☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אשכול אן א טיטל #7449

אשכול אן א טיטל #7449

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7449

— » זונטאג אקטאבער 26, 2014 5:38 pm

· #230599

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

בשבילי! » זונטאג אקטאבער 26, 2014 5:40 pm

· #230600
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2619">viewtopic.php?f=25&t=2619</a><!-- l -->

outspoken » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 12:11 am

· #230673
do they have a website ? what is the phone number?

חכם עתיק » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 12:27 pm

· #230723
718-977-5089

town1 » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 5:29 pm

· #230777
<a class="postlink" href="http://www.areivim.info/">http://www.areivim.info/</a>

1-866-727-3484.

ראש הישיבה » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 3:26 pm

· #231423
איך פערזעליך האלט אז ס'איז א גוטע זאך. איך האב עס בנוסף צו מיין לייף אינשורענס פאליסי. מער ווי האלב פון די חדשים בילט מען נישט פאר קיינעם.
און אפילו ווען יא פיל איך גוט אז איך העלף ארויס א משפחה אין א גפערליכע נויט בדרך כבוד.

ראש הישיבה » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 4:56 pm

· #231770
פונקט נעכטן האב איך באקומען א מעסעדזש אז זיי גייען נעמען נאך א פעימענט נעקסטע וואך אהנהייב נאוועמבער. פאר א אלמנה מיט דריי קינדער.

האב איך גערופן מברר זיין געוויסע פרטים.

דעם יאהר דערווייל סך הכל האבן זיי גענומען 3.5 מאל $28.

די גרופע איז דערווייל איבער 12,500 מענטשן. דאס הייסט אז פאר יעדעס יתום באקומט מען מער ווי $87,500.00!

איך מיין אז עס איז גוטע סיסטעם.

ווען מען קען אראפרעכנען די פעימענטס פון מעשר לוינט זיך עס זיכער.

נישט קיין חילוק וואס דו טוהסט מאך זיכער אז דיינע קינדער זענען עטוואס מסודר פינאנציעל אויב ח"ו עס געשעט א קאטאסטראפע מיט דיר אדער דיינע בני בית.

פליקער » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 5:22 pm

· #231778
איך האב אויך באקימען דעים קאל

אבעק פארוואס נעמען זיי די חודש 28 ווען יענער האט נאר געהאט 3 קינדער

ברויך וועין זיין 21?

ראש הישיבה » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 5:25 pm

· #231781
ווייל זיי געבן פאר יעדן פון די משפחה וואס איז געבליבן לעבן אינקלודינג מאן אדער ווייב. דאס הייסט אז אויב א מאן שטארבט און לאזט איבער א ווייב און פינף קינדער מיינט דאס אז מען שטעלט אוועק זעקס פאנדס. וכן ווען די ווייב שטארבט און לאזט איבער א מאן מיט פינף קינדער מאכן זיי זעקס פאנדס

גראף » פרייטאג מאי 1, 2020 1:57 am

· #447347
יעצט מיט די מגיפה איז דא אסאך מער משפחות/יתומים וואס דארפן ווערן באצאלט. באקום איך א אימעיל אזוי ווי אלע מעמבערס אז נאך זיך אדורך רעדן מיט די רבנים מנהלים וכו' איז געבליבן אז מען וועט אויסצאלן יעדען איינעם אפילו זיי וואלטן אפשר לויט די תנאים זיך געקענט ארויסדרייען. שרייבן זיי אין די אימעיל אז אויב אזוי קומט אויס אז ס'איז דא א לאך פון $8,000,000. אכט מיליאן דאללער. דאס קומט אויס שרייבן זיי פאר יעדער מעמבער נאך $400 און זיי האבן א סערוועי אויב יעדער דארף באצאלן אדער נישט אדער צו מען זאל באצאלן פיר הונדערט אויף איינמאל אדער צוטיילן און ווערן אויסגעצאלט נאך איינס, צוויי אדער דריי יאר און דאס מיינט שרייבן זיי אז זיי וועלן מוזן ווארטן פאר זייער געלט!
וויל איך וויסן פון דער עולם דא וואס טוטסטו אדער וואס האלטסטו אז מען זאל טון?
נישט צאלן?
יא צאלן אויף איינמאל?
צאלן צוביסלעך?
ס'איז נישט מיין פראבלעם כאטש די משפחה דארף הילף און איך פיל זייער שלעכט פאר זיי אבער ערבים וואלט באדארפט בעסער אויסרעכענען פון פריער ווי אזוי אזא פלאן קען ארבעטן?

נאך א פראגע וואס א חבר מיינע האט מיר געפרעגט. פארוואס זאל א געזונטע מענטש נישט ענדרעש צאלן די חודש'ליכע פעימענט פאר א געהעריגע לייף אינשורענס פאלאסי ביי א אינשורענס קאמפעני איידער ווי פאר ערבים וואס קען פון איין מינוט אויף די צווייטע זאגן אין לי?
וואס האלט דער.עולם?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

גראף » פרייטאג מאי 1, 2020 2:30 am

· #447352
דו קענסט אפשר שרייבן נומבערס? וויפיל געלט און וויפיל יאר וכו'? וואס מיינט פיל ביליגער סיי פאר דו און סיי פאר די ווייב? אויב איינער פון די צוויי שטארבט אדער אז זי באקומט געלט וואס דאס איז דאך אינשורענס.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נעגעל וואסער » פרייטאג מאי 1, 2020 8:21 am

· #447358
ערבים געבט אבער נאר די געלט ביים חתונה פון דאס קינד, ביז דעמאלט קענען זיי אויסגיין פאר הונגער.

