קולות אין שומר שבת! "שמירה" מהו?
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7458
קולות אין שומר שבת! "שמירה" מהו?
אין א קאלטע מאנטאג נאכט, דריי איך מיך אזוי ארויף אויף די דרייצענטע עוועניו אין בארא פארק, אויפן וועג צוצופארן עפעס ארלעדיגן, אזוי פארנ'דיג און נאכלויפנדיג איין יעלוי לייט נאכ'ן צווייטן דערמאן איך זיך אז מ'קען שוין היינט דאווענען מעריב פרי, געב איך מיך א דריי אריין אין 53 און איך פארק אריין לעבן שומר שבת,
און דאן האט עס פאסירט,
איך גיי אראפ די טרעפ און איך הער אזעלכע צעקות, איך וועל העקן דיינע קאמפיוטער'ס! איך וועל דיך נאך ארעסטן! און אזוי האט ער-עפעס א משולח מיט א צעטל- איינעם דארט באזונגען, און בא'שגץ'ט, אז ווען נישט ר' הילל וואלט אנגעקומען דארט וואלט נאך געפלויגן פעטש, און נאכדעם האט ער נאך אנגכעפט עפעס א הייסע קאווע וואס איז דארט געווען, און עס געווארפן אויפן יוד וועם ער האלט אינמיטן אנשרייען, וואס שטייט אין די זייט פון עם, אנגעטוהן אין א קורצע רעקל מיט א שיינע נעקטיי, און ציטערט פון שרעק, אינמיטן געט א לויף אריין א יונגערמאן/בחור פון "שמירה" , און כאפט אן דער משולח אין געט עם א שלעפ ארויס פון דארט, באגלייט מיט נאך צוויי דריי "שמירה" מעמבערס, און מ'פירט עם צו צו א זייט,
פרעג איך זיך אזוי נאך, וואס האט פאסירט? זאגט מען מיך, אז דער עלעגאנטע יוד האט געמאכט א ברכה און דער משולח האט עם געהייסן זאגן הויעך, אז ער זאל קענען ענטפערן אמן,
למעשה ביז וואס ווען ווי, איז אנגעקומען פאליס, הצלה, EMS, שומרים, און מען האט עם דארט אויפגעהאלטן א האלבע שעה און געלאזט גיין,
לענייננו וואלט איך געוואלט וויסן, וואס איז דאס שמירה? ווער שטייט אינטער דעם? וואס זענען זייערע מאטיוון? איז עס גוט אז ס'איז דא קאמפעטישן פאר שומרים? אדער אפשר וועט דאס מאכן א צימישעניש?
שמירה איז א קאמפעטישן ארגענעזאציע פאר שומרים. שמירה גייט שוין אן עטליכע יאר דא אין בארא פארק, אבער האבן זיך ערשט לעצטנס ארויפגעארבעט און געווארן מער אפישעל.
וויבאלד זיי זוכן צו האבן א אויבערהאנט סערווירן זיי זייער שיין דעם עולם, ווי צב"ש די לעצטע פאר ימים טובים זענען ארומגעפארן עט ליעסט א דאזען פעטראל קארס און סקוטערס פון CWSP - שמירה און געהאלפן מיט וואס מ'דארף נאר.
די ארג ווערט געפירט דורך א בחור לייפער, דוד לייפער אויב איך געדענק גוט, און פון ווי דאס געלט קומט איז א מיסטעריע פאר תושבי בארא פארק.
וואס נאך וויסטע וויסן?
לאליפאפ
וואס נאך וויסטע וויסן?
די נומבערס פון די לאטערי 😞
שטייטצעך א פריוואטע מעסעדש אין אישי ....נאך דאס פעלט מיר אויס צו ווערן א שותף מיט כל הקָהל הקאַווע 😈
און ס׳וואלט געוועהן שיין פון דיין זייט ווען דו ווארפסט אריין אפאר ברענד נייע תירוצים אויף אונזער אלעמען באקאנטען שווערע בית יוסף קשיא וואס דריקט אַ יעדען רעכט-דענקיגע איד אין די דאזיגע דערהויבנע ערב חנוכה זמנים
דאס אלעס ! 😁
עס ווערט געפירט דורך לוי יצחק לייפער.
