דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #7432
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7432
זייער שיין, מיכל, כ'האב נישט געוואוסט אז דער רמב"ם האט געקענט עברית...
איינער זאגט דעם ביאור? איך הייב נישט אהן צו פארשטיין די צושטעל.
אפשר האלטן זיי אז 'יש מאין' מיינט נישט אז אין א מצב [state] פון 'אין' איז געווארן א מצב פון 'יש', נאר אז 'אין' איז די אינגרידיענט פון 'יש', ווי איך וואלט געזאגט 'איך האב געמאכט א הויז פון ציגל'.
[ציטאט אראפגענומען]

א הערליכע באשרייבונג איבער דעם העכסט אינטערעסאנטן נושא! שוין גארנישט אזא אנאנים.
עס דארף דערמאנט ווערן אז רבינו אברהם אבן עזרא ציילט זיך אויך צווישן די וואס פארלייקענען בריאה יש מאין, ווי ער שרייבט גאנץ קלאר אין זיין פירוש עה"ת:
היינטיגע צייטן איז בריאה יש מאין ממש איינע פון די סאמע יסודות פון יהדות, אז כמעט קיינער ווייסט נישט וויפיל ראשונים האבן נישט געהאלטן פון בריאה יש מאין. אפילו אזא ברייטער מענטש ווי הגרי"ד סאלאווייטשיק האט אויך געקעמפט מיט ציין און נעגל צו דעפענדן בריאה יש מאין.
עס דארף דערמאנט ווערן אז דא זענען דוקא די מקובלים געווען די אויפגעקלערטע וואס האבן געזאגט אז די בריאה איז נישט באשאפן געווארן יש מאין נאר איז עצם עצמותו ברוך הוא.
עס דארף דערמאנט ווערן אז רבינו אברהם אבן עזרא ציילט זיך אויך צווישן די וואס פארלייקענען בריאה יש מאין, ווי ער שרייבט גאנץ קלאר אין זיין פירוש עה"ת:
ברא -
רובי המפרשים אמרו, שהבריאה להוציא יש מאין.
וכן: אם בריאה יברא ה'.
והנה שכחו ויברא אלוהים את התנינים ושלש בפסוק אחד, ויברא אלוהים את האדם. ובורא חשך שהוא הפך האור שהוא יש.
ויש דקדוק המלה ברא לשני טעמים, זה האחד.
והשני: לא ברה אתם לחם.
וזה השני ה"א תחת אלף, כי כמוהו להברות את דוד, כי הוא מהבנין הכבד הנוסף, ואם היה באל"ף היה כמו: להבריאכם מראשית כל מנחת ישראל, ומצאנו מהבנין הכבד ובראת לך שם. ואיננו כמו: ברו לכם איש, רק כמו: וברא אותהן, וטעמו לגזור ולשום גבול נגזר, והמשכיל יבין.
היינטיגע צייטן איז בריאה יש מאין ממש איינע פון די סאמע יסודות פון יהדות, אז כמעט קיינער ווייסט נישט וויפיל ראשונים האבן נישט געהאלטן פון בריאה יש מאין. אפילו אזא ברייטער מענטש ווי הגרי"ד סאלאווייטשיק האט אויך געקעמפט מיט ציין און נעגל צו דעפענדן בריאה יש מאין.
עס דארף דערמאנט ווערן אז דא זענען דוקא די מקובלים געווען די אויפגעקלערטע וואס האבן געזאגט אז די בריאה איז נישט באשאפן געווארן יש מאין נאר איז עצם עצמותו ברוך הוא.
מעכל זייער שיין, עס איז דא א ספר פון הרב שילת, מיט'ן נאמען בין הכוזרי והרמב"ם, דארטען ברעגנט ממש די אלע מראי מקומות, גיב א בליק אריין
קען זיין דער אב"ע האט געהאלטן פון האצלה? ער איז אסאך מאל מרמז צו דער ניאופלוטינישער שיטה. אויב שטייט דאס נישט אין בראשית לשיטתו איז וואס זאל דען זיין די מקור פאר יש מאין בכלל?
בכלל דארף מען מעיין זיין ווער רעדט די ערשטע וועגן יש מאין, אין תנ"ך און אין ספרי חז"ל געדענק איך נישט עכ"פ דער נוסח (כמובן אם ברא פירושו כך היינו הך אבל עדיין אין זה ההגדרה יש מאין). עס שיינט צו זיין מחודש דורך די ערשטע אידישע דענקער.
אין די בריעף פון ר' עזרא מראשוני המקובלים רבו של הרמב"ן געדרוקט אינ'ם ספר מחקרי קבלה (אינו לפני כעת להעתיק) רעכנט ער די זאכען וואס די קבלה איז מיט דעם מחולק מיט שיטת הרמב"ם, און איינע פון די זאכען רעכנט ער אויס אז די מקובלים זענען נישט מסכים צו בריאה יש מאין.
מדארף קלאר מחלק זיין צווישען די הגדרות חידוש העולם, בריאת העולם, יש מאין, האצלה מאלוהות, בריאה מחומר קדום, וכו'. אסאך זאכען וואס זעהן אויס ענליך זענען למעשה אנדערע זאכן.
שכויעח אנאנים פאר דער אינטרעסאנטע נושא.

אין עץ חיים שטייט נישט יש מאין, אדרבה דער גאנצער ספר איז מסביר סדר השתלשלות פון א"ס ביז עולם העשיה וואס איז היפך יש מאין. צו זיין זיכער האב איך יעצט געמאכט א סירטש, אין גאנץ עץ חיים שטייט בכלל נישט די ווארט יש מאין.
אין הרב יעקב משה הלל'ס פירוש אויף עץ חיים ביי די ערשטע חלק פראבירט ער דאס צו מסביר זיין עס זאל שטימען, ואפשר לפרש ככה בדרך דוחק גדול למי שאינו מבין, פאר דעם טאקע האב איך צוגעצייכענט קלאר ווי די מקובלים הראשונים וואס זענען די מקור צו דעם זאגען קלאר אז זיי גלייבען נישט אין יש מאין.

לויט שיטת האר"י דאכט זיך אז יש מאין איז פשט אז בחינת יש איז ארויסגעקומען פון בחינת אין, וואס בחינת אין איז דאך אין סוף ב"ה.
פון איינעם פון די ליובאוויטשער רבי'ס האב איך אמאל געזען מסביר זיין פארוואס נאר גאט קען באשאפן יש מאין, ווייל אזוי ווי אין סוף איז דאך כולל אלעס, און יש איז א צמצום, קומט אויס פשוט אז אין דעם אַין ליגט דער יש, אבער אין דעם יש ליגט נישט דער פולער אַין (ווי לאנג מען רעדט פון דעם קוק ווינקל פון דעם יש) ממילא איז נישט מעגליך אז דער יש זאל ארויסקריכן פון זיין גדר צום אין.
יאיר/quote]
לויט שיטת האר"י דאכט זיך אז יש מאין איז פשט אז בחינת יש איז ארויסגעקומען פון בחינת אין, וואס בחינת אין איז דאך אין סוף ב"ה..
דער טייטש יש מאין האלוהי אזוי שטייט דאכציך אין שטת חב"ד, אפשר שוין פריער, בכל אופן איז עס מער א דרוש אין די ווערטער יש מאין שנתקבלו ווי אן אופן פון יש מאין, הגם יש מאין איז נישט קיין פסוק אדער לשון חז"ל מען זאל עס דארפן בכלל דרשנען. בפועל איז דער שיטה אנדערש פון די שיטה וואס רופט זיך יש מאין -ex nihlo
איך מיין אז ס'איז נישט עכט אנדערש. דהיינו, איך ווייס נישט באמת וואס איז דער חילוק צווישן אין סוף און פשוט 'אין'. ווייל דער פשוט'ער מובן פון 'אין' איז אז עס האט דער פאטענציאל אויף אלעם, נו דאס איז דאך אין סוף לויט קבלה. אבער עס איז ריכטיג אז עכ"פ דער געדאנק איז גאנץ אנדערש.
יאירווייל דער פשוט'ער מובן פון 'אין' איז אז עס האט דער פאטענציאל אויף אלעם.
פשוטער מובן? כ'האב געמיינט דער פשוט'ער מובן פון אין איז גארנישט, ניקס. און א דרויסענדיגער כוח/גאט האט געמאכט יא פון נישט. דהיינו דער פשוטער מובן איז נישט יש מאין אז דער אין גופא איז געווארן יש, נאר אז "קודם" איז געווען גארנישט, און שפעטער מכוח דער כול יכולת פונ'ם בורא איז געווארען עפעס. דאס איז טאקע שווער צו באגרייפען און מגדיר זיין, אבער דאס איז לכאורה די פשוט פשט. דאס וואס דו זאגסט פאטענציאל איז, אויב קלערסטו אז פאטענציאל האט א מעטאפיזישע מציאות דהיינו אז אויב איך האב בכוח צו זיין אזוי און אזוי מוז זיין עס ליגט שוין יעצט אין מיר באיזה אופן, וואס דאס איז די הנחה פון די וואס רעדן די שפראך פון היולי בכח בפועל, ווייטער איז די שאלה אויב די אין איז דאס גופא וואס איז געווארן יש אדער דער יש איז מחודש במנותק פון אין וואס איז פשוט גארנישט. אנדערש איז פאטענציאל מיינט גארנישט נאר השלכת העתיד על העבר בציור השכל.
לעיקוואדקען זיין דער אב"ע האט געהאלטן פון האצלה? ער איז אסאך מאל מרמז צו דער ניאופלוטינישער שיטה. אויב שטייט דאס נישט אין בראשית לשיטתו איז וואס זאל דען זיין די מקור פאר יש מאין בכלל?
בכלל דארף מען מעיין זיין ווער רעדט די ערשטע וועגן יש מאין, אין תנ"ך און אין ספרי חז"ל געדענק איך נישט עכ"פ דער נוסח (כמובן אם ברא פירושו כך היינו הך אבל עדיין אין זה ההגדרה יש מאין). עס שיינט צו זיין מחודש דורך די ערשטע אידישע דענקער.
