ווען איך וואלט געווען א רייכער מאן
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7481
ווען איך וואלט געווען א רייכער מאן
שטעלט אייך פאר אז אין איין שיינעם טאג זענט איהר - לא פחות ולא יותר - דער גליקליכער לאטערי געווינער, נישט עפעס א מיליאן אדער צוויי, עפעס א סכום וואס איהר וואלט נאר געקענט חלומ'ען דערוועגן (יעצט חלומ'ט איהר אויך... אבער לאמיר נישט פארקריכן), כ'ווייס, לאמיר זאגן 500 מיליאן דאלער, כ'גלויב אז הערשל שרייבער פון די שטאט ב. שרייבט נישט דא, אפטע? וועל, יו קנאו, עס איז געווען א שוואך יאהר...
די שאלה וואס איך שטעל פאר אייך איז ווי פאלגענד: וואס וואלט איהר געטוהען 16 שעה א טאג טיימס 50 יאהר? 35 יאהר אלט, אימפארטירט מעבל פון כינע (יא, פישעלע, כינע), מוטשעט זיך בזיעת אפו דורך צושטיפן דעם חודש, אולי לייגט ער נאך אמאל אוועק אפאר שקל חתונה צו מאכן די קינדער, און דא, בין לילה, 500 מיליאן דאלער.
א. טעיביע טענה'עט אז ער וואלט זיך געזעצט לערנען די הייליגע ביכער, וועל, כ'וועל אייך מגלה סוד זיין: מען האט איהם געצאהלט אזוי צו זאגן... אבער צווישן אונז, 95 פראצענט אידן וועלן נישט האבן די ווילן און געדולד צו לערנען 16 שעה א טאג.
ב. זיך זעצן לערנען כל החכמות, אדער אין קאלעדש, אדער - אויב זענט איהר ווי מיר - זיך בויען אייער דריעם מען-קעיוו עטליכע שטאק אונטער די ערד, איהר אנפולן מיט חכמת דרדע והימן, נישט אריינלאזן א נפש חיה, און אזוי אפזיצן 50 יאהר, אבער - ווי פריער - חוץ עטליכע שטיבל-זיצער וועט קיינער נישט האבן א תאוה דערצו (אפשר א רצון צו א רצון יא, ווי ר"א שארר זאגט איבער פון הייליגע ספרים, אבער דאס איז נישט גענוג).
ג. געלט איז נישט אלעס, כבוד איז דאך אויך עפעס, קען מען אפשר זיך אריינלייגן אין ווי אזוי ארויסצונעמען די מאקסימום כבוד פאר'ן דאלער, איז קודם כל פאסט עס מיר נאכנישט, וחוץ מזה איז שווער אנצופיהלען 292,000 שעה נאר מיט דעם.
ד. זיך נעמען דאס לעבן תיכף ומיד נאכ'ן זיך פאטאגראפירן מיט'ן גרויסן טשעק, לכאורה דארף דאס זיין גאנץ א באקוועמע אפציע.
וואס וואלט איהר געטוהן?
אינעם 'למעשה' גייסט וויל איך אביסל ארויסהעלפן: דער פעסעמיסט וועט אפשר ווייטער שאפן כינעזער מעבל, קראצן א דאלער נאך א דאלער פאר די קומענדיגע 50 יאהר און ערשט דערנאך זיך ערלויבן צו שטארבן, דער אפטעמיסט זעהט אבער די ליכטיגע זייט, דאס געלט האט ער דאך שוין, קען ער ארויסשניידן די גאנצע מוטשעריי און גיין גלייך צום תכלית - אין קבר.
פארוואס אין 'א שמייכל'? נו, פון א קשיא שטארבט מען נישט.
פונעם תירוץ אפשר יא...
דערמאנסט מיר פון עפעס א אלט אידיש לידל ,עניבאדי ווייסט וואס כ'מיין?
לעולם הערשט דא א חשש גילוי, ווייל כ׳גיי דאך אי״ה געווינען און דאן וועט דאך יעדער וויסן למפרע…
עכ״ז, וועלמיר צוגיין מיט די הנחה אז דער ענין פון גילוי וועט מיר לכאורה אנגיין אין די לינקע פאה אונטער די נייע אומשטענדן, על כן, אט איז מיין תשובה:
שמים וארץ עדי, אז אויב כ׳פארמאג די סארט געלטער וואלט איך משקיע געווען אלע מיינע כוחות איבערצוארבעטן דעם חינוך סיסטעם.