די חברה זענען גרויסע אנהענגער פון כ"ק אדמו"ר מ'ניקולשבורג זעכצן/וואודבוירן שליט"א.
אויף טוויטער: <a class="postlink" href="https://twitter.com/CWSPshmira">https://twitter.com/CWSPshmira</a>
איך בין נישט קיין צימעס איד, אבער ס'איז א דבר ידוע אז יענקי דאסקל פון שומרים האט עם גערופן אין קאורט אפאר מאל. מ'קען זעהן די לאוסאוט ערגעץ אנליין.
יישר כח פאר אלע וואס האבן צוגעשטעלט אינפארמאציע!
רויטע וואנצעסאבער ס'איז א דבר ידוע אז יענקי דאסקל פון שומרים האט עם גערופן אין קאורט אפאר מאל. מ'קען זעהן די לאוסאוט ערגעץ אנליין.
דאכט זיך מיר אז דאס איז נישט ריכטיג איך מיין אז ער איז פשוט צוויי מאל ארעסטירט געווארן איינמאל גידענק איך ער איז דוירכגעפארן א רויט לייט און געמאכט א עקסידענט און אריינגעפארן אין די בילדינג אויף 55 און 15 און ער האט אפגעצויגן פון דוירט ער איז שפעטער אליין אריין אין שפיטאל די צווייטע מאל ווייס איך נישט פארוואס מען האט אים ארעסטירט.
עכ"פ שמירה טענה'ט סך הכל אז יענקי דאסקאל איז געשטאנען אינטער דעם אז מען זאל אים ארעסטירן.
אהה
וואס גייט עם אן אז ס'איז דא נאך אזא ארג.? ער מאכט געלט אויף שומרים?
קאפקעיקוואס גייט עם אן אז ס'איז דא נאך אזא ארג.? ער מאכט געלט אויף שומרים?
ס'גייט קיינעם נישט אן, אויסער "שומרים".
פארוואס? צוליב די זעלבע סיבה פארוואס "עזרת נשים" גייט-אן פאר "חברה הצלה". מתעסקים/חסד של אמת וכו' וכו'.
פאר די זעלבע סיבה האט שומרים אויסגעשאסען די פענסטערס פון די נייע שמירה קאר מוצאי יום כיפור.
Wow! איך פארשטיי פון דא אז ס'איז העווי עקשאן צווישן די צוויי
אפשר האבן זיי דארט אנגעהויבן, היינט זענען זיי city wide
קאפקעיקאין א קאלטע מאנטאג נאכט, דריי איך מיך אזוי ארויף אויף די דרייצענטע עוועניו אין בארא פארק, אויפן וועג צוצופארן עפעס ארלעדיגן, אזוי פארנ'דיג און נאכלויפנדיג איין יעלוי לייט נאכ'ן צווייטן דערמאן איך זיך אז מ'קען שוין היינט דאווענען מעריב פרי, געב איך מיך א דריי אריין אין 53 און איך פארק אריין לעבן שומר שבת,
און דאן האט עס פאסירט,
איך גיי אראפ די טרעפ און איך הער אזעלכע צעקות, איך וועל העקן דיינע קאמפיוטער'ס! איך וועל דיך נאך ארעסטן! און אזוי האט ער-עפעס א משולח מיט א צעטל- איינעם דארט באזונגען, און בא'שגץ'ט, אז ווען נישט ר' הילל וואלט אנגעקומען דארט וואלט נאך געפלויגן פעטש, און נאכדעם האט ער נאך אנגכעפט עפעס א הייסע קאווע וואס איז דארט געווען, און עס געווארפן אויפן יוד וועם ער האלט אינמיטן אנשרייען, וואס שטייט אין די זייט פון עם, אנגעטוהן אין א קורצע רעקל מיט א שיינע נעקטיי, און ציטערט פון שרעק, אינמיטן געט א לויף אריין א יונגערמאן/בחור פון "שמירה" , און כאפט אן דער משולח אין געט עם א שלעפ ארויס פון דארט, באגלייט מיט נאך צוויי דריי "שמירה" מעמבערס, און מ'פירט עם צו צו א זייט,
פרעג איך זיך אזוי נאך, וואס האט פאסירט? זאגט מען מיך, אז דער עלעגאנטע יוד האט געמאכט א ברכה און דער משולח האט עם געהייסן זאגן הויעך, אז ער זאל קענען ענטפערן אמן,
למעשה ביז וואס ווען ווי, איז אנגעקומען פאליס, הצלה, EMS, שומרים, און מען האט עם דארט אויפגעהאלטן א האלבע שעה און געלאזט גיין,
לענייננו וואלט איך געוואלט וויסן, וואס איז דאס שמירה? ווער שטייט אינטער דעם? וואס זענען זייערע מאטיוון? איז עס גוט אז ס'איז דא קאמפעטישן פאר שומרים? אדער אפשר וועט דאס מאכן א צימישעניש?