גראף » פרייטאג מאי 1, 2020 9:28 am

· #447364
@עמאזען הונדרעט טויזענט פער קינד איז טאמער איינער האט אכט קינדער אדער מער קען זיין אז עס לוינט זיך פאר $28. אבער איינער מיט נאר 2-7 קינדער מיינעך קען באקומען אסאך מער געלט פון אינשורענס פאר די משפחה און זיי באקומען עס גלייך פאר א ענליכע סכום פער חודש. איך דארף נאך באקומען די נומבערס .

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

אינגערמאנטשיקל » פרייטאג מאי 1, 2020 9:30 am

· #447365
גראף
@עמאזען הונדרעט טויזענט פער קינד איז טאמער איינער האט אכט קינדער אדער מער קען זיין אז עס לוינט זיך פאר $28. אבער איינער מיט נאר 2-7 קינדער מיינעך קען באקומען אסאך מער געלט פון אינשורענס פאר די משפחה און זיי באקומען עס גלייך פאר א ענליכע סכום פער חודש. איך דארף נאך באקומען די נומבערס .

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
עם כל זה, ערבים איז מען מקיים מצוות צדקה און מ'קען עס גיבן ממעות מעשר.

גראף » פרייטאג מאי 1, 2020 10:23 am

· #447374
הונדרעט פראצענט. איך רעד פאר איינער וואס טוט עס פאר אינשורענס.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

מי אני » פרייטאג מאי 1, 2020 10:41 am

· #447376
קוק ‏דא פאר פראבלעמען מיט דעם מעיקרא (געשריבן דורך אן אקטוערי).

איך בין גראדע א מעמבער אויך, אבער אלס צדקה און א ״פארוואס נישט?״, און איך האב א לייף אינשורענס פּאליסי.

חמלה גדולה » פרייטאג מאי 1, 2020 3:03 pm

· #447400
גראף
@עמאזען הונדרעט טויזענט פער קינד איז טאמער איינער האט אכט קינדער אדער מער קען זיין אז עס לוינט זיך פאר $28.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

$28 for each child

גראף » פרייטאג מאי 1, 2020 3:15 pm

· #447401
חמלה גדולה
גראף
@עמאזען הונדרעט טויזענט פער קינד איז טאמער איינער האט אכט קינדער אדער מער קען זיין אז עס לוינט זיך פאר $28.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

$28 for each child
וואס? $28 איז די מעקס וואס זיי רעכענען א חודש פון די מעמבער. ניין?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

גראף » פרייטאג מאי 1, 2020 3:21 pm

· #447402
מי אני
קוק ‏דא פאר פראבלעמען מיט דעם מעיקרא (געשריבן דורך אן אקטוערי).

איך בין גראדע א מעמבער אויך, אבער אלס צדקה און א ״פארוואס נישט?״, און איך האב א לייף אינשורענס פּאליסי.
קיינער זאל נישט מיינען אז איך האב א אגענדא דא מיט ערבים. איך בין א מעמבער און צאל. יעדע מאל א אימעיל קומט אריין אז א איד איז אוועק ל''ע און איבערגעלאזט א אלמנה מיט יתומים רייסט עס די הארץ. איך פארגין זיי די געלט אל דע וועי. איך זעה אבער און איך אליין האב אויך אזוי געטראכט אז עס איז זייער ענליך צו אינשורענס און איך דארף נישט מער. אבער יעצט הער איך און זעה נאמבערס און מען גייט אי''ה קויפן א געהעריגע פאליסי אויך.

@מי אני א דאנק פאר די לינק, קיינמאל געזען פריער דער וועבסייט. א שאד אז ס'איז אלטע מעשיות און איז טויט זייט 2013.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

חמלה גדולה » פרייטאג מאי 1, 2020 6:34 pm

· #447416
גראף
חמלה גדולה
גראף
@עמאזען הונדרעט טויזענט פער קינד איז טאמער איינער האט אכט קינדער אדער מער קען זיין אז עס לוינט זיך פאר $28.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

$28 for each child
וואס? $28 איז די מעקס וואס זיי רעכענען א חודש פון די מעמבער. ניין?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

every child is a member

שמעי' » פרייטאג מאי 1, 2020 7:37 pm

· #447423
זיי שרייבן און זייער בראשור איינער פון די מעלות פון דעם איבער לייפ אינשורענס איז אויב מ'באצאלט נישט די פרימיום'ס (וואס מאכט זיך זייער אסאך מאל ווען די ראש המשפחה איז קראנק) ביי אינשורענס האסטו פארלוירען די פאליסי משא"כ ביי זיי. קוק איך אפאר שורות שפעטער שטייט קליפ און קלאר אז אויב האסטו נישט באצאלט ביי זיי ביסטו אויך נישט געקאווערט... ווייס איך נישט וואס גייט פאר.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk