☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » א דריטע אינטיפאדע רח"ל?

א דריטע אינטיפאדע רח"ל?

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7471

אפטעמיסט » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 6:13 pm

· #231469
א דריטע אינטיפאדע רח"ל?
א פרישע טעראר אטאקע איז איצט פארגעקומען אין ירושלים ווען א מאן פארענדיג אויף א מאטאר ביציקל האט זיך אפגעשטעלט און געשאסן א באקאנטער רעכטער אקטיוויסט און קעמפער פאר אידן-רעכטן אויפ'ן הר הבית — יהודה גליק.

גליק איז אין א קריטישע צושטאנד און דער מערדער איז אנטלאפן. ווי די פאליציי גיבט אן איז די רעדע ווארשיינלעך פון א פלאנירטער מערדעריי דורך אויפגעברויזטע אראבער. דאס אלעס קומט נאך גאר אנגעצויגענע טעג אין ירושלים און מאנכע רעדן שוין וועגן א דריטע אינטיפאדע.
IMG-20141029-WA0027.jpg

שאולדיספריםפאקער » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 6:50 pm

· #231477
כ׳הער זאגן אז עס איז יד ישראל באמצע

מאטי » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:00 pm

· #231478
כ'הער זאגן אז כ'הער זאגן.

קאווע טרינקער » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:44 pm

· #231500
שאולדיספריםפאקער
כ׳הער זאגן אז עס איז יד ישראל באמצע

ריכטיג, מ'האט אים געשאסן מיט ישראלישע וואפן.

סאשי פיש » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:49 pm

· #231508
בילדער פון אים אויפען הר הבית.
אויף די צעטל שטייט אז ער גייט רעדן אין די פלאץ אזוי האט מען געוואוסט אז ער איז דארטען און מען האט אים געשאסען.
image.jpg image.jpg image.jpg

chusid » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:30 pm

· #231518
בדרך אגב איז דא נאך א הייסע נייעס ארום מדינת ישראל אז א הויעכראנגיגער אין די אבאמא אדמיניסטרציע האט געזאגט chike..s..t.אויף נתיניהו. וואס מיינט עס?

גראף » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:33 pm

· #231520
שאולדיספריםפאקער
כ׳הער זאגן אז עס איז יד ישראל באמצע

נו... די ציונים זענען אלס שולדיג...

ישראל קאפקע » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:38 pm

· #231521
chusid
בדרך אגב איז דא נאך א הייסע נייעס ארום מדינת ישראל אז א הויעכראנגיגער אין די אבאמא אדמיניסטרציע האט געזאגט chike..s..t.אויף נתיניהו. וואס מיינט עס?

דאס וואס בלייבט אויף אלע היימישע גאסן (און אויף די קאפלעך/הוטן פון שלימזלנים) נאכן מאכן כפרות.

קינד_אן_קייט » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:41 pm

· #231523
chusid
א הויעכראנגיגער אין די אבאמא אדמיניסטרציע האט געזאגט chike..s..t.אויף נתיניהו. וואס מיינט עס?

א שאלה פאר די מבינים אין ״שפראך און גראמאטיק״, אבער נאדיר: איך לעזאזל מתרגמים "צ'יקן שיט"?

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:09 am

· #231638
ספעציעלע פאליציי קרעפטען האבען ארומגענומען די הויז פונעם שיסער ער האט געפענט פייער פון די דאך מען האט פארשטייציך צוריקגעשאסען און אים אומגעברענגט אויפן פלאץ.
דא ליגט ער.
image.jpg
די פאליציי.
image.jpg
מען שפארט אפ די הויז, מען זאגט אז מען גייט צו ווארפען די הויז אין די קומענדיגע שעות
image.jpg
א קראנץ בלומען
image.jpg

פליישיגער » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:53 am

· #231648
די הר הבית גייט נאך זיין אפען פאר אידן? אדער די מדינה וויל שוין נישט

גימפל » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 8:11 am

· #233017
א פרישע טעראר אטאקע היינט און ירושלים רח"ל.
<a class="postlink" href="http://www.timesofisrael.com/driver-plows-into-jerusalem-crowd-in-suspected-terror-attack/">http://www.timesofisrael.com/driver-plo ... or-attack/</a>

סימפל » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 9:28 am

· #233035
וואטש לינקס אויבן.
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=7ibAhz_RSyY">http://www.youtube.com/watch?v=7ibAhz_RSyY</a>

אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 2:08 pm

· #233091
וואס האט דאס מיט טעראר?

קאסטנער » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 3:13 pm

· #233106
א פרישע טעראר אטאקע האט יעצט פאסירט ווען א קאר איז אריינגעפארן אין א גרופע סאלדאטן.
ארום פינף פין זיי זענען פארוואנדעט געווארן אין די קאר האט געמאכט פליטה. א מאסיווע זיכעריי איז אין קראפט

גימפל » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 3:16 pm

· #233107
/
📎 Screenshot_2014-11-05-15.jpg

אפטעמיסט » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 9:51 am

· #234015
נאך א טעראר אטאקע פריער אין תל אביב וואו א פאלעסטינער האט דערשטאכן א סאלדאט אין אים קריטיש פארוואונדעט ר"ל. דער טעראריסט איז געכאפט געווארן.

קאסטנער » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 9:58 am

· #234017
נאך א טעראר אטאקע האט יעצט פאסירט ווען א אראבער האט געשטאכן דריי ציווילע.
די טעראריסט איז געווארן געשאסן צום טויט

אפטעמיסט » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 9:58 am

· #234018
ברעיקינג: בשעת איך שרייב די שורות איז פארגעקומען נאך א טעראר אטאקע, דאס מאל אין אלון שבות, וואו דריי ישראלים זענען געשטאכן געווארן — איינער אין א קריטישע צושטאנד. דער טעראריסט איז אומגעברענגט געווארן.

מ'האקט

קאסטנער » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:09 am

· #234019
איינס פין די דריי א אינג מיידל איז יעצט אוועק רח״ל.
די אנדערע צוויי זענען קריטיש.

אפטעמיסט » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:20 am

· #234022
באריכטן געבן אן אז דער טעראריסט איז נישט טויט. ער איז געשאסן געווארן און געפונט זיך אין א סטאבילע צושטאנד.

אפטעמיסט » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:41 am

· #234027
אן אראבער האט יעצט פרובירט צו שטעכן א וועכטער ביים רכבת הקלה אין ירושלים. Developing#

די פרוי וואס איז אומגעקומען אין אלון שבות איז 25-יאר-אלט

אויליגער » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 11:09 am

· #234030
קאסטנער
איינס פין די דריי א אינג מיידל איז יעצט אוועק רח״ל.
די אנדערע צוויי זענען קריטיש.


נעבעך א פערצען יעריגע מיידעל
ברוך דיין האמת

אפטעמיסט » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 2:52 pm

· #234057
בד"ה: דער סאלדאט וואס איז דערשטאכן געווארן פריער אין טאג אין תל-אביב, איז איצט אומגעקומען פון זיינע וואונדען.

אפטעמיסט » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 3:01 pm

· #234059
ווידיאו פון די טעראר אטאקע אין אלון שבות <a class="postlink" href="http://m.youtube.com/watch?v=YAFo4D-zuJ0">http://m.youtube.com/watch?v=YAFo4D-zuJ0</a>

אפטעמיסט » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 3:03 pm

· #234061
ISRAEL: CONFIRMED INFILTRATION - Sirens now in Kochav Yaakov and Tel Tzion alerting residents to close lights, lock doors and stay indoors.

לאליפאפ » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 3:09 pm

· #234062
אפטעמיסט
בד"ה: דער סאלדאט וואס איז דערשטאכן געווארן פריער אין טאג אין תל-אביב, איז איצט אומגעקומען פון זיינע וואונדען.

השם יקום דמו
📎 IMG-20141110-WA0026.jpg

אפטעמיסט » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 11:52 pm

· #234151
דער טעראריסט וואס האט געשטאכן און אומגעברענגט דעם סאלדאט אין תל-אביב ערהוילט זיך אין א מד"י שפיטאל.

באמערקט ווי ער איז צוגעבינדען צום בעט מיט קייטען.
IMG_20141110_234942.jpg

גיבור » מיטוואך מאי 25, 2016 2:19 pm

· #334552
אפטעמיסט
א פרישע טעראר אטאקע איז איצט פארגעקומען אין ירושלים ווען א מאן פארענדיג אויף א מאטאר ביציקל האט זיך אפגעשטעלט און געשאסן א באקאנטער רעכטער אקטיוויסט און קעמפער פאר אידן-רעכטן אויפ'ן הר הבית — יהודה גליק.

גליק איז אין א קריטישע צושטאנד און דער מערדער איז אנטלאפן. ווי די פאליציי גיבט אן איז די רעדע ווארשיינלעך פון א פלאנירטער מערדעריי דורך אויפגעברויזטע אראבער. דאס אלעס קומט נאך גאר אנגעצויגענע טעג אין ירושלים און מאנכע רעדן שוין וועגן א דריטע אינטיפאדע.

יהודה גליק איז היינט איינגעשוואירען געווארן אלס חבר כנסת, ער האט געמאכט א "שהחיינו" בשם ומלכות, דאס קומט נאכדעם וואס די שר הבטחון בוגי יעלון האט זיך אפגעזאגט פון זיין אמט און פון כנסת,- ווייל ביבי האט אריינגענומען ליבערמאן אין קאאליציע צוזאגנדיג אז ער וועט מאכן פאר שר הבטחון אויפן פלאץ פון בוגי- און יהודה גליק איז די קומענדיגע אויפן ליסט פון ליכוד.

היינט אינדערפרי איז ער נאך צום לעצט ארויף אויפן הר הבית, נאך וואס ביבי לאזט נישט קיין חברי כנסת ארויפגיין, כדי נישט אנצורייצן די אראבער.

אזוי אויך האט ער באקומען סעקיורעטי (אבטחה צמודה), נאך וואס מען האט עם שוין פרובירט איינמאל צו אוועקלייגן.
IMG-20141029-WA0027[1].jpg images[9].jpg