פון דער מעשה זעה אז די גאנצע עסק דארט אין שומר שבת איז געוועהן סך הכל פון איינער פון די פילע משולחים וואס איז פרום אויף יענעמס חשבון און האט געוואלט ענפערן א אמן אויף יענעמס ברכה. נו, שומר שבת איז דאך א קאלעקציע פון אלע סארט. דער גאנצע 'שמירה' דא איז טפל שבטפל צום עיקר מעשה, אויב ווילסטו אויס פויקן 'שמירה' איז דאך שוין דא א אשכול מיוחד דערפאר.
דארף מען צושטעלן גענוג גנבים און סתם גוים חשודים עס זאל זיין כדי חלוקה.
[ציטאט אראפגענומען]
קאפקעיקאפשר האבן זיי דארט אנגעהויבן, היינט
זענען זיי city wide
ניין. ניין.
לית דין בר נשרויטע וואנצעסאבער ס'איז א דבר ידוע אז יענקי דאסקל פון שומרים האט עם גערופן אין קאורט אפאר מאל. מ'קען זעהן די לאוסאוט ערגעץ אנליין.
דאכט זיך מיר אז דאס איז נישט ריכטיג איך מיין אז ער איז פשוט צוויי מאל ארעסטירט געווארן איינמאל גידענק איך ער איז דוירכגעפארן א רויט לייט און געמאכט א עקסידענט און אריינגעפארן אין די בילדינג אויף 55 און 15 און ער האט אפגעצויגן פון דוירט ער איז שפעטער אליין אריין אין שפיטאל די צווייטע מאל ווייס איך נישט פארוואס מען האט אים ארעסטירט.
עכ"פ שמירה טענה'ט סך הכל אז יענקי דאסקאל איז געשטאנען אינטער דעם אז מען זאל אים ארעסטירן.
קודם כל.. ביי יענעם עקסידענט אויף 15 האט אים הצלה אריינגעפירט און שומרים האט פארשפרייט אויף אים אז ער איז אנטלאפן און אויף דעם ארויף האט מען אים ארעסטירט.
און א צווייטע פאל איז געווען, וואס פארדעם קלאגט ער יעצט אן פיר שומרים מיטגלידער, אז ער האט געדרייווט אויף דרייצנטע עוועניו און א קאר מיט שומרים מעמבערס האבן אים נערווירט, געקאט, געברעיקט וכדו' ביז ער האט געגעבן א צינד אן די סיירענס פאר א רגע. גראד האט מען אים געפולט און ארעסטירט, די פראבלעם איז נאר אז דער לייפער קען יעדן געזעץ אויסעווייניג און יעצט קלאגט ער די אפיציר מיט די שומרים מעמבערס.
לאלי סארי ביי יענע עקסידענט בין איך דוירט געשטאנען ער איז נישט אריין מיט הצלה ער איז אליינס אריבער קיין לוטער"ן שפיטאל זיין טענה פארוואס עס איז נישט קיין hit and run איז ווייל ער איז אריין אין שפיטאל און ער מיז נישט גיין מיט א אמבולאנ"ס אזוי האט ער מיר געזאגט!
סארי נישט מיט הצלה.. וואטעווער דער בחור קען יעדע געזעץ אף ביי הארט!
אין וויליאמסבורג איז אויך דא עפעס אן ארג. פון אזעלכע וועם שומרים האט נישט געוואלט ארייננעמען (בחורים) און זיי האבן געמאכט שבת פאר זיך. איך געדענק הערענדיג איבער דעם מיט יארן צוריק, מעגליך אז ס'עקזיסטירט מער נישט
יא עס איז געווען.
בארי דייטש (קרויס) פלעגט זיין די אנפירער דערפון.
זיי האבען זיך אויך גערופען שמירה.
לייפער איז א חתן געווארן
Re: קולות אין שומר שבת! "שמירה" מהו?
מזל טוב! לייגן בילדער פון פרויען און מיידלעך איז נישט ערלויבט אין קאווע שטיבל, איך בין מוחה!
שוין. אבי מ'האט דערלעבט דעם וויז'ניצער רעבין'ס מחאות דא אין קאווע שטיבל....!
היינט ביי אן הכנסת ס״ת אין בארא פארק האט די פאליציי געהייסן דעים עולם זיך צוגיין, א אינגערמאן איז ארעסטירט געווארן פארן נישט פאלגן, שמועה שמעתי אז ס׳איז פארבינדן מיט די שמירה שומרים קאנקורענץ, ס׳הייסט אז איינע פון די צוויי האבן גע׳מסר׳ט אז ס׳איז נישטא קיין פערמיט, עמיצער ווייסט עפעס מער?
געווענליך ווען איינער אין אונזער געזעלשאפט וויל מאכן סיי וועלכע פובליק פארזאמלונג אדער צערעמאניע, א שטייגער ווי הכנסת ס''ת, הדלקה ל''ג בעומר, גרעסערע לוי', דארף מען זיך פארשטענדיגן מיטן רעגירונג פון פאראויס און ארויסנעמען רשות זיך צו באניצן מיטן גאס. ס'הייסט א 'פּערמיט' בלע''ז.
די אויטענטישע אופן וויאזוי ס'ארבעט איז אז מ'גייט צום רעגירונג בעוד מועד און מ'פיילט פאר רשות, און מ'גייט אדורך א קאמפליצירטע פראצעדור, און עווענטועל קען מען יא אדער נישט באקומען א פּערמיט. מיט די יארן איז עס עטוואס געווארן מער און מער קאמפליצירט,אזוי איז עס אויסגעקומען אז איז עס געווארן אסאך גרינגער זיך צו פארשטענדיגן מיט די פאליציי, און פון די אנדערע זייט האט מען אויסגעלאזט אלע פיילינגס, און מ'האט זיך כסדר פארשטענדיגט מיט די פאליציי אן א פּערמיט, און אלס האט זיך פיין געפירט.
מיט די יארן איז אויך געווארן איינגעפירט אז אנשטאט יעדער וואס ס'וויל פארמירן א פארזאמלונג זאל עס אליינס גיין ארלעידיגן, האט מען זיך ליבערשט באניצט מיט אזעלכע ארגענעזאציעס און ליעזאנס וואס האפן די פּאוער צו ארלעידיגן מיט די פאליציי. זיי האבן דערפאר גערעכנט שווערע געלטער און ס'האט זיך אזוי געפירט א וועלט.
