נייעס און אפדעיטס איבער די טויטליכע איבאלע ווירוס אין נ.י.
44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7429
נייעס און אפדעיטס איבער די טויטליכע איבאלע ווירוס אין נ.י.
קרעיג ספענסער א דרייסיג יעריגער דאקטאר וואס האט זיך נארוואס אומגעקערט פון גואינעא וואו ער האט באהאנדלט איבאלע אנגעשטעקטע מיט די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע 'דאקטוירים אנע גרעניצן' איז אריינגעפירט געווארן אין בעלוויו שפיטאל אין מאנהעטן,
נאכן ליידן הויך פיבער און זיך אפרעדן אויף מאגן שמערצן איז דאקטאר ספענסער וואס וואוינט אין מערב הארלעם אין מאנהעטן היינט אינדערפרי אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, נעכטן נאכט האט ער זיך באנוצט מיט די אובער (Uber) סערוויס און זיך באטייליגט ביי א שפיל אין גאטטער (Gutter) א באולינג עלי אין צפון וויליאמסבורג (נארט 14) ווייניגער ווי א מייל ווייט פון דעם היימישן געגנט, באריכטן געבן איבער אז די עלי איז פארשלאסן געווארן ביז מען וועט זיין זיכער אז עס איז נישט אנגעשטעקט ח'ו מיט די טויטליכע ווירוס,
דר' קרעיג ספענסער, פון די 'מעדסאן סאן פראנטער' ארגאניזאציע
📎 wnswvk0xzf1dgdesjqay.jpg
בעניי פארשטיי איך נישט דעם חשבון פון בכלל לאזן מענטשן פארן קיין ליבעריע און צוריק. ווען מען קען ראטעווען מענטשן מילא, אבער אז מען קען זיי סייווי נישט ראטעווען איז סתם א נארישקייט צו שטעלן אין סכנה דריי הונדערט מיליאן מענטשן. איך שעץ באמת א דאקטאר וואס איז זיך מוסר נפש צו פארן העלפן קראנקע, אבער זאל ער נאר וויסן אז ער גייט אדעתא דהכי אז טאמער ער וויל צוריקקומען וועט מוזן אויסווארטן ביז עס ווערט הונדערט פראצענט פארזיכער אז ער ליידט נישט דערפון, און אויב ער ווערט אנשטעקיג וועט מען קיינעם נישט לאזן צורירן צו אים.
יאירבעניי פארשטיי איך נישט דעם חשבון פון בכלל לאזן מענטשן פארן קיין ליבעריע און צוריק. ווען מען קען ראטעווען מענטשן מילא, אבער אז מען קען זיי סייווי נישט ראטעווען איז סתם א נארישקייט צו שטעלן אין סכנה דריי הונדערט מיליאן מענטשן. איך שעץ באמת א דאקטאר וואס איז זיך מוסר נפש צו פארן העלפן קראנקע, אבער זאל ער נאר וויסן אז ער גייט אדעתא דהכי אז טאמער ער וויל צוריקקומען וועט מוזן אויסווארטן ביז עס ווערט הונדערט פראצענט פארזיכער אז ער ליידט נישט דערפון, און אויב ער ווערט אנשטעקיג וועט מען קיינעם נישט לאזן צורירן צו אים.
ווארענונג! די אשכול גייט אריינפארן אין א שמועס איבער מאראל, און פון דארט צי פילאזאפיע.
טיפיקל קאווע-שטיבל, און טיפיקל יאיר...
מיר האט מען געלערנט אז צוויי אמר ר' יהודה אמר רב'ס אין ווילד פרעמדע ענינים איז גענוג זיי צוצוקלעבן.
זאל ער פארן, אבער למען השם האסט דאך באהאנדלט איבאלע אנגעשטעקטע, פארוואס גייסטו צווישן מענטשן פארן זיין זיכער אז ביזט נישט אנגעשטעקט? פארוואס האט נישט Doctors without borders א פאליסי אז אלע זייערע דאקטוירים מוזן זיין איזאלירט צוויי דריי וואכן זיכער צו מאכן אז מען איז נישט אנגעשטעקט? פארוואס טוט נישט כאטש די אמעריקאנער רעגירונג האלטן אלע וואס קערן זיך אום פון אפריקע באהאנדלן איבאלע אפגעזונדערט?
די טעסט איז אהיים געקימען פאזעטיוו
BREAKING!!!
TEST CAME BACK POSITIVE
טוויטער טענהט אז סאיז צוריקגעקומען פאזיטיוו via NYT,
📎 Screenshot_2014-10-23-20-34-00-1.png
שוין צייט צו גיין קיין בלומינגבורג...
איבאלע באשטעטיגט אין שטאט ניו יארק סיטי!!
די געים the Plague אין ריעל לייף!!
Apocalypse#
📎 Screenshot_2014-10-23-20-52-28-2-1.png
eBowling hash tag#
📎 Screenshot_2014-10-23-20-58-48-1.png
ער איז נעכטן געפארן מיטן סאבוועי צווישן מאנהעטן און ברוקלין. השם ישמרנו ויצילנו.