פון א פערזענליכן שטאנדפונקט, וואלט איך ממשיך געווען וואס כ׳טוה יעצט נאר אויף א גרעסערן און בעסערן פארנעם, אבער דאס מערסטע מח, כח, צייט און געלט, וואלט אינוועסטירט געווארן צו רעפארמען דעם שטילבייסיגער מאנסטער אשר רבים חללים הפילה און אן דראסטישע (אויסגערעכנטע) שריט וועט דאס נאר ווערן ערגער לדאבונינו.
זיסע חלומות.
אויף קול מבשר איז געווען לעצטנס א סעריע אינטעוויאוס מיט מענטשן וואס האבן געוואונען גרעסערע סכומים.
איך זעץ זיך לערנען,
קיין ספק,
איך ענדשוי עס מער ווי אלעם,
כאף צו דורך לערנען על בריו נ"ך מיט אלע מפרשים, בבלי, ירושלמי, ד' חלקי שו"ע, רמב"ם, כל ספרי חסידות, שרייבן ספרים וכו' וכו',
דאונט געט מי ראנג, איך בין ליידער נישט דער גרעסטער צדיק, ס'מיר פשוט א גשמיות'דיגע עדיקשן,
מיין לערנען איז טאקע שלא לשמה, אבער איך מיין און איך האף אז ס'חלילה נישט לקנטר, נאר ע"מ שיקראנו רב
גאנץ פשוט... אויב איך געווין...
גיב איך אויף די כולל... און איך זעץ זיך לערנען...
קוק אהער, איך האב נאך דערווייל נישט טועם געווען דעם נסיון העושר, ווי אזוי קען איך שלעפער רעדן היינט וואס עס וועט זיין דענסמאל??...
איך וואלט נישט געלערנט קיין 16 שעה א טאג. איך וואלט פרובירט טועם צו זיין אביסל פון ביידע עוה"ז און עוה"ב.
2-3 שעה וואלט איך זיכער געלערנט, נ"ך, און אינטרעסאנטע שו"ת ספרים וואלטן געווען מיין פעיוואריט, ווי אויך מפרשים אויף די פרשה.
א הערליכע ספרים שטוב וואלט איך מיר געבויעט מיט א פראכטיגע אוצר הספרים.
אביסל אפטער געפארן/געפלויגן אויף וואקאציעס, און געספענדט אביסל צייט באטראכטן גאט'ס שיינע וועלט, צי פערזענליך צי אויפן סקרין (יו-טוב צו די רעסקיו... וד"ל)
איך וואלט אוועקגעגעבן צייט צו העלפן אידן. לאו דוקא מיט געלט (הגם דאס אויכעט), צב"ש איך וואלט געפארן יעדע וואך אין שפיטעלער און תפיסות צו טון ביקור חולים, ווי אויך אנדערע עסקנות.
ווי קינד_אן_קייט, איך וואלט אויך אינוועסטירט אין נייע חינוך אנשטאלטן און אדורכברעכן די אייז.
לכאורה אבער וועט דאס נאר פאסירן נאכן מופן קיין שמעקיוויל, ממילא לאמיר ווייטער פארבלייבן אין דריעמלענד.
בלי ספק געווארן די "לאם" פון קאווע שטעטל.
ס'דא אפאר אידן אין בארא פארק ווערד 500מ. כהאב נישט געזעהן זיי האבן זיך גענומען דאס לעבן.
איך בעט דעם אויבערשטן, אז אויב איז מיך נישט באשערט צו זיין דער גליקליכע געוואונער, דאן זאל עס כאטש געוואונען דער יעניגע וועלכע אימפארטירט מעבל פון כינע... און זאל ער זיך אפלאזן פון דעם ביזנעס און גיין זיך זוכן אנדערע גליקן. #למעשה איז מעבל פון כינע ווערד א רעטעך, עס צעגייט זיך אונטער די הענט בשעת מען אינסטאלט עס, ואין כאן המקום להאריך.
