמיצער גייט איבער די גרעניץ קען געשען פאטאלע טעותים. דער גרעסטער קאשמאר פון די סאלדאטן ארום עזה איז צו ווערן פארכאפט, און אן אומשולדיגער פארמער איז קיין שום באווייז נישט אז ער האט געהאט גוטע כוונות... אויב האבן זיי געדארפט, לויט די כללים פון מלחמה [וואס איז נישט אייניג פון לאנד צו לאנד] רעאגירן מיט פייער צו יענעם פארמער, זע איך נישט וויאזוי מ'קען דאס באשולדיגן.
איך בין נישט דארט געווען, און איך ווייס אודאי אז טעותים מאכן זיך אויך, אבער נעמענדיג אין באטראכט די סיטואציע איז אוממעגליך אנצונעמען די נייעס אזוי טרוקענערהייט, שווארץ און ווייס.
כידוע ליודעי הענין איז די פרשה מיט סאדא סטרים דייקא א דירעקטער מעכטיגער קלאפ פאר די ארץ ישראל'דיגער פאלעסטינער
און כ'בין מדגיש די ארץ ישראל'דיגער קעגן די אזויגערופענע פאלעסטינער אקטיוויסטן פון איבער די וועלט (אריינגערעכנט די אידישע פאלעסטינער) וועלכע האבן בסך הכל איין ציהל אנטי-סעמיטיזים און האט גארנישט קיין ברעקל שייכות מיט מיטלייד מיטן באקירוועדטן פאלעסטינער היימלאזער נעבעבדיגן פערזאן, והא ראי' קוק נאר אן די שלום-ליבהאבערס אנטווארט צו די מענטשןפארברעכנס אין לבנון, איראק, איראן, סודאן, סיריע, און ווי אימער ס'וואוינען נאר די אומצעוולעזירטע פאלק מיטגלידער מכל מקומות מושבותיהן, זאל נאר דער אנטי-ציוני קנאי זיך ציען צו איין פון די אויבענדערמאנטע לענדער...
צוריק צו סודע סטרים, די פירמע האט געהאט הודערטער פאלעסטינער גוט באצאלטע איינגעשטעלטע, וועלכע זענען געוועהן די נגידים פון זייער דארף און פרנס השנה פארן שמייליגן חק''ס וכדומה, יעצט האבן טאקע אלטוועלטיכע פאלעסטינער געזיגט מיטן אריבערצואונג פון די פאבריק אבער מ'זיכט נייע ראשי הקהלה און צענדליגע דערפער!
@חסיד,
דו מיינסט מן הסתם די מערב ברעג פאלעסטינער, איא?
געליינט האב איך אז סאדא סטרים גייט פראבירן צו באקומען ארבייט פערמיטן אז די מערב ברעג ארבייטער זאלן קענען אריינפארן אין מדינת ישראל צו ארבייטן אין זייער נייע פאבריק.
צו זאגן אז די נידריג ראנגיגע פאלעסטינער ארבייטער אין סאדא סטרים זענען געווען די נגידים פון זייערע דערפער? חלומות איז נישט דאס ווארט.
ישראל קאפקע@חסיד,

אלעס ארבעט לויט די הלכות פון רעלעטיוויטעט, און די ארימקייט שטאפל פון די פליטים לאגערן זענען דאך שרעקליך
Workers at the Ma'aleh Adumim factory "say they take home about $1,200 monthly – anywhere from double to triple common wages in the territories. The company also provides pensions and some medical insurance,"
שטעל זיך פאר דריי מאל די געווענליכער פארדינסט, נו אויב דער עוורידזש פארדינסט איז אומגעפאר פופציג טויזענט דולער, איז דאס ווי איינער וואס פארדינט דאהי 150,000 נא הערשט א נגיד, דער סאמע קויפער פון דעם מפטיר יונה!
דער נייער אויסערן מיניסטער פון האלאנד האט
איבערראשט די וועלט ביים זיך אנטזאגן צו אנערקענען פאלעסטינע, זאגנדיג אז עס וועט נישט ארויסהעלפן די שלום פארהאנדלונגען אין מיטל מזרח.
אויסערן מיניסטער קאונדערס האט א היסטאריע פון פרא פאלעסטינער שטעלונגען הינטער זיך, דערפאר איז דאס געקומען אלס א שאק. אין די פארגאנגענהייט האט ער פארדאמט די בלאקירונג אויף עזה און דעם וואנט ארום דעם מערב ברעג. גלייכצייטיג האט ער שוין אויך געלאזט פאלן לויב ווערטער אויף מדינת ישראל, זאגנדיג אז זיי קענען בעסער אינטעגרירן אימיגראנטן ווי האלאנד. פאר א צייטונגס שרייבער האט ער אמאל געזאגט: "מענטשן פון מדינת ישראל זאגן מיר, דו ווייסט נישט פון וואס דו רעדסט. און איך פארשטיי זיי, דאס איז אסאך מאל אמת. טעראריזם איז עפעס וואס האלאנד דארף זיך אויך ספראווען, און זיי ווייסן נישט ווי אזוי."