אין די בריעף פון ר' עזרא מראשוני המקובלים רבו של הרמב"ן געדרוקט אינ'ם ספר מחקרי קבלה (אינו לפני כעת להעתיק) רעכנט ער די זאכען וואס די קבלה איז מיט דעם מחולק מיט שיטת הרמב"ם, און איינע פון די זאכען רעכנט ער אויס אז די מקובלים זענען נישט מסכים צו בריאה יש מאין.
מדארף קלאר מחלק זיין צווישען די הגדרות חידוש העולם, בריאת העולם, יש מאין, האצלה מאלוהות, בריאה מחומר קדום, וכו'. אסאך זאכען וואס זעהן אויס ענליך זענען למעשה אנדערע זאכן.
שכויעח אנאנים פאר דער אינטרעסאנטע נושא.
און מורה ווערט נישט דערמאנט אז בקבלה מן הנביאים איז אז עס נישט געווען קיינע חומרים פון וואס גאט האט כאילו פון דארט באשאפען די וועלט? כמיין אז ווען דער רמב"ם ברענגט א מאדנע פרקי דרבי אליעזר אז די ערד איז באשאפען פון שניי אונטער כן כסף הכבוד און שמים דענק איך שוין נישט ס'לשון, איז יא משמע פון רמב" ם אזא יש מאין דיגע געדאנק
דארף מען פארשטיין וואס מיינט דער רמבםס קבלה מן הנביאים
זאגטס מיר אויב איך מיש
מדארף אויך וויסען אז לכאורה פשוט פשט אין פרשת בראשית איז מער נוטה צו חומר קדום, און אפילו אן דער וויכוח וויאזוי צו טייטשען ברא יש מאין איז שטארק נישט מסתבר לפי סדר ומבנה הפסוקים והסיפור אז עס זאל טאקע אזוי מיינען. דער מעשה הייבט זיך דאך אן בראשית ברא אלוהים את השמים ואת הארץ, והארץ היתה תהו ובהו וחושך ורוח אלוהים מרחפת על פני המים, ויאמר אלוהים יהי אור. פשוט וויאזוי סליינט זיך די מעשה איז די ערשטע זאך וואס דער אייבישטער האט געטוהן איז געזאגט ויהי אור. דהיינו דער פסוק פארציילט דא וואס איז געווען פאר די בריאה, תהו ובוהו וחושך, און דא קומט דער אייבישטער אריין און הייבט אן מאכן סדר. דער לשון והארץ היתה איז אויך מוכח אזוי, ווי דער ספר הבהיר (און דער ר עזרא אין שה"ש וואס פותח האשכול האט צוכעצייכענט, און נאך) איז שוין מדייק, היתה משמע שהיתה קודם לכן, דהיינו אפילו ווען מזאל טייטשען די ערשטע פסוק ברא אלוהים אויף די כללות כל הבריאה, איז נאכאלץ דער המשך והארץ היתה שוין געווען פריער, נאך פאר בראשית ברא אלוהים, אז נישט האט דאך נישט קיין פשט והארץ היתה. וכן משמע בכמה מדרשים ומקורות. אנדערע מקורות זענען טאקע פאר דעם מחדש בראשית נמי מאמר הוא, און עשרה דברים נבראו ביום הראשון, טאקע ווייל עס איז זיי שווער געווען מפרש צו זיין אז תהו ובהו וחשך זענען שוין געווען פאר די מעשה בראשית כפשטות הפסוקים.
דאס מיינט נאך נישט אז באמת איז געווען א חומר קדום און קיינמאל יש מאין, נאר אז דער סיפור הבריאה פון מעשה בראשית איז זיך נישט מתייחס צו דעם נאר בעיקר צו דער פעולה פון הוצאת הבריאה מתהו ובהו אין ששת ימי בראשית. קען זיין אז לעולם פריער איז געווען יש מאין, נאר די תורה רעדט נישט דערוועגן. אזוי איז אפשר משמע אין חז"ל משל מלך שבנה פלטין על האשפה, ודעת המקובלים בענין שבירת הכלים.
אפילו נאכן' רמב"ן אז ברא פירושו יש מאין, איז נאכאלץ מוכח פון די פסוקים אז די דגש און די לימוד פון מעשה בראשית איז נישט דאס אדער אפילו חידוש העולם, וואס איז אויך א דגש וואס קומט אן אין יהדות אסאך שפעטער, אויב וואלט דאס געווען טאקע דער עיקר כדעת רמב"ן, וואלט דער פסוק נישט דאס אזוי באהאלטען אין איין ווארט שפירושו ספק, נאר וואלט דאס אסאך שטערקער געזאגט, פון דעם וואס דער עיקר מעשה איז איך ברא ביום הראשון וביום השני כל הסדר זעהט מען אז דער עשיית סדר מתהו ובהו מששית ימים איז אסאך חשובער מבחינת המקרא ווי דער נקודה פון יש מאין אדער יש מיש אדער חידוש אדער קדמות.