אין ב''פּ האט די שומרים ארגענעזאציע געהאט אט די מאנאפאל, און יארן לאנג האבן זיי גערעכנט שווערע געלטער פאר די קאמיוניטי סערוויסעס. ביז איין טאג האט עפעס א רינג בחור'ל לייפער אדורך געטוהן די ענין און אנערקענט אז ס'רעדט זיך פון שווערע געלטער ענדערש ווי שווערע עסקנות, האט ער אויפגעמאכט א קאנקורענץ. ער איז אין יענע צייט געווען אינטערסירט מער אין די עסקנות ווי אין די פראפיט און דעריבער האט דאס אלס ארלעידיגט פאר קאָסט פרייז. למעשה האט ער שטארק אונטער געשניטן די רעוועניו פון שומרים און ס'האט זיי שטארק נישט געשמעקט. און כסדר האבן זיי פרובירט זיך נוקם ונוטר צו זיין אין דער לייפער/שמירה.
היינט, נישט אנדערש ווי אין די עבר האט שומרים נאכאמאל צוגעפאכעט שמירה, און אין איין וועגן אויך זוכה געווען צו הרג'ענען יענערס שמחה דקדושה, און אויך אין דער זייט ארלעידיגט א שרעקליכע קידוש השם.
ווי ווייט איך האב געהערט (זייער קראנט אבער נישט אלע פרטים). איז די מעשה געווען אזוי. די ארגאניזירער פון די הכנסת ס''ת האבן זיך געוואנדן צו שומרים אז זיי זאלן עס ארלעידיגן, אבער שומרים האט זיך אנטזאגט ווייל זיי זענען געווען ביזי ציוואס. האבן זיי זיך געוואנדן צו שמירה, און שמירה האט אלס ארלעידיגט. איך האב פארשטאנען אז שומרים האט ליבערשט געוואלט אז זיי זאלן אפשטעלן ס'גאנצע צערעמאניע פאר ווען זיי קענען זיך יא אויסקראצן. שמירה האט אבער יא דעליווערט.
וויבאלד אבער אז די זאכן ווערן נישט ארלעידיגט מיט די פאפירן, האט שומרים געניצט זייערע 'קאנקשאנס' (וואס זיי דארפן וויכטיג פאר אונזערט וועגן....) צו ברענגען אפאר פאליציי אפיצירן און קאליע מאכן ס'גאנצע צערעמאניע צוליב וואס זיי האבן זיך געטרויעט צו גיין מיט די אנדערע...........
אויף YWN שרייבט איינער אז דער ארעסטירטער איז גאר א שוואגער פאר איינער ברוינער פון די פירער ביי שומרים.
כדרכם של יהודים איז דא עטליכע צדדים דא. אבער אין א פערזענליכע נאטיץ וואלט איך געזאגט פאר שמירה על דאטפת אטפוך.
ווער עס איז געווען דאס יאר אין קערעסטור ביים יארצייט האט מיטגעהאלטן ווי די שמירה בויעס זענען אזש געפלויגן ביז קיין אונגערן צו נעמען א צד אינעם רובין-פרידלענדער געפעכט/קאמפעטישן.
יא, איך ווייס מען האט זיי געצאלט (וואס איז פארשטייט זיך א עוולה נוראה צו נוטצן צדקה געלטער פאר אזוינע צוועקן) און איך ווייס אויך אז עטליכע פון זיי זענען שפעטער געקומן איבערבעטן אבער בשעת מעשה האט דאס געמאכט א גאר נידריגע איינדרוק ספעציעל ביי די באהערדע און געדינגענע וועכטער.
נ.ב. געוואלט שרייבן אויף עולם הביצה אבער כמובן פאר-וואס-ווען איז יענע אשכול שוין לאאאאנג פארשפארט.
אידער וועי, דער אינגערמאן וואס מען האט ארעסטירט, לדעתי, איז גאָרניִשׁט קיין רחמנות, נישט געפאלגט דעים פאליציי, און זיך קעגנגעשטעלט ביים ארעסטירן, זאל עס פראבירן דזשעראד קושנער וואלט מען אים אויך ארעסטירט.
מאן דאמראידער וועי, דער אינגערמאן וואס מען האט ארעסטירט, לדעתי, איז גאָרניִשׁט קיין רחמנות, נישט געפאלגט דעים פאליציי, און זיך קעגנגעשטעלט ביים ארעסטירן, זאל עס פראבירן דזשעראד קושנער וואלט מען אים אויך ארעסטירט.
