☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מידטוירם עלעקשנס 2014, נייעס, אנקעטעס, וואלנאכט רעזולטאטן,

מידטוירם עלעקשנס 2014, נייעס, אנקעטעס, וואלנאכט רעזולטאטן,

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7469

ישראל קאפקע » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:37 pm

· #231379
מידטוירם עלעקשנס 2014, נייעס, אנקעטעס, וואלנאכט רעזולטאטן,
ווען גייט זיין די מידטוירם עלעקשנס?
די עלעקשנס קומען פאר קומענדע דינסטאג נאוועמבער 4, לויט דעם געזעץ דארפן אלע נאציאנאלע עלעקשנס פארקומען די ערשטע דינסטאג פון נאוועמבער,

וואס מיינט דאס 'מידטוירם' עלעקשנס?
מידטוירם וואלן זענען די עלעקשנס וואס ווערט אפגעהאלטן דורכאויס אמעריקע אינמיטן דעם פרעזידענטס טערמין, ווי אלע אנדערע עלעקשנס ווערט עס אפגעהאלטן די ערשטע דינסטאג פון נאוועמבער,

וואס גייט מען וועלן אין די איצטיגע מידטוירם עלעקשנס?
מען וועלט פאר אלע מעמבערס פון די האוז אוו רעפרעזעטעטיווס (קאנגרעס) וואס אלע (435) קאנגרעסלייט האבן צוויי יעריגע טערמינען, און לויפן פאר ווידערוויילונג יעדע צוויי יאר,
אויך וועלט מען פאר א דריטל פון די סענאט, וואס האט הונדערט מיטגלידער, צוויי פער שטאאט, און יעדע צוויי יאר לויפן דריי און דרייסיג סענאטארן פאר ווידערוויילונג,

וואס איז די איצטיגע פארטייאישע צוזאמשטעל אין די האוז און סענאט?
אין די האוז האבן די רעפובליקאנער א אויבערהאנט פון 234 צו 199 דעמאקראטן,
אין סענאט האבן די דעמאקראטן אן אויבערהאנט פון 55 (אריינגערעכנט צוויי זעלבסטשטענדיגע וואס וועלן מיט די דעמאקראטן) צו 45 פאר די רעפובליקאנער,

וואס זענען די אונטערליגענדע פאקטארן וואס וועלן אויספארמען די איצטיגע וואלן?
די דעמאקראטן זענען אין א שווערע פאזיציע צוליב עטליכע פאקטארן,
1)היסטאריש פארלירט די פארטיי פון די אמטירנדן פרעזידענט אין די מידטוירם וואלן צו די אנדערע פארטיי,
2) פון די 36 סענאט זיצן וואס וועלן געשטימט ווערן היי יאר דארפן די דעמאקראטן פארטיידיגן 21 זיצן,
3)זיבן פון די דעמאקראטישע זיצן וואס מען גייט וועלן זענען אין רעכט גענויגטע שטאאטן וואו אבאמא האט פארלוירן צו ראמני אין 2012,
4)אבאמא איז היבש אומפאפולאר און די עקאנאמיע איז אויך נישט זייער גוט,

וואס איז די אטמאספער אין די פאליטישע קארידארן איבער די אויסגאנג פון די מידטוירם עלעקשנס?
די אנגענומענע מיינונג איז אז די רעפובליקאנער גייען צובאקומען עטליכע זיצן אין די האוז (וואו זיי זענען שוין יעצט א רוב), און פיל מער וויכטיג איז אנגענומען אז די רעפובליקאנער גייען צובאקומען זעקס ביז אכט סענאטארן, און אזוי האבן א רוב אין ביידע הייזער,

וואס פאסירט אויב די רעפובליקאנער באקומען צו פינף זיצן און די סענאט איז צעטיילט 50/50?
אין אזא פאל איז דער וויצע פרעזידענט די דעצידירנדע שטימע, וואס דאס וועט עפעקטיוו האלטן די סענאט ביי די דעמאקראטן,

וואס זענען די וויכטיגע סענאט פארמעסטן?
די וויכטיגע פארמעסטן זענען
1)קאלאראדא
2)ארקענסאו
3)אייווא
4)נארט קאראליינע
5)לואיזיאנע
6)אלאסקע
7)דזשארדזשיע
8) ניו העמפשיר,
איך האף אי''ה צו לייגן מער אינפארמאציע אינדיווידועל איבער די וויכטיגע סענאט און גאווערנאר פארמעסטן,
📎 Screenshot_2014-10-27-21-03-07-1.png 📎 Screenshot_2014-10-29-15-13-42-1.png