איך אויךדערמאנסט מיר פון עפעס א אלט אידיש לידל ,עניבאדי ווייסט וואס כ'מיין?
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=RBHZFYpQ6nc">https://www.youtube.com/watch?v=RBHZFYpQ6nc</a>
Here you go!
טענקס עלאט. אבער דאס איז אין ענגליש און איך זוך די אידישע אוריגינאלע. אויך בינעך נישט זיכער אויב מען האט דאס געמאכט ספעציעל פאר דעם שפיל אדער עס איז א פאלקס לידל פון בעפאר.
נו, דאס איז דאך ר' טעיביע פון אפציע א'.
דא איזעס ווען איך בין א ראטשילד פון
שמואל רודנסקי.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=8nPdrrDJFvg">https://www.youtube.com/watch?v=8nPdrrDJFvg</a>
הרב שטאט ,כ'ווייס נישט וועלכע ר' טעוויע דו האסט געהערט אבער ביי מיין ווערסיע זינגט ער אפציע א-ג און מיט א היבשע שמיץ אריבער (אפציע ד לאזט ער טאקע אויס).
איך וואלט אריינגלייגט געלט אין כוחות צו פארבעסערן אונזער סיסטעם.
א. נייע מוסדות. נארמאלע געלערנטע מלמדים. שיין באצאלט. יעדער ווערט אנגענומען. ביליגסטע שכר לימוד. אלע תקנות ווערט געמאכט דורך די הסכמה פון אלע עלטערן. מען וועט אויך לערנען נארמאל ענגליש. סייענס. מוזיק. ארט. פלעיס. עקסערסייס. געזונט. בויען. וכו'
ב. נייע ישיבה. מען קען גיין וועלכע הוט מען וויל. שיעור גמרא. שיעור חומש. ענגליש. היסטוריה. נ"ך. הלכה. מוסר. חסידות. שרייבען. בויען. מוזיק. קאכען. נקיות. געזונטהייט. בויען זעלבסט זיכערקייט. מנהיגות. חשבון. באזוכען אנדערע לענדער און קולטורען. ביי 18 פערטיגט מען די ישיבה. מען באקומט צייכענונגען אז מען האט געפערטיגט ישיבה.
ג. ישיבה גבוה (כולל). נעמט אריין בחורים אין אינגעלייט. נאר ווער עס וויל זיך לערנען מער. מען מוז נישט זיצען אין כולל. אפילו אויב מען איז א בחור. דארף מען נישט גיין אין ישיבה גבוה. נאר גיין ארבעטען. מען וועלט אויס אין וועלכע מקצוע מען וויל זיך לערנען. מען פארהערט אויב די ביסט פאסיק פאר דער מקצוע. זיין א דיין 4 יאר. א שוחט. 2 יאר. זיין א מלמד 2 יאר. א סופר 4 יאר. א רב 6 יאר. א דרשן 2 יאר. א שרייבער 2 יאר. א ביזנעסמאן 4 יאר. א עיסקא בארגער 4 יאר. משגיח כשרות 4 יאר. חינוך מיוחד 4 יאר. שלום בית מאכער 4 יאר. חתן מדריך 2 יאר. הצלה 1 יאר. אא"וו. אלעס וועט זיין מיט שימוש. למשל העלפן א רב. אדער זאגען דרשות. וכו'. ווען מען פערטיגט באקומט מען א סערטיפיקעט אז מען האט געפערטיגט די מקצוע.
מען וועט נישט צאלען קיין כולל געלט. מען וועט געבן אן הלואה צו קענען לערנען במשך די יארן.
א מלמד אין אונזער מוסד, וועט מוזען האבן א סערטיפיקעט פון אונזער ישיבה גבוה.
ג. בית המדרש. יעדער איז וועלקאם צו ווערן א מעמבער. אלעס אין די בית המדרש וועט זיין לפי רצון המעמבערס. די רב וועט מוזען האבן א סערטיפיקעט פון אונזער ישיבה גבוה. אזוי אויך די גבאי. די מוהל אא"וו. די רב וועט באקומען א געהאלט. און ווערן ערוועלט יעדע 4 יאר. ער קען נאר זיין 2 מאל (אזוי ווי דער פרעזידענט). די ראש הקהל וועט אויך ווערן ערוועלט פאר 4 יאר. פאר 2 מאל. אזוי וועט קיינער נישט האבן קיין שאלות פון חתנו כבנו.