זיי זאגן ער'ט נעכטן נאכט גענומען אן 'אובער' קאר אהיים פון וויליאמסבורג. גראדע האב איך היינט אויך גענוצט אן אובער אין וויליאמסבורג. כ'האף מר. ספענסער האט נישט געלעקט זיין פינגער ביים אנצינדן דעם קליינעם טעקסי טיווי אדער ביים צאלן. ביני לביני גיי איך דא אין מקוה אין הכנות וכו'. שוין דער מלאך המות האט זיינע זיבן נעמען. מיר האבן געמיינט מען רעדט עפעס פון ווייטן אפריקע און טעקסעס, למעשה עמי בבית דא אין פלטרין של מלך אין הייליגן שטאט וויליאמסבורג בוזשעווען די מלאכי חבלה.
נאך איינער דא איז פריקן דערשראקן דערפון אזוי ווי מיר.
#טיפשיםאנעגרעניצן
איך האב געהערט אז מען קען עס נאר איבערכאפן פונעם אנגעשטעקטנס בלוט און נאר אויב עס רירט אן אן אפענעם וואונד,
איז דא איינער אן עקספערט אין ווירוס דיזיז טרענסמישן?
דער עולם איז פריעקינג אוט,
א שאד. ר' י.מ. סופר האט די וואך א לענגערן מאמר איבער איבאלע אין נייעס באריכט. דער וויליאסבורג פאל וואלט איהם שטארק צונוצגעקומען.
ישראל קאפקעאיך האב געהערט אז מען קען עס נאר איבערכאפן פונעם אנגעשטעקטנס בלוט און נאר אויב עס רירט אן אן אפענעם וואונד,
איז דא איינער אן עקספערט אין ווירוס דיזיז טרענסמישן?
דער עולם איז פריעקינג אוט,
עס קען אריבערגיין דורך סיי וועלכע פליסיגיקייטן פון דעם חולה, אבער נישט דורך די לופט.
איך גרייט מיך צו מיין לעצטע תגובה... פארשלאגן ביטע.
ישראל קאפקעאיך האב געהערט אז מען קען עס נאר איבערכאפן פונעם אנגעשטעקטנס בלוט און נאר אויב עס רירט אן אן אפענעם וואונד,
איז דא איינער אן עקספערט אין ווירוס דיזיז טרענסמישן?
דער עולם איז פריעקינג אוט,
פרעגט תוספות א קשיא. ("תוספות". דאס איז שריפטן וואס די תלמידי חכמים, מערסטנס איינוואוינער פון פראנקרייך , אין מיטלאלטער, האבן פארשריבן פון זייערע תלמוד'ישע און הלכה'שע דיסקוסיעס.) איז, וויאזוי האבן די צוויי נוירסעס אין טעקסאס איבערגעכאפט דעם ווירוס?!... 🙄 !
מאטיאיך גרייט מיך צו מיין לעצטע תגובה... פארשלאגן ביטע.
אנטשולדיגט פאר פרעגן: אבער, דו גייסט אריבער קיין "איי-וועלט" אדער יענע וועלט???!!!...!
מאטיאיך גרייט מיך צו מיין לעצטע תגובה... פארשלאגן ביטע.
😂 😂 😂
בן תמליוןא שאד. ר' י.מ. סופר האט די וואך א לענגערן מאמר איבער איבאלע אין נייעס באריכט. דער וויליאסבורג פאל וואלט איהם שטארק צונוצגעקומען.
ער איז זיכער מברר, (איך האב עס נאכנישט געליינט) אז "עבאלע" קומט פון די פארשאלטענע ציונים און דער ראש הכופרים ביבי נתניהו. און אז ער האטציך געדרייט ביים רבי'ן זכותו יגן עלינו אין שטוב, און ר'האט קיינמאל נישט געהערט רעדן פון דעם, איז דאך משמע, אז ס'איז א דבר שאין בו ממש. נאר אז די פארשאלטענע ציונים למיניהם וגירוריהם האבן עס אויסגעטראכט. און ס'איז א חלק פון זייערע התגרות באומות פראגראם.
און רבינו הגה"ק שליט"א פון מאנרא האט געזאגט אז ס'קומט אין זכות פון צוויי עבירות.:1) דער טמא'נער נחל חרדי: 2) וועיגן סמארטפאונס...!
יונגעלייט סע נישט קיין וויצען סע צרות!
איבאלע געהיילטע, אינפעקטירטע, און פאטאליטעטן אין די מערב וועלט.
📎 1414117133315.jpg
אמר רב יהודה אמר רב ראשי תיבות יאי''ר הדא הוא דכתיב ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא.
טענה שוין לאנג אז דו ערגסטע קרענק זענען אין וויליאמסבורג.
אינפאגראפיקס
איבער איבאלע
📎 1414117905967-1.jpg 📎 1414118039397.jpg 📎 1414117840157.jpg
דאקטאר קרעיג אין אפריקע מיט באשיצטע קליידונג,
ערטער וואו דר. קרעיג איז געווען לעצטע צוויי טעג,
היינט צופרי,פ אליציי עפענען צוריק גאס וואו דר. קרעיג וואוינט,
דר. קרעיג ספענסער'ס געביידע נעכטן נאכט.