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 4:42 pm

· #231449
ישראל קאפקע: ייש"כ. צוויי אישוס איבער וועלכע דער נצחון אדער פארלוסט פון די דעמאקראטישע מאיאריטעט אין סענאט וועט זיך דרייען. 1) די שטארקייט פון די עקאנאמיע: 2)העלט קעיר/אבאמאקעיר:
איבער די עקאנאמיע קומען אייביג ארויס פרישע באריכטן פון דעם מצב. פון אבאמאקעיר הערט מען נישט לעצטנס
אויב די דעמאקראטן וועלן פארלירן די מאיאריטעט אין סענאט, וועט פרעזידענט אבאמא באמת זיין א "לעים-דאק" פרעזידענט. ספעציעל, אויב די רעפובליקאנער אין "הויז" גייען אויפנעמען א נייעם, שטרענגערן "ספיקער". וועט דער פרעזידענט נישט קענען גארנישט אדורכפיהרן...!

ישראל קאפקע » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:19 pm

· #231459
[ציטאט אראפגענומען]

קומענדיגע דינסטאג.

ישמעאל הכהן » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:42 pm

· #231460
גאווערנאר קאומא באזוכט יעצט מרן האדמו''ר מהרי''י מ'סאטמאר אין וויליאמסבורג בביתו צו די בעפארשטייענדע וואלן דעם דינסטאג.

📎 IMG-20141029-WA0186.jpg

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:59 pm

· #231463
ישמעאל הכהן
גאווערנאר קאומא באזוכט יעצט מרן האדמו''ר מהרי''י מ'סאטמאר אין וויליאמסבורג בביתו צו די בעפארשטייענדע וואלן דעם דינסטאג.

📎 IMG-20141029-WA0186.jpg

איך זעה אז מ'האט אריינגערופן אלע עקספערטן און ספעציאליסטן. א חוץ משה גבאי איז משה דוד נידערמאן אויכעט דארט...!

ישמעאל הכהן » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:05 pm

· #231480
נעמט ראט ביי ר' משה גבאי וויאזוי צו געווינען וואלן...

📎 IMG-20141029-WA0210.jpg

גראף » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:48 pm

· #231525
[quote="ישמעאל הכהן"]נעמט ראט ביי ר' משה גבאי וויאזוי צו געווינען וואלן...

דאס ערשטע מאל איך לײען ר׳ משה גבאי.
איך מײן גארנישט.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 8:47 am

· #231621
אויבן; אויסערליכע-גרופע ספענדינג אין די וויכטיגע סענאט פארמעסטן,
אונטן; קאמפיין טעלעוויזיע עדס פון די קאנדידאטן-פארטייען און אויסערליכע גרופעס, אין די וויכטיגע סענאט פארמעסטן.
📎 Screenshot_2014-10-30-08-45-13-1.png 📎 Screenshot_2014-10-30-08-53-19-1.png

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 9:08 am

· #231625
נארט קאראליינע, ד. העיגן/ר. טיליס.
אין נארט קאראליינע לויפט רעפובליקאנער טאם טיליס קעגן אמטירנדן דעמאקראט קעי העיגן, אין דעם טייערסטן סענאט פארמעסט דעם יאר, אויך לויפט אן אינדעפענדענט קאנדידאט העג,

אן אנקעטע פון מענמאטה יונווערסיטי 10/23-10/26
העיגן 48 טיליס 46 העג 1
עלאן יוניווערסיטי. 10/21-10/25
העיגן 45 טיליס 41
סוירוועי יו.עס.עי. 10/21-10/25
העיגן 44 טיליס 44 העג 5
📎 Screenshot_2014-10-30-08-37-56-1.png

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 9:39 pm

· #231842
אופטש. . . דעמאקראטישע שאנסן האבן געטראסקעט לויט 538,
📎 Screenshot_2014-10-29-10-46-55-1.png 📎 Screenshot_2014-10-30-21-36-09-1.png

ישראל קאפקע » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:23 am

· #231913
[ציטאט אראפגענומען]


לויטער נארישקייטן, יעצט גייען די דעמאקראטן פארלירן פינף צען האוז סיטס מערסטנס, נאט עי ביג דיעל, אינצווישן האבן די דעמאקראטן צובאקומען אכט זיצן אין 2012,
עס שרייבט פיר יאר אלטע נייעס כאילו עס האט עפעס מיט היינט.

פישלע העררינג » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 11:03 am

· #231919
שמעתי אז דער בעסטע וועג וויאזוי צו מעסטן די וואל אויסקוק איז ביי די פלעצער ווי מענטשן וועטן זיך איבער דער אדער יענער קאנדידאט. ווען "מאני איז אן דע ליין" רעפלעקטירט עס די אמת פיהל מער ווי די אנקעטעס. איך האב נישט מברר געוועהן אויב עס האט אן אמת דערצו.

א דוגמא פאר די 16' פרעזידענטליכע פריימערי:
<a class="postlink" href="http://www.oddschecker.com/politics/us-politics/us-presidential-election-2016/democrat-candidate">http://www.oddschecker.com/politics/us- ... -candidate</a>

ישראל קאפקע » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 7:41 pm

· #232007
קאלאראדא, ד. אודעל - ר. גארדנער
אין קאלאראדא לויפט רעפובליקאנער קארי גארדנער קעגן אמטירנדן מארק אודעל,
די פארמעסט הא זיך פארשמעלערט אין די לעצטיגע טעג, נאכדעם וואס אינמיטן פון לעצטע וואך האבן עטליכע אנקעטעס געגעבן פאר ר. גארדנער א זיבן פונקט אויבערהאנט,
יוגאוו. 10/25~10/31 גארדנער 43% אודעל 42% רעפוב. +1
(באמערקט אז אנקעטע ענטהאלט ענטפערס פון 10/25)
פי.פי.פי. 10/28~10/29 גארדנער 48% אודעל 48% רעפוב. +0
סוירוועי יו עס עי. 10/27~10/29 גארדנער 46% אודעל 44% רעפוב. +2
וואקס פאפולי, 10/26~10/27 גארדנער 46% אודעל 43% רעפוב. +3
קוויניפיאק , 10/22~10/27 גארדנער 46% אודעל 39% רעפוב. +7
📎 Screenshot_2014-11-01-20-10-08-1.png

ישראל קאפקע » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 8:27 pm

· #232013
אייאווא, ר. ערנסט ד. ברעילי,
אין אייווא לויפט רעפובליקאנער דזשאדי ערנסט קעגן ברוס ברעילי צו ערזעצן טאם הארקין א דעמאקראט וואס רעטייערט נאך דרייסיג יאר, די פארמעסט איז זייער ענג אין די לעצטע וואך צוויי, לויטן לעצטן אנקעטע האט דעמ. ברעילי אן איין פונקט אויבערהאנט, אבער די אנקעטע האט נאך ציפערן פון אקטאבער 25,
📎 Screenshot_2014-11-01-20-28-40-1.png

בשבילי! » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 8:36 pm

· #232014
די לעצטע פאול פון די ״די מאון רעידזשעסטעיר״ אין אייאווע גיט א זיבן פוינט ליד פאר'ן רעפובליקען ערענסט איבער איר קעגנער ברעילי.

ישראל קאפקע » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 8:47 pm

· #232017
בשבילי!
די לעצטע פאול פון די ״די מאון רעידזשעסטעיר״ אין אייאווע גיט א זיבן פוינט ליד פאר'ן רעפובליקען ערענסט איבער איר קעגנער ברעילי.

נישט געזען, ס'ארויס געקומען א שעה צוריק,

דזשאדי ערנסט 51% ר.
ברוס ברעילי 44% ד.

ישראל קאפקע » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 9:11 pm

· #232021
ישראל קאפקע
אופטש. . . דעמאקראטישע שאנסן האבן געטראסקעט לויט 538,

יעצט מוצאי שבת דערהיינטיגט,
רעפובליקאנער 71.6% דעמאקראטן 28.6%!
מן הסתם וועגן די לעצטע אייווא אנקעטע.
📎 Screenshot_2014-11-01-21-12-13-1.png

ישראל קאפקע » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 4:16 am

· #232391
ישראל קאפקע
ישראל קאפקע
אופטש. . . דעמאקראטישע שאנסן האבן געטראסקעט לויט 538,

יעצט מוצאי שבת דערהיינטיגט,
רעפובליקאנער 71.6% דעמאקראטן 28.6%!
מן הסתם וועגן די לעצטע אייווא אנקעטע.

מאנטאג צופרי
74.0% רעפובליקאנער
26.0% דעמאקראטן

יואב » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 12:28 pm

· #232778
אויף Real Clear Politics זע איך איז היינט ארויסגעקומען בלויז איין אנקעטע איבער די עלעקשאנס. ס'שיינט מיר צו זיין אזא בחינה ווי ערב יום כיפור איז פארהאן דאס קלענסטע סליחות.

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 2:03 pm

· #232814
BREAKING: preliminary exit poll in Boro park
. 😂
📎 Screenshot_2014-11-04-14-00-54-1.png

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 6:41 pm

· #232883
Competitive Senate Races
די רעפובליקאנער דארפן האלטן די דריי רעפובליקאנער זיצן וואס זענען קאמפעטיטיוו (רעכטס) און אויפפיקן זעקס פון די דעמאקראטיש געהאלטענע סיטס (לינקס),
אויב די דעמאקראטן ענדיגן די נאכט מיט סיי וועלכע פינף פון די דרייצן זיצן איז די סענאט א טאי 50%-50%, און מיט די וויצע פרעזידענט בלייבט די סענאט אין דעמאקראטישע הענט,
📎 Screenshot_2014-11-04-18-23-28-1.png

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 7:23 pm

· #232892
פאליטיקאו קאלט קענטאקי פאר די רעפובליקאנער מעקאנל,
אויב די רעפובליקאנער פיקן אויף די סענאט היינט נאכט ווער מעקאנל די מעדזשאריטי לידער.

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 7:52 pm

· #232897
פלארידע גובערנאטאר פארמעסט
מיט 43% געציילט איז טשארלי קריסט קודם רעפובליקאנער דערנאך אינדעפענדנט און יעצט דעמאקראט, מיט א קארגע דריי פונקטן פאראויס פון זיין רעפובליקאנער קעגנער, די איצטיגע גאווערנער איז א רעפובליקאנער.

אפדעיט,
50% געציילט
קריסט 47.5%
סקאט 47.4%

#NailBiter

Wow!
64% געציילט
סקאט 47.6% 1,701,010 שטימען
קריסט 47.6% 1,700,890 שטימען!

85% געציילט
סקאט דריי פונקטן פאראויס פון דעמאקראט קריסט,

מען קען שוין אננעמען אז פלארידע בלייבט ביי די רעפובליקאנער.

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 9:59 pm

· #232930
[ציטאט אראפגענומען]

עס קוקט אויס ווי א בלוטבאד פאר די דעמאקראטן!
די רעפובליקאנער גייען מיין הסתם צובאקומען זיבן אכט זיצן!
איך געב אויף, נישט דא מער וואס צו זען, 😲

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 10:47 pm

· #232957
זאל זיי וואויל באקומען, טוויטער איז פרי!

קאסטנער » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 10:51 pm

· #232959
די רעפאבליקאנער האבן איבערגענימען סענאט
יעצט וועלען זיי קאנטרלירען קאנגרעס אין סענאט

האט איינער א דאזע סליפינג פילס פארן פרעזידענט?

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 10:55 pm

· #232962
קיין סאך גייט זיך נישט טוישן די לעצטע צוויי יאר פון אבאמא'ס קאדענץ, די רעפובליקאנער גייען נאר זיין מער עפעקטיוו אין גארנישט דורכפירן אין קאנגרעס און אין סענאט

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 11:21 pm

· #232975
דעמאקראטן זענען טאוסט
פארלוירן פלארידע גאוו. וויסקאנסין גאוו.
לענדסלייד פארלוסטן אין ארקענסאו, קאלאראדא, דזשארדזשיע, קענזעס, קענטאקי,
פארלוירן אין אייווא, נארט קאראליינע,
געוואונען מיט א האר אין ניו העמפשיר,
מן הסתם היפש פארלוירן אין אלאסקע אויך.

א זאפטיגע בלוטבאד!