ד. כשרות/שחיטה. מיר געבן אן הכשר מיט א רעטינג סיסטעם. אאא = משגיח תמידי. אא = בטל בשישים. א = הפסד מרובה. ב = חלב סת"ם. אא"וו. יעדער וועט אויסוועלן וועלכע לעוועל הכשר ער וויל עסן.
דינגען די בעסטע שרייבערס צו מאכן PR פאר די מוסדות און קהילה. כדי די יושבי חושך זאלן איר נישט קענען באשמוצען.
עפענען סניפים פון מוסדות און יעדע חסידישע שטאט. אזוי ווי בית יעקב שולעס
עפענען א בית המדרש א יעדע מייל אזוי ווי YOUNG ISRAEL
ווען איך וואלט געוואוינט אין יוטאפיע וואלט איך געהאט די אלע זאכן אן דארפן צו קומען צו דיין לאטערי געוואונס, עכשיו שלא זכינו נאר מיר וואונען ליידער אין ירושלים דאמעריקא,
וועט אונז כל הון דעלמא נישט העלפן.
שמערלווען איך וואלט געוואוינט אין יוטאפיע וואלט איך געהאט די אלע זאכן אן דארפן צו קומען צו דיין לאטערי געוואונס, עכשיו שלא זכינו נאר מיר וואונען ליידער אין ירושלים דאמעריקא,
וועט אונז כל הון דעלמא נישט העלפן.
אמת רוב פון די זאכען איז א נארמאלע זאך ביי די מאדערן ארטאדאקס און א חלק פון דעם איז געווען נארמאל אינדערהיים.
היינט צו טאגס איז אונזער סיסטעם א צופאלענע סיסטעם וואס לויפט אן א ציל און אן חשבון. אבער ליידער וועט מען שרייען אז אזוי האט מען גטוהן זייט משה רבינו און מען טאר נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא.
ווען איך וואלט געווען רייך וואלט איך נאכגעמאכט ביל געיטס און געהאט סיפוק פון העלפן מיינע חסידישע ברודערס זיך ארויסצונעמן פון זייער אייגענע תפיסה.
איך וואלט געגבען א מיליאן דאלאר צו מאכן א כינוס כלל ישראל אויף די חורבנות הדור.
גאלדאיך זעץ זיך לערנען,
קיין ספק,
איך ענדשוי עס מער ווי אלעם,
כאף צו דורך לערנען על בריו נ"ך מיט אלע מפרשים, בבלי, ירושלמי, ד' חלקי שו"ע, רמב"ם, כל ספרי חסידות, שרייבן ספרים וכו' וכו',
דאונט געט מי ראנג, איך בין ליידער נישט דער גרעסטער צדיק, ס'מיר פשוט א גשמיות'דיגע עדיקשן,
מיין לערנען איז טאקע שלא לשמה, אבער איך מיין און איך האף אז ס'חלילה נישט לקנטר, נאר ע"מ שיקראנו רב
דאס איז א סגולה צו אריכת ימים. איך האב מורא אז דו וועסט זיין גאר אן אלטער איד ווען אלע דיינע חלומות וועלן מקויים ווערן...!
יעדער וואס חלומ'ט פון געווינען די לאטערי זאל וויסן אז ווען ער גייט עס געווינען גייט ער טון רוב טאג דאס וואס ער טוט יעצט אין די פרייע צייט. למשל, אויב איינער נוצט נישט אויס די איבריגע צוויי שעה אין טאג צו לערנען, זאל ער וויסן אז ער גייט ניישט עפענען קייין אידיש ספר נישט קיין חלק וויפיל געלט ער גייט האבן.
מהאי טעמא האלט איך אז אויב שמעקעדיג גייט געווינען די לאטערי, גייען מיר דארפן מאכן א מסיבת רבבה יעדע צוויי טעג.
אה... ממממ איך אלץ מיליאנער?
