☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אינטערנעץ-צייטונג דער יידישער מאמענט
אינטערנעץ-צייטונג דער יידישער מאמענט
14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #744
קרעמער1 » זונטאג יוני 3, 2012 1:56 pm
· #15646
אינטערנעץ-צייטונג דער יידישער מאמענט
ס'איז גאר א אינטרעסאנטער יצירה, זיי שרייבן מער ווייניגער אויף א חסידישן אידיש, ס'איז גענצליך פריי (תרתי משמע) און זיי האלטן זיך אויף פון ביישטייערונגען און פון רעקלאמעס
http://www.yiddishmoment.com/index.html
כהיום האבן זיי שוין א צוואנציג אפטיילונגען און זיי פלאנען אויף נאך
אינעם אפטיילונג "יונג און חסידיש" שרייבן זיי: דער מאמענט' איז געווארן די באליבטע צייטשריפט ביי יונגע חסידים איבער דער וועלט! אמן!
מיר לויבן און דאנקען אונזערע צענדליקער טויזנטער יונגע חסידישע לעזער פון אלע קהילות איבער דער וועלט, וואס פאסמאקעווען זיך מיט אונזער זשורנאל.
ידען » זונטאג יוני 3, 2012 3:49 pm
· #15680
סע געווען אמאל א אשכול פון אלע blogs און websites. איך מיין אז מע דארף עב דארט לייגן.
עס זעהט אויס א גוטע סייט אביר אביסל נישט מסודר, אדער ווייל איך בין נישט געוואוינט צו דעם?
קרעמער1 » זונטאג יוני 3, 2012 6:17 pm
· #15753
ס'איז א אינטרעסאנטע סטייל
דאס איז נישט קיין וועבסייט אדער א בלאג, זיי אפערירן ווי א געהעריגע אונטערנעט-צייטונג נאר אויף היימיש אידיש און דאס איז די אינטרעסאנטקייט דערפון
פון וועלכע אשכול רעדסטו?
John Doe » מאנטאג יוני 4, 2012 2:29 am
· #15896
ס׳געפעלט מיר זייער.
ברוין » מאנטאג יוני 4, 2012 8:39 am
· #15904
די אידישע אפטייטש פון 'שעירס' איז 'אקציעס'?
ידען » מאנטאג יוני 4, 2012 9:09 am
· #15906
קרעמער1
ס'איז א אינטרעסאנטע סטייל
דאס איז נישט קיין וועבסייט אדער א בלאג, זיי אפערירן ווי א געהעריגע אונטערנעט-צייטונג נאר אויף היימיש אידיש און דאס איז די אינטרעסאנטקייט דערפון
פון וועלכע אשכול רעדסטו?
ידען » מאנטאג יוני 4, 2012 9:09 am
· #15907
ברוין
די אידישע אפטייטש פון 'שעירס' איז 'אקציעס'?
יא.
אלבערט » מאנטאג יוני 4, 2012 9:39 am
· #15911
ווען קומט ער ארויס מיט דעם צייטונג? איינמאל א וואך? וועלכע טאג? קען מען זען די אלטע אויסגאבעס אויך?
בן תמליון » דינסטאג יוני 5, 2012 9:35 am
· #16075
זייער אינטערעסאנט. ווער זענען די שרייבער ווי זענען זיי געווען ביז היינט? איז דען דא א פארלאנג פאר אידיש היינט? ס'שמייכלט ווי ער באשרייבט זיין קונקוראציע מיטן יידיש-פארווערטס עסטאבלישמענט וואס זענען שוין פון לאנג גוססים:
נאפאלעאן האט אמאל באמערקט זיינע גענעראלן מיט גרויס אויפגעבראכקייט: ,מ'באשולדיקט מיך אין גנבהנען די פראנצויזישע קרוין. כ'האב ניט צוגערויבט די קרוין פון פראנקרייך; כ'האב זי געפונען אויפן רינשטאק!' ,דער מאמענט' האט ניט צוגעגנבהט די יידישע קרוין; מיר האבן זי געפונען אין אן אפענעם, פרישן קבר! ,דער מאמענט' האט אליין געשאפן א נייע, יידישע קולטור און פרעסע צוזאמען מיט א ניי יידישלאנד. מיר וואלטן דערקלערט, אז ,די יידישיסטישע מאפיע' וויל אונז באגראבן, אבער ס'עקזיסטירט ניט אזא ארגאניזאציע. וואס ס'עקזיסטירט פאקטיש איז זייער א קליין קרעמל אייפערזיכטיקע, אומפעאיקע נודניקעס און ניט-פארגינער מיט א שרייב-מאשינקע אדער קאמפוטער-קלאוויאטור, וואס שרייבן אויף א מאדנעם תרגום, וואס זיי באצייכענען ווי יידיש!
בן תמליון » דינסטאג יוני 5, 2012 11:11 am
· #16118
דער $5000 פרייז פאר דער בעסטער קורצער דערציילונג און $2000 פאר פאעזיע רעדט צו מיר. הלואי א חסיד געוואונט.
http://www.yiddishmoment.com/index.html
פרעג מיין קינד » דינסטאג יוני 5, 2012 6:23 pm
· #16301
אלבערט
ווען קומט ער ארויס מיט דעם צייטונג? איינמאל א וואך? וועלכע טאג? קען מען זען די אלטע אויסגאבעס אויך?
זיי לייגן כסדר צו קלייניגקייטן דא און דארט אבער בעיקר ערשיינט עס פרייטאג וואס דאן שרייבן זיי די ערשטע זייט און א לייט-ארטיקל
א טייל בלייבט אויפן בלאט ביי די קאטעגאריעס וואו מ'דארף אראפסקראלן צו זען די פריערדיגע און ס'איבריגע די שבת'דיגע באגריסונגען און לייט-ארטיקלען איז אין די ארכיוו פון יעדן חודש
ס'איז פול מיט אינטרעסאנטע היסטאריע און בילדער פון אלטע צייטונגען און שטעט. ס'האט נאר א חסרון אז מ'קען נישט לינקן צו א פאוסט אינמיטן א בלאט.
מ'קען זיי נאכפאלגן אויף טוויטער וואו זיי מעלדן כסדר'דיגע אפדעיטס https://twitter.com/#!/Yiddish_Moment
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%93%D7 ... 7%A0%D7%98
פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך יוני 6, 2012 9:27 am
· #16383
בן תמליון
נאפאלעאן האט אמאל באמערקט זיינע גענעראלן מיט גרויס אויפגעבראכקייט: ,מ'באשולדיקט מיך אין גנבהנען די פראנצויזישע קרוין. כ'האב ניט צוגערויבט די קרוין פון פראנקרייך; כ'האב זי געפונען אויפן רינשטאק!' ,דער מאמענט' האט ניט צוגעגנבהט די יידישע קרוין; מיר האבן זי געפונען אין אן אפענעם, פרישן קבר! ,דער מאמענט' האט אליין געשאפן א נייע, יידישע קולטור און פרעסע צוזאמען מיט א ניי יידישלאנד. מיר וואלטן דערקלערט, אז ,די יידישיסטישע מאפיע' וויל אונז באגראבן, אבער ס'עקזיסטירט ניט אזא ארגאניזאציע. וואס ס'עקזיסטירט פאקטיש איז זייער א קליין קרעמל אייפערזיכטיקע, אומפעאיקע נודניקעס און ניט-פארגינער מיט א שרייב-מאשינקע אדער קאמפוטער-קלאוויאטור, וואס שרייבן אויף א מאדנעם תרגום, וואס זיי באצייכענען ווי יידיש!
אשפג. ער זאגט דאך אזוי גוט!
איינער » פרייטאג יוני 8, 2012 7:46 am
· #16797
די סייט דארף וויכטיג איבערמאכונג, עס וואלט געווען ראטזאם פאר זיי צו אינוועסטירן די $5000 און דעם סייט.
קרעמער1 » פרייטאג יוני 8, 2012 1:55 pm
· #16871
וואס נאך ווילסטו פאר בחנם? ס'איז אויף אן אומזיסטער וועב-זייטל...
http://www.weebly.com/
אגב, קוקט וואס ער שרייבט אנהייב דעי וואך
,דער מאמענט' איז א מגילה און מ'לייענט אים אזוי.
אשפגתי