אחד העם[
און מורה ווערט נישט דערמאנט אז בקבלה מן הנביאים איז אז עס נישט געווען קיינע חומרים פון וואס גאט האט כאילו פון דארט באשאפען די וועלט? כמיין אז ווען דער רמב"ם ברענגט א מאדנע פרקי דרבי אליעזר אז די ערד איז באשאפען פון שניי אונטער כן כסף הכבוד און שמים דענק איך שוין נישט ס'לשון, איז יא משמע פון רמב" ם אזא יש מאין דיגע געדאנק
דארף מען פארשטיין וואס מיינט דער רמבםס קבלה מן הנביאים
זאגטס מיר אויב איך מיש
צייכן צו לשון המורה עמיר זעהן.
דארפסט מיר געבן אביסעל צייט
אבער דיין לעצטע תגובה איז זייער שטארק, און דער מהלך איז בעצם א שטיק מורה, רבי גדליה נוצט דאס זייער אפט, אבער כוויל נאר פארשטיין איז דאך דעמאלטס אפלטון אויסגעהאלטען?
אבער דיין לעצטע תגובה איז זייער שטארק, און דער מהלך איז בעצם א שטיק מורה, רבי גדליה נוצט דאס זייער אפט, אבער כוויל נאר פארשטיין איז דאך דעמאלטס אפלטון אויסגעהאלטען?
לעיקוואוד, אלעס וואס דו זאגסט איז נאר ריכטיג אויב מ'לערנט פשט ווי רש"י, בראשית ברא אלהים אין אנהייבן ווען דער אויבערשטער האט באשאפן די הימל און ערד וכו'. אויב מ'לערנט בראשית ברא אלקים, אין אנהייב האט גאט באשאפן די הימל און ערד, שטימט אלעס זייער גוט. (אויב דאס מיינסטו בראשית נמי מאמר היא אז דאס בכלל נישט קיין דוחק).
יאירלעיקוואוד, אלעס וואס דו זאגסט איז נאר ריכטיג אויב מ'לערנט פשט ווי רש"י, בראשית ברא אלהים אין אנהייבן ווען דער אויבערשטער האט באשאפן די הימל און ערד וכו'. אויב מ'לערנט בראשית ברא אלקים, אין אנהייב האט גאט באשאפן די הימל און ערד, שטימט אלעס זייער גוט. (אויב דאס מיינסטו בראשית נמי מאמר היא אז דאס בכלל נישט קיין דוחק).
וואס איז גוט? מיינסט צו זאגען אז כוונת התורה כן להדגיש מושג של יש מאין כמו הרמב"ן? כמיין ער האט זיך שוין באווארענט מיט א ריכטיגע טענה אז סאיז נישט מסתבר אז דאס זאל זיין א עיקר ווען די תורה שרייבט דאס און איין ווארט שפירושו ספק
אויך אויב בראשית ברא איז טייטש אין אנהייב האט גאט באשאפען איז דער פשוט'ער טייטש נישט אז דא האט ער באשאפען הימל און ערד, דהיינו ווי זיי זענען געווען תהו ובהו, ווייל את השמים ואת הארץ איז נישט משמע תהו ובהו, נאר אז דאס איז א קעפל אויף די גאנצע פרשה וואס אין זי ווערט מפורש ווי ברא אלוהים את השמים ואת הארץ.אנדערש איז דער פסוק בראשית סתם א כפילות ואינו מובן, און בכלל איז סותר צו שפעטער וויל שמים איז נאכנישט געווען בכלל ביז יום השני. וואס פאר דעם האט טאקע רש"י געטייטש אנדערש. דער המשך סדר ומבנה הפרשה איז מוכיח אז ויאמר אלוהים דאס איז די מעשי הבריאה, און פאר דעם דארף מען בראשית נמי מאמר הוא דאס צו מאכען פאר א בריאה מיוחדת פון שמים וארץ נאך במצב של תהו ובהו, און ווייטער איז מוכח ווי דער האט געפרעגט ר גמליאל אז תהו ובהו וחשך איז שוין געווען דער מצב קודם לכן, דער תירוץ זיינער ממקום אחר איז נישט פשט הפרשה, נאר פשט איז אז פון תהו ובהו וחושך האט דער אייבישטער וואס האט מרחף געווען על פני המים געמאכט א בריאה.
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Creation_myth#Ex_nihilo">http://en.wikipedia.org/wiki/Creation_myth#Ex_nihilo</a>
כפי שהעיר ונבתנה למעלה, ווייסיך נישט קלאר פארוואס איר זענט תולה די ענין פון יש מאין אין די שאלה צו דאס איז נמנע צו נישט, עס איז נישט מוכרח און איך ווייס נישט בכלל ווער קלערט עס איז יא מוכרח, איך מיין אז די עיקר הכרח שולל צו זיין יש מאין איז פארקערט, ווייל יש מאין קומט אויס אז די בריאה איז קיים בנוסף צו דער בורא, וואס דאס קומט אויס א פגם אין אחדות הבורא, אז עס זאל זיין עפעס חוץ עם, און פאר דעם לערנען די מקובלים אז די בריאה איז משתלשל פון דער אור הבורא און איז נישט קיין חידוש בנוסף על הבורא. דער חידוש איז נאר טאקע אין די התעבות וצמצום וכו' וואס עס זעהט אונז אויס א נייע זאך, ווי איר קלערט צום סוף. אזוי לערנט מען זיכער אין חסידות חב"ד און דאכציך ר עזרא רעדט אויך אויף דער נוסח (נאר בשפה שלו של גבול בלי גבול),
דער שטיקל עץ חיים וואס איר ברענגט (פון שער מ"ב, וואס איז א סיכום פון ר חיים ויטל לפי השגתו ואכ"מ) איז פארקערט, ער איז מסביר עס איז דא בחינה וואס הייסט אין דהיינו תהו דהיינו כתר, און נאכדעם איז דא ד' בחינות חבת"מ אדער ד יסודות און אויף דעם נוצט ער דער רמב"ן. און נאך פאר דער אין איז דא א בחינה וואס ער רופט אפס. אבער דער אפס איז נישט! גארנישט אזויווי טייטש יש מאין פון גארנישט נאר דער אפס איז אין סוף, וואס הייסט נאר אפס כלפי אונזער השגה דלית מחשבה תפיסא ביה.
