☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז אייער ביהמ"ד'ס רב נאנט מיט די מתפללים?

איז אייער ביהמ"ד'ס רב נאנט מיט די מתפללים?

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7460

קאווע טרינקער » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 9:50 am

· #230916
האסט געוואלט ער זאל זיין נאנט מיט די מתפללים בשעת זיין קאפ ליגט נאר ביי די מתפללות?
-
כידוע וכנהוג, וועט אייביג זיין טענות אויפן רב. אויב איז ער צו נאנט, וועלן געוויסע מתפללים אים חושד זיין בחנופה! פארקערט, וועלן געוויסע זיך וואונדערן "איך בין נישט געווען דא ביי שחרית, און די רב פרעגט נישט וואו איך בין געווען?" - וויאזוי ער זאל נאר טוהן וועט נישט זיין גוט.
מיין רב גראדע, איז א *סס*אלל, ער וועט שמייכלען צו דיר אין בית המדרש, אבער אויב זעהט ער דיך אויפן גאס וועט ער דיר ניטאמאל באמערקען, און אויב יא, וועט ער דיר ווייזען א זויער פנים. - פארוואס איך דאווען דארט? ווייל ס'מיר באקוועם דארט. ווען ער מאכט חתונה גיי איך, אבער צו זיין לויה? מן הסתם נישט.

לית דין בר נש » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 9:55 am

· #230922
קאווע טרינקער
ווען ער מאכט חתונה גיי איך, אבער צו זיין לויה? מן הסתם נישט.

מאי שנא?

קאווע טרינקער » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 9:57 am

· #230924
הכרת הטוב.
משא"כ א טויטע מענטש, וואס איז "לית דין בר נש".

shem-tov » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 9:57 am

· #230925
וואס טוט זיך מיטן טוב ללכת

קאווע טרינקער » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:02 am

· #230929
וואס טוט זיך מיט ואהבת את ה' אלוקיך....

כ'האב א לאנגע ליסטע ביז טוב ללכת

חכם עתיק » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 4:14 pm

· #231199
די אלע וואס האבן די ביהמ"ד פאר פרנסה, און ווערדעניש, מוזן זיין נאנט צו די מתפללים צו קענען לעזן אפאר דאללער. טאקע אמאל געהערט פון אזא רב, אז ער קען נישט שטיל מאכן די שמועסערס, ווייל זיי זענען זיינע שטיצערס.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 4:39 pm

· #231209
חכם עתיק
די אלע וואס האבן די ביהמ"ד פאר פרנסה, און ווערדעניש, מוזן זיין נאנט צו די מתפללים צו קענען לעזן אפאר דאללער. טאקע אמאל געהערט פון אזא רב, אז ער קען נישט שטיל מאכן די שמועסערס, ווייל זיי זענען זיינע שטיצערס.

נו, איז דאך דער הייליגער ברך משה זי"ע גערעכט געוועין. ער האט אמל מסביר געוועין פארוואס דער רב פון ביהמ"ד מוז זיין אן עושר. אזוי מוז ער נישט אנקומען צו די מתפללים, און ער קען זיי זאגן מוסר...!

שלמה המלך » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:24 pm

· #231949
שטיל מאכען די שמיסערס איז נישט גענוג זיין אן עושר נאר מ'מיז זיין א תקיף אויך.... די רב קען זיך בעטען צי זיין שטיל און מפייפט אריין, ער מיז קענען נעמען קאטס אין שרייען אדער פארשיקען א.ד.ג. ווייל אנדעם איז זייער שווער!

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 20, 2016 8:10 pm

· #338474
א פרישע סקאנדאל, דאס מאל א מרביץ תורה, שווימט ארויף אלץ א סעריעל נואף!

דעת תורה » מאנטאג יוני 20, 2016 8:24 pm

· #338478
Re: איז אייער ביהמ"ד'ס רב נאנט מיט די מתפללים?
א היימישע זאך? דאהי?

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 20, 2016 9:33 pm

· #338483
<a class="postlink" href="http://m.ch10.co.il/news/290678/">http://m.ch10.co.il/news/290678/</a>

געוואלדיג » מאנטאג יוני 20, 2016 9:58 pm

· #338485
פארוואס איז אוממעגליך צו טרעפן די פעיסבוק בלאט פון די "לא תשתוק" ארגענעזאציע וואס האבן דאס לכאורה די ערשטע מפרסם געווען?

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 20, 2016 11:20 pm

· #338490
<a class="postlink" href="http://www.kolhalashon.com/New/Shiurim.aspx?Lang=English&Path=English%7CEGmr%7CR7512%7CNashim%7Cktubot&RavID=7512&InCall=True">http://www.kolhalashon.com/New/Shiurim. ... nCall=True</a>

Download before they are removed

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 20, 2016 11:23 pm

· #338491
<a class="postlink" href="http://www.mastertorah.com/">http://www.mastertorah.com/</a>
זיין וועב זייטל

שבת אחים » דינסטאג יוני 21, 2016 12:14 am

· #338494
איז דעס ״אש התורה״ די מיסיאנערישע ארגאנעזאציע וואס זענען מקרב אידישע טעכטער צו אידישקייט??? 😂

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 21, 2016 12:15 am

· #338495
ער פלעיגט זיין אין אש התורה, ביז מ'האט אים פארשיקט

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 21, 2016 12:15 am

· #338496
כ'האב באקומען א תאוה צו ווערן א רב...

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 21, 2016 9:01 am

· #338505
Re: איז אייער ביהמ"ד'ס רב נאנט מיט די מתפללים?
אז איך פרעזענט עווידענס צו קול הלשון אז איך בין א חזיר, וועלן זיי אקצעפטירן מיינע שיעורים? צייט צו טוישן צו קול ענות.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

מישו מאוד מעניין » דינסטאג יוני 21, 2016 9:19 am

· #338507
מיין רב און ביהמ"ד איז באמת א פיינע מענטש, מער ווייניגער האבן איהם אלע ליב, ער האט א גוטע מעלה ער איז א מדריך פאר חתנים, אלע חתנים האבן זייער הנאה פון איהם, ער מישט זיך "נישט" אריין און די לעבן נאכן חתונה, ער טוהט זיין ארבעט און פארשטייט זיך זיין געלט און גענדיגט מיט דעהם ער העלפט פאר וועלכע אינגרמן וואס דארף הילף און ער איז גוטע נייעס
מען קען סתם שמועסן מיט איהם ווי א גוטע חבר
בקיצור איך בין זייער צופרידן מיט מיין רב
איך ווינטש יעדער איינער אזוי