עס איז דערפרישנד צו הערן אז עס זענען נאך פארהאן מענטשן וואס האבן נישט די אבסאלוטע זיכערקייט וואס באפאלט פלוצלינג יעדן דעה זאגער מעבר לים ווען עס קומט צו מדינת ישראל-פאלעסטינער אנגעלעגנהייטן, בשעת זיי רעדן פון ענינים אין וואס זיי האבן נישט די מינדעסטע השגה.
ישראל קאפקעמאטיישראל, מ'קען שרייבן אמת'ע אומשולדיגע רעפארטאזש און דאך וועט זיך אנזען א בולט'דיגער אגענדע. ופעילד מסייע יוכיח.
דאס איז געזאגט געווארן אויף ביידע זייטן פון דעם מטבע.
ריכטיג, ריכטיג,
אבער פאקטיש באקומען מיר רוב פון אונזער נייעס פון די מדינת ישראל זייט, (אינקלודינג איך), (נישט ממש אויף די שטאפל פון פעילד-מעסייע העיט ספיעטש, אבער)
די מידיע אין אמעריקע און פארשטייט זיך אין מדינת ישראל איז שטארק פרא מדינת ישראל ביי דיפאולט, (איך ווייס נישט צי דו וואוינסט אין אמעריקע אדער אין מ.י.)
סאו א לינק צו די אנדערע זייט איז נישט עפעס אויף וואס מען דארף זיך ערגערן.
די מיינסט נאציאנעלע מידיא קוועלער? אויב יא, וועלכע?
יאירדער נייער אויסערן מיניסטער פון האלאנד האט
איבערראשט די וועלט ביים זיך אנטזאגן צו אנערקענען פאלעסטינע, זאגנדיג אז עס וועט נישט ארויסהעלפן די שלום פארהאנדלונגען אין מיטל מזרח.
אויסערן מיניסטער קאונדערס האט א היסטאריע פון פרא פאלעסטינער שטעלונגען הינטער זיך, דערפאר איז דאס געקומען אלס א שאק. אין די פארגאנגענהייט האט ער פארדאמט די בלאקירונג אויף עזה און דעם וואנט ארום דעם מערב ברעג. גלייכצייטיג האט ער שוין אויך געלאזט פאלן לויב ווערטער אויף מדינת ישראל, זאגנדיג אז זיי קענען בעסער אינטעגרירן אימיגראנטן ווי האלאנד. פאר א צייטונגס שרייבער האט ער אמאל געזאגט: "מענטשן פון מדינת ישראל זאגן מיר, דו ווייסט נישט פון וואס דו רעדסט. און איך פארשטיי זיי, דאס איז אסאך מאל אמת. טעראריזם איז עפעס וואס האלאנד דארף זיך אויך ספראווען, און זיי ווייסן נישט ווי אזוי."
עס איז דערפרישנד צו הערן אז עס זענען נאך פארהאן מענטשן וואס האבן נישט די אבסאלוטע זיכערקייט וואס באפאלט פלוצלינג יעדן דעה זאגער מעבר לים ווען עס קומט צו מדינת ישראל-פאלעסטינער אנגעלעגנהייטן, בשעת זיי רעדן פון ענינים אין וואס זיי האבן נישט די מינדעסטע השגה.
כ'מיין אז די מעשה אין האלאנד איז נישט אזוי ווייט מאהבת מרדכי נאר ענדערש משנאת המן
כידוע מוטשעט זיך איירופה שטארק צוזאם פון דעם אראבעשן פאלק
דער ידו בכל ויד כל בו וועלכער איז מיט גרויס עהרע אויפגענומען געווארן דורך רוב איירופייעשע לענדער, הייבן אן צו עסן די פירות פון זייערע טיפשות'דיגער שריט, זיי האבן מיט זיבעציג יאר צוריק גע'רצח'עט אבותינו און פארטריבן ווי די הינט די פאלק וועלכער ברענגט גליק און הצלחה ווי נאר זיי טרעטן איבער די שוועל, נאר די קנאה מקלקלת האט נישט ערלויבט אז זיי זאלן איינזעהן דאס גוטס וואס דאס ברענגט, האבן זיי באקומען דערפאר א פאלק וועלכער זיי וועלן קיינמאל נישט דארפן מקנא זיין, נאר ווען זיי טרעפן זיך פלוצים מיט שאריא געזעצן וועלן זיי ערשט זען וואסארע בור זיי האבן זיך אריינגעזעצט,
אלזא דער האלאנדישער הייבט אן צו כאפן וואס טוט זיך, זאגט אים אז ער האט פארשפעטיגט די שיף, יעצט איז אביסל צו שפעט צו וויינען האלאנדעסטאן איז געפאלן