איך מיין אז די כוונה פון ר מאיר 'ן גבאי איז אויך נישט ווי איר ברענגט עם, נאר אז דער רמב"ם האט געקלערט שכוונת ר אליעזר איז אויף חומר קדום און ער זאגט על פי הקבלה איז די כוונה אויף האצלה מעצמות הבורא, שהוא קדמון על כל הקדומים, נישט עס איז קיים אלץ וועלט א חומר קדום. אבל לא עיינתי כעת אולי תביא לשונו או מראה מקום מדויק ונראה.
הכלל, דובר כאן על ארבעה שיטות מובחנות זו מזו. שיטת הקדמות של אריסטו איז שהעולם כמות שהוא היום הוא קדמון נצחי. שיטת אפלטון (אדער עכ"פ המכונה כאן שיטתו, לא ברור אם זה נכון), שהעולם כמות שהוא מחודש מתוך חומר קדמון. שיטת החידוש של רמב"ם ורמב"ן שהעולם כולו החומר והצורה והיולי שקדם לחומר וצורה כולו מחודש מכלום במוחלט. שיטת הקבלה שהעולם כולו נאצל מעצמות הבורא דרך צמצומים והשתלשלויות רבות ואין חידוש מוחלט בשום שלב. אלו ארבעה שיטות שונות זו מזו. (נאר יל"ע אולי דעת רמב"ן באמת כמקובלים).
די קשיא אויף די מקובלים איך הם אומרים שעצמותו נצטמצם ונתעבה ונתגשם איז א קשיא, ועל זה שפכו נהרות דיו, אבער עס איז זיי מער ניחא צו זאגען אזוי ווי צו זאגען שיש בריאה בנוסף על הבורא שהוא בעיניהם שניות ועבודה זרה ממש.

יש כאן דברים עמוקים איך זעה שלא התעמקתי מספיק אין די ערשטע הודעה דא, וויל קלאר מאכען נאך אפאר הקדמות אפשר.
איינס, דעת אריסטו איז טאקע אז עולם קדמון אבער דאך גלייבט ער אין א גאט א סיבה ראשונה. דהיינו אמת בזמן האלט ער איז די וועלט אייביג געווען אבער במציאות ומהות איז ער קלאר אז די וועלט קען נישט שטיין אן קיין סיבה/בורא, נאר דער בורא איז נישט בורא בזמן דהיינו עס איז נישט קיינמאל געווען א צייט ווען ער האט נישט באשאפען א בריאה און שפעטער האט ער מחליט געווען באשאפן א בריאה נאר אייביג איז ער געווען און וועט ער זיין דער בורא פון א בריאה. דאס איז וויכטיג צו פארשטיין אז דעת אריסטו איז נישט אתאיזם און ממילא פארשטייט מען בעסער די פארשידענע טענות קעגן חידוש לשיטתו דאס איז נישט ער האט געטראכט עס קען שטיין די וועלט פון זיך אליינס נאר די סארט מעשה אז פון לא דבר זאל אמאל ווערן דבר איז ביי עם א זאך וואס קען נישט זיין. עס זענען דא אפילו טעאלאגישע טענות קעגן דעם ווי למשל הייתכן אז אמאל האט דער אייבישטער נישט געוואלט א וועלט און שפעטער געוואלט וואס איז די סיבה פאר דעם און ווי קען זיין דער בורא זאל האבען א שינוי אין זיין רצון.

לעיקוואד האט געשריבן:
כפי שהעיר ונבתנה למעלה, ווייסיך נישט קלאר פארוואס איר זענט תולה די ענין פון יש מאין אין די שאלה צו דאס איז נמנע צו נישט, עס איז נישט מוכרח און איך ווייס נישט בכלל ווער קלערט עס איז יא מוכרח,
ער ברענגט דאך אויבן אראפ דעם מורה וואס שרייבט אז לשיטת אפלטון איז יש מאין א נמנע.
איך כאפ נישט די נפק"מ צווישן התפשטות וצמצום און יש מאין. חוץ אויב מ'זאגט אז לויט די מקובלים איז די וועלט אן אילוזיע און ס'איז באמת בלויז א לבוש פונעם בורא. אבער אויב איז דאס אמת'ע חומר דאן אין לך "יש מאין" גדולה משיטת הצמצום, הקב"ה איז נישט "יש," און די בריאה איז יא יש.
