☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » היסטארישער "טראנזיט" פון פלאנעט ווענוס - נוגה

היסטארישער "טראנזיט" פון פלאנעט ווענוס - נוגה

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #743

הצלחה » זונטאג יוני 3, 2012 4:10 pm

· #15687
דער גאנצער פראגרעס פונעם "טראנזיט אוו ווענוס" וועט נעמען 6 שעה און 40 מינוט, אין ניו יארק וועט מען עס קענען זען בלויז פאר קנאפע 2 שטונדן, - עס הויבט זיך אן דינסטאג 6:04 שפעט נאכמיטאג לאקאלע צייט [איסטערן דעילייט טיים], מען וועט עס קענען זען ביז די זון גייט אונטער – דער טראנזיט וועט ווייטער זיין אין פראגרעס, ווערנדיג געזען אין אנדערע טיילן פון די וועלט ווי מער צו מערב מען געפונט זיך וועט מען עס קענען זען מער, - עס וועט אנהאלטן ביז נאך האלבע נאכט ניו יארקער זייגער - אין אויסטראליע, אפריקע, אייראפע און אזיע וועט שוין דאן זיין מיטוואך, און אין רוב טיילן פון די וועלט (אויסער כמעט גאנץ דרום אמעריקע), וועט מען קענען זען כאטש טייל פון דעם טראנזיט.
מען דארף נאר האפן אז עס זאל דאן נישט זיין פארוואלקענט.
ווי פארשטענדליך טאר מען נישט בשו"א קוקן אויף די זון מיטן בלויזן אויג, אפילו מיט שטארקע זון גלעזער אדער פארשווארצטע גלאז, א פארטונקלטע פלאסטיק! די אומזעהבארע אינפרא-רעד שטראלן קענען ח"ו אויסברענען דעם "רעטינא" [אינעווינגסטע טייל פון שווארץ-אפעל] פון אויג, עס איז ווייט נישט קיין וויץ!
מען מעג קוקן דערויף בלויז מיט ספעציעל דעזיינטע גלעזער, אדער דורך א "פינהאול", ד.מ. מען מאכט א קליינעם לאך אין גרויס פון איינס ביז צוויי מילימעטער אין דיאמעטער די גרויס, אין א פאפענדעקל באקס, שטעלנדיג עס גענוי קעגן דעם angle פון די זון, און מען לאזט די זון דורכשיינען דעם לאך אויף א גלאטע זאך, צ.ב.ש. א הארטע ווייסע פאפיר, אויף די זעלבע Angle, דאס וועט "פראדזשעקטן" א גענויעם בילד פון די זון, און איר קענט באטראכטן דעם טראנזיט אויפן ווייסן פאפיר!.

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 4, 2012 5:13 pm

· #15977
[ציטאט אראפגענומען]

ווער איז דער בעל מחבר? ס'דאך ממש אומגלויבליך צו לייענען וואס ער שרייבט.

יידל » מאנטאג יוני 4, 2012 7:14 pm

· #16007
געפילטע פיש
[ציטאט אראפגענומען]

ווער איז דער בעל מחבר? ס'דאך ממש אומגלויבליך צו לייענען וואס ער שרייבט.

איך האב אויך זיך נישט געגלייבט. כ'מיין, אפצושטופן דברי חכמי הטבע ווייל אין חז"ל שטייט פארקערט כבר שמענו, אבער ווייל ס'ווערט נישט דערמאנט אין חז"ל קען עס נישט זיין אין אמת, דאס איז דאך עפעס אווילדע בייפאל. וכי נאמר אז עלעקטריציטעט איז א דמיון נאר ווייל עס ווערט נישט דערמאנט אין חז"ל? צו וועלן מיר מוזן אוועקמאכן איינשטיינ'ס טעאריע אדעק קוואנטום פיזיקס אדער גראוויטי אדער סיי וואס ווייל ס'ווערט נישט דערמאנט אין חז"ל? אתמהה!

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 4, 2012 7:44 pm

· #16019
דאס וואס ער שרייבט אז די חכמי הטבע האנן אן אגענדע חוזק צו מאכן פון תורת משה און חכמי ישראל איז נאך דא היינט וואס האלטן אזוי.

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 5, 2012 5:31 pm

· #16284

הדד בן בדד » דינסטאג יוני 5, 2012 5:49 pm

· #16290
[ציטאט אראפגענומען]


אנאנים, קומט אהער דא צו מיר, דא איז זייער שיין די וועטער, די זון שיינט און מיר ערווארטן דעם גרויסן געשעעניש מיט גרויס ענטוזיאזם.

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 5, 2012 6:22 pm

· #16299
זי לאט זיך זען
📎 untitled.PNG

יידל » דינסטאג יוני 5, 2012 6:32 pm

· #16303
אזוי זעט עס אויס פון ניו יארק:
📎 venus.PNG

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 5, 2012 6:49 pm

· #16305
יידל
אזוי זעט עס אויס פון ניו יארק:
📎 venus.PNG

איך ווייס נישט ווי אין ניו יארק דו ביסט, אבער ביי מיר זעהט עס אויס אזוי.

דבילה » דינסטאג יוני 5, 2012 8:57 pm

· #16329
א מין חוצפה דער וואלקענעס היינט! איך גלייב שוין גארנישט אז ס'איז געווען עפעס מיט נוגה... ס'געווען גוט פארוואלקענט און געהערט האט מען אז נוגה איז געפארן אונטער די וואלקענעס! ווער האט דיר פארציילט? אפשר נישט? א מין בראך!