📎 1414154295189.jpg 📎 1414154030750.jpg 📎 1414137795655_wps_1_EBOLA_NYC_MAP_nCRAIG_SPEN (1).jpg 📎 spencer11.jpg
אויסריינענדיג די געביידע וואו דער אינפעקטירטער דאקטאר וואוינט,
רייזענדע אויף די ניו יארק באן סיסטעם מיט געזיכט מאסקעס, אויסצומיידן די איבאלע ווירוס, (וואס פעלט נישט אויס ווייל מען קען 'נישט' איבער כאפן דעם ווירוס דורך די לופט)
📎 1414165965594.jpg 📎 1414165840101.jpg
עידס, איבאלע און אבאמא... אלעס קומט פון אפריקע...!!!
באמת לייגט זיך דאס נישט אויפן שכל ווי מ'לאזט צוריק אזא מענטש אן אינטערזיכן בעפאר, ווילסט אהינגיין? גיי געזינטערהייט, קום מיר אבער נישט אהיים קראנק!
ישראל קאפקעאיך האב געהערט אז מען קען עס נאר איבערכאפן פונעם אנגעשטעקטנס בלוט און נאר אויב עס רירט אן אן אפענעם וואונד,
איז דא איינער אן עקספערט אין ווירוס דיזיז טרענסמישן?
דער עולם איז פריעקינג אוט,
לאו דווקא בלוט, נאר יעדע פליסיגקייט וואס גייט ארויס פונעם מענטש, ווי: שפייעכץ, שתן, צואה, קיא וכו׳.
עס קען אריינגיין דורך יעדע עפענענג אינעם מענטש: אויגן, מויל, וכו׳
@הערשי* די מצב פון דר. קרעיג ספענסער וואס איז אנגעשטעקט מיט די טויטליכע איבאלע ווירוס פארערגערט דורכאויס שבת, כאטש ער איז ביי זיך און קאמוניקירט,
* פרוי וואס האט איבערגעלעבט איבאלע באשטייערט פלאסמא (וואס האט שוין אנטוויקלט קעגנערשאפט צו איבאלע) צו העלפן דעם דאקטער איבערקומען דעם ווירוס,
* מעיאר ביל דעבלאזיא עסט ביי רעסטאראן וואו דר. ספענסער האט געגעסן מיטוואך בייטאג פארן צייגן סימפטאמען פון די קרענק, צו בארואיגן די נערוון פון ניו יארקער אז סאיז זיכער, און אז זיי זאלן נישט אריין פאלן אין פאניק,
א פרישער קעיס, דאסמאהל א "קינד," איז אונטער אבזערוואציע אין בעלוויו שפיטאל נאכדעם וואס זיין פיבער איז ארויף. דאס קינד איז לעצטענס געווען אין אפריקע.
ר''ל
📎 B06whypCEAAY-L4.png large.png
איינער היינט אינדערפרי אין ביהמ''ד אויפגעברענט די שאלה אויב מ'דארף זיך פירן מיט די הלכות פון "כשיש מגפה בעיר" ?
דער איבאלא שרעק!
<a class="postlink" href="http://www.ditzeitung.com/newsbulletin5a.pdf">http://www.ditzeitung.com/newsbulletin5a.pdf</a>
מאטיא פרישער קעיס, דאסמאהל א "קינד," איז אונטער אבזערוואציע אין בעלוויו שפיטאל נאכדעם וואס זיין פיבער איז ארויף. דאס קינד איז לעצטענס געווען אין אפריקע.
ערשטע רעזולטאטן זענען צוריק געקומען נעגאטיוו,
הארץ רייסענדע ריפארט די וואך אויף "60 מינוט".
<a class="postlink" href="http://www.cbsnews.com/news/ebola-inside-the-first-united-states-diagnosis-thomas-eric-duncan/">http://www.cbsnews.com/news/ebola-insid ... ic-duncan/</a>
ב"ה בעסער!
<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2014/11/02/nyregion/new-york-ebola-patients-condition-improves.html?partner=rss&emc=rss&smid=fb-nytimes&bicmst=1409232722000&bicmet=1419773522000&smtyp=aut&bicmp=AD&bicmlukp=WT.mc_id&_r=0">http://www.nytimes.com/2014/11/02/nyreg ... mc_id&_r=0</a>
דאקטאר קרעיג ספענסער ווערט ארויסגעלאזט פון שפיטאל מארגן.
די ניו יארק סיטי דאקטאר איז היינט אהיים פון שפיטאל געזונט און פריש
עס ווינדערט מיר הלמאי ער האט נישט מפייס געוועין נעכטן פארן פארפייניגן ניו יארק מיט זיינע מעשים, ווען ער האט געהאלטן זיין דרשה נעכטן
פריער געלייענט אין די נייעס אז די מעדיצינישע וועלט איז גאר ענטוזיאסטיש, מען האט ענדליך ערפינדן א סוקסעספולן וואקסין וועלכע קען פייטן דעם עבאלע וויירוס, און עס ענטהאלט נישט קיין שום ערנסטע סייד עפעקטס.