בין איך דיר איינציגסטער וואס ס׳זעהט איהם אויס אז די גאנצע שמועס, איז א יש מאין.
פארוואס?בין איך דיר איינציגסטער וואס ס׳זעהט איהם אויס אז די גאנצע שמועס, איז א יש מאין.
ניין, מסתם זענען דא נאך א סאך וואס פארשטיין נישט. א חלק פרעגן אריין וואס איז זיי נישט מובן, און דער רוב פארט ווייטער דירעקט אריין אין א פארום וואס אינטרעסירט זיי מער.
מאטילעיקוואד האט געשריבן:
כפי שהעיר ונבתנה למעלה, ווייסיך נישט קלאר פארוואס איר זענט תולה די ענין פון יש מאין אין די שאלה צו דאס איז נמנע צו נישט, עס איז נישט מוכרח און איך ווייס נישט בכלל ווער קלערט עס איז יא מוכרח,
ער ברענגט דאך אויבן אראפ דעם מורה וואס שרייבט אז לשיטת אפלטון איז יש מאין א נמנע.
איך כאפ נישט די נפק"מ צווישן התפשטות וצמצום און יש מאין. חוץ אויב מ'זאגט אז לויט די מקובלים איז די וועלט אן אילוזיע און ס'איז באמת בלויז א לבוש פונעם בורא. אבער אויב איז דאס אמת'ע חומר דאן אין לך "יש מאין" גדולה משיטת הצמצום, הקב"ה איז נישט "יש," און די בריאה איז יא יש.
דער מורה זאגט טאקע אזוי אין יענער פרק, עס מיינט נאכאלץ נישט אז איך פארשטיי פארוואס איז עס תלוי זה בזה.
למעשה יעדער הוכחה אין די וועלט וועט צוריקגיין צו די חקירה פון נמנעות ווייל וועסט אלעמאל קענען זאגן גאט איז א כל יכול ער דערשרעקט זיך נישט פון דיינע קשיות, דאס איז אבער נאר פאר איינער וואס האט לכתחילה די הנחה עס איז דא אזא כל יכול און עס איז נישט שייך ביי עם קיין נמנעות, און פארדעם פארווארענט עס דער מורה, אבער איך מיין אז נארמאל די פילאסאפער הייבן נישט אן מיט די הנחה, נאר ער איז חוקר סתם איז מסתבר אזוי צו אזוי, וואס דאס איז נישט תלוי אין נמנעות, נמנע הנמנעות איז נאר אזא לעצטע תירוץ פון מאמינים צו שטאפן לעכער.
די חילוק איז אלע זענען מודה אז די צורה ווי די וועלט איז היינט איז א חידוש, אבער עס איז יש מיש, דער אייבישטער איז נישט אין ער איז א מציאות קיימת, ווען ער זאגט העולם נברא מאורו זאגט ער נישט אז די וועלט האט דער אייבישטער באשאפן נאר אז ער האט געמאכט א חלק פון זיך וועלט, דאס איז פונקט אזויווי דער וואס זאגט שהעולם נברא מחומר קדום, נאר דער חומר זיינע איז אלוקות. און פארדעם איז טאקע אזוי ענליך שיטת הקבלה צו שיטת חומר קדום.
קענסט אפשר קלערן מחדש זיין אז בערך מציאות הבורא הייסט דאס טאקע יש מאין, וכמדובר למעלה, אבער דאס איז שוין סעמאנטיקס.
די נושא אויב די וועלט איז באמת א יש אדער נישט זעה איך נישט עס זאל משנה זיין דא, טאקע לויט יענער שיטה איז די וועלט מער אין מיש ווי יש מאין..
לעיקוואדפארוואס?בין איך דיר איינציגסטער וואס ס׳זעהט איהם אויס אז די גאנצע שמועס, איז א יש מאין.
ניין, מסתם זענען דא נאך א סאך וואס פארשטיין נישט. א חלק פרעגן אריין וואס איז זיי נישט מובן, און דער רוב פארט ווייטער דירעקט אריין אין א פארום וואס אינטרעסירט זיי מער.
#בייסיג!
כ'האב פונקט געליינט פאריגע וואך אן אינטערעסאנטע ארטיקל פון פראפעסאר ציוני זביט איבערן השתלשלות פונעם יש מאין פענאמענאן, און וויאזוי ס'האט זיך אריינגערוקט אין אידישע טעאלאגיע אנגעהויבן מיטן תרגום השבעים.
לעיקוואד האט געשריבן:
דער מורה זאגט טאקע אזוי אין יענער פרק, עס מיינט נאכאלץ נישט אז איך פארשטיי פארוואס איז עס תלוי זה בזה.
איך טראכט אפשר אז פשט איז אזוי.
אויב ווערט א "יש" פון אן "אין" ווערט דער "אין" אויס "אין" אין דעפיניציע. ווייל איינמאל "אין," האט א נברא פון יש אויף זיין קאנטע ווי אזוי קען מען אים אנרופן "אין?". "אין" מיינט גארנישט, אבער אונזער "אין" איז נישט קיין "גארנישט," ער איז א בורא פון א "יש," ואין לך יש גדול מזו. והוברר הדבר למפרע דאין כאן "אין."