אי''ה ביי דיר אויפן ארעסט.... אל תדין..... דער אינגערמאן איז נישט געקומען זיך צו שלאגן, ער איז געקומען אלס כבוד התורה. ער איז געכאפט געווארן אין סורפרייז, מיט רעכט, פאליציי געווענליך אינפארסירט נישט די געזעץ אזוי ברוטאל. און ס'האט זיך טאקע שפעטער ארויסגעשטעלט אז ס'איז נישט אזויפיל די פאליציי ווי די אמירה לעכום. אויב פארדאמען, קודם פארדאם שומרים אויף זייער שמוציגע אקט......
סתם אויף די פאליטישע מחלוקת פון די צוויי ארגענעזאציעס גייט מיר גאנץ ווייניק אָן ווער ס'איז יא אדער נישט שולדיג, אדער ווער ס'האט וועמען ציגעפיקסט...... אבער דאס אז שומרים האט אינוואלווד דא אומשולדיגע מענטשן איז זייער א שמוציגע אקט. דער וואס האט באצאלט און ארגיניזירט די צערעמאניע האט עס נישט פארדינט, און דער אינגערמאן האט עס אויך נישט פארדינט, און די שרעק וואס די פאגראם האט ארויף געווארפן אויף די מאמעס און קינדערלעך, אויך איז די תורה גארנישט שולדיג געווען. שיין דארפן זיך די וואס האבן אונטערגעשטעלט די איבערפאל, שעמען נאכמער די וואס פרובירן זיך אנצונעמען פאר זיי.....
קורקלענדס'האט זיך טאקע שפעטער ארויסגעשטעלט אז ס'איז נישט אזויפיל די פאליציי ווי די אמירה לעכום.
שוין אן אלטן כלל, ווען עפעס אויסטערליש געשעט צו א איד, איז אלץ יד ישראל באמצע, קיינער האט נאכנישט אזויפיל שלעכטס געטון פאר די אידן ווי זיי אליינס.
למעשה שטעלט זיך ארויס אז דער אינגערמאן'ס ווידערשטאנד האט איהם מעגליך בעיקר ארויסגעהאלפן אז ס'זאל זיין א שטינק אין אז די פאליציי זאל אפטרעטן פון איהם און פארמעקן ס'גאנצע קעיס כאילי לא היה. ס'איז א דבר פשוט אז די ארעסט איז געווען א ריזיגע אומרעכט און מעגליך אפי' א קאראפטירטע אומלעגאלע סטאָנט. ס'האט זיך ארויסגעוויזן אז אמת ויושר קען אמאל שרייען הויעך..... עסקנים האבן געוואלט זעהן דעם אינגערמאן אינדרויסן, נישט אזוי ווייט פאר זיין טובה נאר אז כדי זיי זאלן זיך נישט טרעפן אינעווייניג ......
קורקלענדמאן דאמראידער וועי, דער אינגערמאן וואס מען האט ארעסטירט, לדעתי, איז גאָרניִשׁט קיין רחמנות, נישט געפאלגט דעים פאליציי, און זיך קעגנגעשטעלט ביים ארעסטירן, זאל עס פראבירן דזשעראד קושנער וואלט מען אים אויך ארעסטירט.
אי''ה ביי דיר אויפן ארעסט.... אל תדין..... דער אינגערמאן איז נישט געקומען זיך צו שלאגן, ער איז געקומען אלס כבוד התורה. ער איז געכאפט געווארן אין סורפרייז, מיט רעכט, פאליציי געווענליך אינפארסירט נישט די געזעץ אזוי ברוטאל. .....
ער איז אן אויבער חכם און פארטיג, אלעס אנדערש איז אן עקסטערע פרשה, דא אין די יו עס עי ארבייט עס, ווען א פאליציי הייסט פאלגט מען, די ערשטע מאל, אז נישט ווערט מען ארעסטירט, אדער אפילו געשאסן