☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » טוויטער געבט איבער עקאונט פאר באבוב

טוויטער געבט איבער עקאונט פאר באבוב

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7454

בארא פארקער » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 6:18 pm

· #230798
טוויטער געבט איבער עקאונט פאר באבוב
געווען א טוויטער עקאונט מיטן נאמען @bobov ער פלעגט שפילן אלץ א באבובער פון ר' ב''צ מענטשן, אבער ביי יעדער געלעגענהייט האט ער געשריבען דין תורה נייעס לטובת צד רמ''ד, אדער סתם געלייגט גאר שוואכע בילדער פון רב''צ אין געשפילט כאילו ער איז פון רב''צ מענטשן.
דער עקאונט איז געווהן ווי א ביין אין האלץ פאר אנשי רב''צ, היתכן ער שפילט הגבוההאבער למעשה מאכט ער באבוב אויסזעהן שוואך אין יעדער געלעגענהייט.
מיט א קורצע וויילע צירוק האט ''טוויטער'' עיהם צוגענומען די עקאונט אין עס איבער געגעבן פאר אנשי רב'צ.
איר קענט סירטשן אויף טוויטער ''bobov" אין מיט האלטן די נייעס.
יעצט ווארט נאר צו זעהן טאמער רמ''ד וועט אויך פאלגן די פסק.

לית דין בר נש » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 6:29 pm

· #230800
פליז פארשעם נישט א שיינע קהילה ווייל די פייערסט זיג
עס איז דא א ים מיט אידן אין באבוב וואס ווייסן ניטאמאל וואס טוויטער איז, און נאך א גרעסערע פראצענט וואס האט קיינמאל נישט געוויסט אז עס עקזיסטירט אזא אקאונט, און אודאי נישט וואס יענע שרייבט.
און זייער אסאך אידן אינטערסירט עס ווייטער נישט וואס איינער שרייבט אויף טוויטער
איז זא אזוי גוט און טויש די קעפל צו טוויטער גיבט איבער באבוב אקאונט צו צד מהרב"ץ
אין איינוועגס פיר עס שוין אריבער קיין צימעס
טענ"ק י"ו

לאליפאפ » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 6:32 pm

· #230801
נאר איינער. ביז א טאג נעמט טוויטער קעיר פון דיר.. מיינסט ביזט דער ערשטער העקער אויפן פלאנעט?

ישראל קאפקע » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 6:38 pm

· #230803
ר' מ.ד. מענטשן טוויטן אז 48 בחורים האבן געהעקט דעם אקאונט,
#וועםצוגלייבן?

שטילע אינגערמאן » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 7:28 pm

· #230814
ישראל קאפקע
ר' מ.ד. מענטשן טוויטן אז 48 בחורים האבן געהעקט דעם אקאונט,
#וועםצוגלייבן?

העקן מיינט טוויטען פון יענעמ'ס עקאונט, מ'קען נישט טוישן א נאמען דורך העקען,