דאס איז היפש ענדליך צו א דריי-קאנטיגע פארעם מיט פיר עקן.
דא איז א שטיקל סיכום (הגם נישט גענוג מדויק) פון די הוכחות לוגיות פון אריסטו פאר קדמות העולם
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Arguments_for_eternity">http://en.wikipedia.org/wiki/Arguments_for_eternity</a>
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Arguments_for_eternity">http://en.wikipedia.org/wiki/Arguments_for_eternity</a>
הרב קוק אין לנבוכי הדור טענה'ט ודבריו מסתברים אז די עיקר מערכה קעגן קדמות העולם איז געווען קעגן דער אריסטוטישלער מהלך וואס האט געהאלטען אז דער וועלט פונקט ווי עס איז איז קדמון נצחי און טוישט זיך נישט, משא"כ לויט די מער היינטיגע געדאנקען פון עוואלאציע ווואס אפילו זאל מען אננעמען קדמות נעמט עס אן אז עס זענען דא כסדר שינויים און התחדשות שטערט שוין נישט ווייל דא קען מען שוין זעהן די השגחה ווי עס פירט די שינויים, די עיקר סיבה ווי דער רמב"ם זאגט אין פרק כ"ה המובא למעלה איז ווייל לויט אריסטו'ס קדמות איז נישט שייך קיין נסים והשגחה.
לעיקוואדהרב קוק אין לנבוכי הדור טענה'ט ודבריו מסתברים אז די עיקר מערכה קעגן קדמות העולם איז געווען קעגן דער אריסטוטישלער מהלך וואס האט געהאלטען אז דער וועלט פונקט ווי עס איז איז קדמון נצחי און טוישט זיך נישט, משא"כ לויט די מער היינטיגע געדאנקען פון עוואלאציע ווואס אפילו זאל מען אננעמען קדמות נעמט עס אן אז עס זענען דא כסדר שינויים און התחדשות שטערט שוין נישט ווייל דא קען מען שוין זעהן די השגחה ווי עס פירט די שינויים, די עיקר סיבה ווי דער רמב"ם זאגט אין פרק כ"ה המובא למעלה איז ווייל לויט אריסטו'ס קדמות איז נישט שייך קיין נסים והשגחה.
וויזאוי פארשטייסטו אז און עוועלאציע קען מען זעהן ניסים? השגחה מילא, וואס איז אויך נישט ממש אזוי, ווייל מען דארף קודם דן זיין פונקט וואס השגחה מיינט, אויב נעמט אן אז השגחה אז ממש ער איז משגיח און ער טוט דיירעקט יעדע זאך, איז עס, עכ"פ לדעתי נישט עפעס אזוי און איינקלאנג ציט די היינטיגע עוועלאציע, א חוץ אז ביי דיר איז קלאר אז השגחה מוז נישט מיינען דווקא אז ער איז משגיח דיירעיקט, נאר אז אויב קומט עס פון זיין סיבה, מיינענדיג אז אויב ער האט אנגעשטעלט דעם עוועלאציע זייגער איז אלעס וואס קומט ארויס פון דעם רופט מען השגחה על אף סאיז מער אז איז דער גורם, אבער ניסים?
כמיין אז חסידים און מתנגדים האבען א מיינונגס פארשידענהייט און איבער די השגחה נושא, מיש איך?
אגב דער ספר לנבוכי הדור, איז א חשוב ספר, דאס וואס דער רמב"ם האט געטוהן און זיין צייט, האט רב קוק געטוהן אויף די רעלעווענטע נושאים פון זיין תקופה, עס וואלט ענדערשט געדארפט גערופען ווערן וויאזוי רב קוק זעלבסט האט עס גערופען מורה נבוכים החדש,
איך נאמינעיד @לעיקוואד און דעם נעקסטן יאר דארף ער ארויסקומען מיט א מורה נבוכים החדש אויף די רעלעווענטע נושאים בזמנינו...
אדער אויב נס האט ביי דיר אן אנדערע באדייט ווי דער פשטות, און אויב יא תבאר
יא, נאר טיפער פון דעם, ראו לנבוכי הדור פרק ד', ובפרקים הקודמים לו. איך מיין אז לפי דבריו דארף מען חוקר זיין אויף דעם גופא, וואס איז אזוי וויכטיג פאר דער רמב"ם ענין הנס גופא, לכאורה וואס הרב קוק איז מבאר איז עם דאס געווען וויכטיג ווייל דאס איז וואס איז מאפשר חובת המוסריות, אז וויבאלד אין די וועלט איז שייך שינויים ממילא איז א מענטש אחראי משנה זיין מעשיו לטובה, און לויט די אלטע שיטה פון קדמות העולם בלייבט אלעס אלעמאל גלייך און עס איז נישטא קיין מקום פאר קיין חובה מוסרית, און לויט די נייע שיטה פון עוואלאציע בלייבט דווקא יא א פלאץ פאר דער מענטש צו פירען די התפתחות ווייטער באופן הרצוי. כנלע"ד ביאור דבריו.