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 11:27 pm

· #232978
50.7% געציילט
ר' דוב הייקינד 76.3%
הרב נחמן קאללער 23.7%

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 11:47 pm

· #232985
69.6% געציילט
הייקינד 77.0%
קאלער 23.0%

ישראל קאפקע » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 1:17 am

· #233003
ערשטע מאל,
הונדערט פרויען אין האוז און סענאט,
איין אין ניינציג יאר צוריק איז געווען איין פרוי אין קאנגרעס!
📎 IMG_20141105_011434.jpg

דריידל » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 1:55 am

· #233008
ישראל קאפקע
קיין סאך גייט זיך נישט טוישן די לעצטע צוויי יאר פון אבאמא'ס קאדענץ, די רעפובליקאנער גייען נאר זיין מער עפעקטיוו אין גארנישט דורכפירן אין קאנגרעס און אין סענאט


א פרעזידענט אין די לעצטע טערמין האט א געלעגענהייט צו שטיפן זיין אגענדע אפילו ס'איז ראדיקאל, צוליב דעם וואס ער דארף מער פאר קיינעם נישט אפגעבן קיין חשבון. דאס אז די רעפובליקאנער קאנטראלירן ביידע הייזער וועט אים האלטן אין די ראמען

לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קאפיטאלי

ישראל קאפקע » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 2:15 am

· #233009
דריידל
ישראל קאפקע
קיין סאך גייט זיך נישט טוישן די לעצטע צוויי יאר פון אבאמא'ס קאדענץ, די רעפובליקאנער גייען נאר זיין מער עפעקטיוו אין גארנישט דורכפירן אין קאנגרעס און אין סענאט


א פרעזידענט אין די לעצטע טערמין האט א געלעגענהייט צו שטיפן זיין אגענדע אפילו ס'איז ראדיקאל, צוליב דעם וואס ער דארף מער פאר קיינעם נישט אפגעבן קיין חשבון. דאס אז די רעפובליקאנער קאנטראלירן ביידע הייזער וועט אים האלטן אין די ראמען

לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קאפיטאלי

דאס איז ביי א געווענליכע פרעזידענטשאפט, אנדערש מיט אבאמא וואס די רעפובליקאנער האבן אים נישט געלאזט דורכפירן גארנישט זייט 2010, אבער צו קענען דורכפירן זייער אייגענע אגענדע דארפן זיי צוקומען צו פרעזידענט אויך, סאו די לעצטע פיר יאר האט קאנגרעס סייווי כמעט גארנישט דורכגעפירט,
איצט גייען זיי זיין נאך מער עפעקטיוו אין 'טון גארנישט',

בשבילי! » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 2:22 am

· #233011
IMG-20141105-WA0005.jpg

ישראל קאפקע » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 8:48 am

· #233020
Wow
רעפובליקאנער גייען נאך ווארשיינליך צובאקומען נאך דריי זיצן!! 55 - 45 פאר די דעמאקראטן.
📎 Screenshot_2014-11-05-08-45-38-1.png

ישראל קאפקע » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 9:00 am

· #233024
אין סענאט ניין, אפשר מער!
אין די האוז האבן די רעפובליקאנער צובאקומען צען-צוועלף, זיי האבן יעצט די מערסטע קאנגרעסלייט זייט די ניינצן צוואנציגער!

ישראל קאפקע » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 9:22 am

· #233033
עס קוקט אויס אז די דעמאקראטן האבן זיך צעמענטירט אין די צפון מזרח (נארט איסט) וואו זיי האבן אנגעהאלטן א סענאט זיץ אין ניו העמפשיר, (און ניו דזשערזי) און אויפגעפיקט א גאווערנער זיץ אן פענסילוועניע וואס איז געווען ביי די רעפובליקאנער,

חוץ דעם האבן זיי געהאט א בלוטבאד אין די דיעפ סאוט, אין אין די בייבל בעלט, און נישט באוויזן צו איבערנעמען גאווערנער זיצן אין וויסקאנסין און אין פלארידע, בקיצור האבן די דעמאקראטן פארלוירן אלע זייערע זיצן אין רעכט גענויגטע שטאאטן וואס זיי האבן אויפגעפיקט אין 2008 ווען אבאמא איז געלאפן צום ערשטן מאל וואס דאס האט געהאלפן דעמאקראטן געוואונען אין רעכט גענויגטע אדער צענטריסטישע שטאטן,

מ גפני » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 9:48 am

· #233042
דאס האבן דעם סענאט און קאנגרעס וועט העלפן די רעפובליקאנער זיך צו רי-ארגענייזן און ארויסשטעלן א נארמאלען קאנדידאט פאר די קומענדיגע פרעזידענט וואלן? אדער דאס האבן דעם סענאט און קאנגרעס גייט זיי מאכן צופרידן אז זיי דארפן זיך מער נישט איבערארבעטן

יואב » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 10:13 am

· #233046
/
IMG-20141105-WA0072.jpg