אלע רבנים וראשי ישיבות מעבר לים וועלן ביי מיר איינשטיין!
אנהייבן זאגן קרבנות פון פארענט (כ'דארף דאך נישט זיך יאגן)
געטוישט מיין גראסערי, פון כולל צו ברעדבעררי.
אה.... כ'וואלט אפשר געלאפן פאר אסעמבלימען...
די טערקן און די אידן זאגן גוט *
*קוקט אין חתימה.
פישל'ע העררינגאיך בעט דעם אויבערשטן, אז אויב איז מיך נישט באשערט צו זיין דער גליקליכע געוואונער, דאן זאל עס כאטש געוואונען דער יעניגע וועלכע אימפארטירט מעבל פון כינע... און זאל ער זיך אפלאזן פון דעם ביזנעס און גיין זיך זוכן אנדערע גליקן. #למעשה איז מעבל פון כינע ווערד א רעטעך, עס צעגייט זיך אונטער די הענט בשעת מען אינסטאלט עס, ואין כאן המקום להאריך.
איינע פון מיינע בעסטע ליינס זייט איך ליין דא...
הערסט באשעפער???? אויב נישט איך, דאן דער כינע מען!!! זאל ער זאפארט אויפהערן אריינברענגן די רעטעך! איי דאונט קער צו ער גייט זיין א מיליאנער! אלל איים עסקינג פאר איז ער זאל זיך אפלאזן פון די צוגייעדיגע סחורה!!!
מי כעמך ישראל!!!!
#למעשה, ווען איך געווין די 500 מיליאן, צאל איך אפ די חובות!!! און די איבריגע??? זאלן זיי ווארטן אויף מיין נעקסטע סקרעטש אוו...
איך פערזענליך האלט נישט אז ווייל איך האב נאכנישט געהעריג באשלאסן וואס צו טון מיט מיין צייט/געלט, דארף עס צו זיין א אפהאלט פון געווינען...
קודם אהער מיט די געלט, נאכדעם עמער זעהן....
ראפשיצער רב האט נישט סובל געווען קיין נערנים, האט ער אמאל צוגערופן א אינגל און עם געפרעגט וואס וואלטסו געטוהן ווען די טרעפסט א בערזל אין גאס מיט 1000$ אין דעם, זאגט ער וואס א שאלה אוודאי צוריק געבן. זארגט איהם ראפשיצער רב דו ביסט א שקרן.
רופט ער א צווייט אינגל און פרעגט די זעלבע שאלה ענטפערט ער איך נעם די געלט פאר מיר זאגט ער איהם דו ביסט א רשע.
פרעגט ער א דריט אינגל וואס וואלטסטו געטוהן ענטפערט ער וואס ווייס איך וואס מיין יצה"ר וועט דעמאלטס זיין.... וד"ל
האב איך אמאל געהערט, מ'פרעגט איינעם, אז דו טרעפסט א מיליאן דאלער אויפ'ן גאס, וואס וואלסטו געטון דערמיט?
ענטפער: אויב ווייס איך אז עס געהערט פאר א ארימאן, וואלט איך נישט געהאט קיין שום נסיון עס צוריקצוגעבן.....
Re: ווען איך וואלט געווען א רייכער מאן
שטילע אינגערמאןס'דא אפאר אידן אין בארא פארק ווערד 500מ. כהאב נישט געזעהן זיי האבן זיך גענומען דאס לעבן.
דאס איז ווייל זיי זענען שוין פארכאפט אין די כישוף ראד פון די תאווה פון מאכן נאך א דאלאר. אבער איינער וואס זעהט זיך איבערנאכט מיט 500 מעלאנעס, מיין איך איז ונבנתה'ס לעצטע אפציע די וועי טו גא
Re: ווען איך וואלט געווען א רייכער מאן
דער עומק פון די שאלה איז, וויפיהל פון דיין חלומות דארפען געלט? און וויפיהל פון זיי איז געלט נאר א חלק פון דער לעזונג?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: ווען איך וואלט געווען א רייכער מאן
ווען איך האב מעלאנעס, האב איך פלענער.