עוואלוציע זאגט דאך פארקערט, אז וואס מער אגרעסיוו און סעלפיש מען איז אלס מער שאנסן האט מען צו איבערלעבן. אלטרואיזם איז ווי א דארן אין אויג פאר די עוואלוציאנערן.
בכלל איז נישט מובן דער שייכות צווישן ניסים און בחירה. אויך, דער רמב"ם זאגט קלאר אז די סיבה פארוואס מען דארף ניסים איז פשוט כדי צו גלייבן יש מנהיג לבירה לויט דער מובן ווי עס איז מבואר אין תנ"ך.
בכלל איז נישט מובן דער שייכות צווישן ניסים און בחירה. אויך, דער רמב"ם זאגט קלאר אז די סיבה פארוואס מען דארף ניסים איז פשוט כדי צו גלייבן יש מנהיג לבירה לויט דער מובן ווי עס איז מבואר אין תנ"ך.
נו פרעג ווייטער, און פארוואס דארף מען שכר ועונש? קומסטו ווייטער צוריק צו מוסריות.
@יאיר, עוואלאציע איז נישט קעגן אלטרואיזם, דאס איז א פראסטע צומישעניש פון is און ought . עוואלאציע אלץ א הסבר פון וואס איז מוטשעט זיך מיט די קשיא וויאזוי קען זיין בפועל אלטרואיזם. דאס האט נישט קיין שייכות מיט די שאלה וואס איז ראוי צו טוהן.
כמו"כ ווייסיך נישט פארוואס אלטרואיזם מיט טוב האבען א שייכות. כמו"כ בחירה האט נישט דא קיין שייכות.
בעיקר, דאס איז הרב קוק'ס תורה כפי הבנתי, איך האב נישט קיין אחריות דערויף.. די עיקר נקודה וואס איך נעם אן פון עם וואס ער איז זיכער גערעכט איז אז די גאנצער דיון והתנגדות פון זמן הראשונים וועגן קדמות האט צוטוהן מיט אסאך הנחות וואס זענען דעמאלטס געקומען מיט די נושא לפי כל מיני תיאוריות וואס זיי האבען געהאלטן, היינט איז די נושא גאר עפעס אנדערש.

יאירעוואלוציע זאגט דאך פארקערט, אז וואס מער אגרעסיוו און סעלפיש מען איז אלס מער שאנסן האט מען צו איבערלעבן. אלטרואיזם איז ווי א דארן אין אויג פאר די עוואלוציאנערן.
נישט ממש ריכטיג. זעי למשל
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Group_selection">http://en.wikipedia.org/wiki/Group_selection</a>
והמסטעף. ס'איז א ברייטע נושא, מיט אסאך שיטות, אבער דאס וואס די זאגסט איז איבערגעטריבן.
אנאנים
כאטש אומפארטיג, איז דאס א שיינע שיעור ביז דערווייל. ס׳גוט אז מ׳קאכט זיך אין דעם נושא. ׳דע׳ את אלקי אביך ועבדהו און שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה, איז וואס דער בורא קדמון פאדערט פון אונז. די קינדערישע אמונה וואס מ׳פרעגלט היינט -- גלייב ווייל דיין טאטע גלייבט און האט דיר געהייסן גלייבן, איז א בזיון כלפי מעלה און א אמונה וואס מ׳קען גרינג אפפרעגן. נישט דאס מיינט תמים תהי׳... די סארט אמונה איז פרי יצירתם פון אומבאלערנדע און אומוויסנדע און די המונים נאאיווע נאכשלעפערס. ׳אויפגעקלערט׳ און ׳אנגעלייענט מיט אלדאס טרף פסול׳ ווערט ב״ה צוביסלעך א שטארקע מעלה; נישט א חסרון. יש״כ וחילך לאורייתא.

דער רלבג אין ספר מלחמות השם האלט קלאר אז די וועלט איז באשאפען יש מיש
איך האב נישט יעצט דער לשון פאר מיר אבער דא ברענגען זיי עס
.<a class="postlink" href="https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%A8%D7%9C%D7%91%22%D7%92">https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%A8% ... 1%22%D7%92</a>

מוראדיגע אשכול!! ווי נעמט מען די אלטע גאונים צי שרייבען נאך א שטיקל? אבער הגאון ר' אנאנים, די חלק ב' איז נישט נאכגעקומען.
כאטש דארף איך צולייגען א נקודה: אאל"ט איז דער שטיקל רמב"ם אין מו"נ דער יסוד פון ווי צו בויען אז מקען גלויבען אין אוועלושען און פארטייטשען די פרשת בראשית אלעגעריש. ווייל דער רמב"ם שרייבט דארט אז אויב שיטת אריסטוטלס וואלט געווען איבערגעוויזען, וואלט ער פארטייטשט די פרשת בראשית אנדערש ווי איר פשוטע פשט.
<a class="postlink" href="https://www.thetorah.com/article/creation-from-primordial-matter-did-rashi-read-platos-timaeus">https://www.thetorah.com/article/creati ... os-timaeus</a>