סמבטיוןקאפקע, איך וויל פארשטיין 1 זאך, פליז רעד צי דער זאך, פארוואס יעדעס מאל אבער ממש יעדעס מאל בלי שום יוצא מן הכלל, ווען עס פאסירט ליידער אזא שרעקליכן טראגעדיע רח״ל, ווען כלל ישראל איז דערשיטערט ביז גאר, בפרט נאכן הערן אז די עלטערן פינעם קינד זענען געוועהן קינדערלאז פאר לאנגע יאהרן, גייט נישט אריבער מער ווי א פאר מעניט, אין די נעמסט זיך פארטיידיגען דעם רוצח אדער ווער עס האט איהם געשיקט, זאג מיר די פארווארפענע נשמה, די האסט שוין געהאט צייט צי פארדייען די טראגעדיע אז ביסט שוין ביזי צי טייטלען אויף די מתנחלים אז זיי זענען שילדיג?? גענוג! איך בעט דיר!
סמבטיון: איך בין זיכער אז ביי דיר האט אויך געדזשאמפט די בלאד פרעשור, אזוי ווי ביי מיר.
דער תירוץ איז, אז אינז (אידן) פילן מיט די נשמה און הארץ. און ס'טוט אינז שרעקליך שטארק וויי ווען אידן ווערן נעבעך געשעדיגט דורך שמוציגע, פארשטינקענע נידריגע רוצחים. משא"כ פאר וועים ס'טוט נישט וויי, קוקט ער די גאנצע זאך אן ווי א דייטשער אדער האלענדישער גוי. אדער ווי אן אבזערווירער אויף א שאך ברעיטל. העכסטנס געט ער א מס שפתיים, אזוי ווי געוויסע חשוב'ע מעמבערג פון א גרויסע, חשוב'ע קהילה, וועלכע לאזן אייביג קראקאדיל טרערן אז זיי פאלן נעבעך קרבנות אויפ'ן מזבח פון ציוניזם. אבער זיי באשולדיגן אייביג דעם איד און בארעכטיגן דעם אראבער, אדער אנדער'ן שמוציגן גוי.
ס'איז אין די זעלבע קאטעגאריע ווי די מעשה פון חכמת שלמה, אין די הפטורה פון פ' מקץ. אז שלמה המלך האט מיט זיין גרויס חכמה אנטדעקט ווער די אמת'ע מאמע פונ'ם לעבעדיגן קינד איז...אז זי האט געהאט די געפיל פון רחמנות אויף איהר קינד. משא"כ די אנדערע האט געזאגט, "גם לי גם לך לא יהיה, גזורו...",...!