א. דינגען א שטאב נאכצופארשען השגחות אין אמעריקא. וועלכע באקאנטע ידיעות זענען אמת און וועלכע שקר? ט׳האט דען דער או. יו. השגחה תמידית אויף יעדער רעסטוראנט? איז דער וואלאווע אזוי זעלבסשטענדיג ווי ער טענה׳ט? וויאזוי פסקנ׳ן זיי הלכות? ווי אפט באקוקט מען פאבריקען? וויפיהל געלט נעמען זיי? ווי פרום זענען טאקע די שוחטים? וואס גענוי מיינט גלאט? וכו׳ וכו׳.
ב. נאכפארשען צדקות. איז שומרי החומות טאקע א סקעם? חסד לאברהם? איז יעדער אלמנה אין א"י געשטיצט צען מאל דורך פארשידענע ארגאניזאציעס? וויפיהל נעמען פראפעסיאנעלע פאנדרעיזער׳ס? וויפיהל בזיונות ליידט איינער וואס בעט געלט? ווער היט אויף די היטערס?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מען דארף נישט קיין געלט פאר דעם, מען דארף נאר עפענען די אויגן און גלייבן וואס מען זעהט. שפאר איין דיינע מעלאנעס אויף בעסערע זאכען, דו ווייסט שוין דער ענטפער.
דער מענטש לעבט אויף סיפוק, און געלט איז נאר איין זאך וואס מאכט סיפוק
ווען איך האב הונדרעט מעלאנעס, האלט איך עס פאר מיר....
און ווען דו האסט 200
1. איך וואלט גלייך געחאלישט צו האבן דאפלט וויפיל איך האב יעצט.
2. אויב בין איך א פערד פון וויליאמסבורג, וואלט איך שנעל גערופן די ריעל דיעל און זיך געלאזט באשרייבן.
3. וואלט גלייך געמאכט קאנעקשנס מיט גבאים פון יעדע פארשטינקענע רעבעלע אזוי ווען איך מאך חתונה וועלן זיי אנפילן דעם אויבן אן און אלע ראציגע יונגעלייט וועלן קוקן מיט גלאציגע אויגן.
דעס איז נאר די ערשטע 100 טעג. נאך קומט שפעטער.
ליטוואק פון בודאפעסטווען איך האב מעלאנעס, האב איך פלענער.
א. דינגען א שטאב נאכצופארשען השגחות אין אמעריקא. וועלכע באקאנטע ידיעות זענען אמת און וועלכע שקר? ט׳האט דען דער או. יו. השגחה תמידית אויף יעדער רעסטוראנט? איז דער וואלאווע אזוי זעלבסשטענדיג ווי ער טענה׳ט? וויאזוי פסקנ׳ן זיי הלכות? ווי אפט באקוקט מען פאבריקען? וויפיהל געלט נעמען זיי? ווי פרום זענען טאקע די שוחטים? וואס גענוי מיינט גלאט? וכו׳ וכו׳.
ב. נאכפארשען צדקות. איז שומרי החומות טאקע א סקעם? חסד לאברהם? איז יעדער אלמנה אין א"י געשטיצט צען מאל דורך פארשידענע ארגאניזאציעס? וויפיהל נעמען פראפעסיאנעלע פאנדרעיזער׳ס? וויפיהל בזיונות ליידט איינער וואס בעט געלט? ווער היט אויף די היטערס?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט: אויף צו פארווירקליכן דיינע חלומות און פראיעקטן איז א ביליאן דאללאר אויך נישט גענוג. און מ'מוז דאך לעבן פון עפעס אויך אינצווישן. מ'דארף צאלן רענט/מארגידזש. קאר פעימענטס. (חוץ אויב דו דרייווסט א ישיבה'שע קאר.). מאכן בר מצוות, חתונות ברית'ן קידושים, שבע ברכות...וכו'. און א ביסל פארן אויף וואקאציע קיין פלארידא אדער קאליפארניע... וועלכער בר דעת איז דען נישט געווען 2-3 מאל אין ארץ ישראל מיט די גאנצע משפחה...?! און געבן שיינע נתינות פאר מוסדות ה'טעירעה כדי צו זיין אן אורח הכבוד. און זיי זאללן אויסהערן דיינע בויך דריקענישן. (אזוי ווי מיינע.)...!