☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » יפה בעתו - הרב יוסף פרץ הלוי ביללער

יפה בעתו - הרב יוסף פרץ הלוי ביללער

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #742

זר זהב » זונטאג יוני 3, 2012 1:30 pm

· #15632
יפה בעתו - הרב יוסף פרץ הלוי ביללער
אנומעלט זעה איך א בילד אין איינע פון די צייטונגען ווי "הרב יוסץ פרץ הלוי ביללער פארקויפט זיינע קונטריסים אין שול" דאס מאל איז עס נישט די אלעמען באקאנטע יפה בעתו אויף וואס אונז (30 יעריגע רעינדזש אינגעלייט) האבן געהאט די זכיה אויפצואוואקסן, היינט פארקויפט ער עפעס א ביכל מיט אן אנדערען נאמען כ'געדענק נישט די נאמען.

איך זאג "געהאט די זכיה אויפצואוואקסן" איך מיין עס מיט אן אמת ווייל ליידער די היינטיגע בחורים וואקסן אויף מיט אנדערע סארט לייען מאטריאל וואס איך וויל נישט פורש בשמם זיין ווייל נישט דאס איז מיין ציהל דא.

דער בילד האט מיר דערמאנט ימים מקדם ווי ר' יוסף פרץ זיצט זיך ביי זיין טישל מיט זיין אייגענארטיגן חן אין ראדני שול און פארקויפט זיינע יפה בעתו'ס יאר נאך יאר חודש נאך חודש, א קונטרס וואס ווען ער זאל עס היינט אראפלייגן אויף די טישן אין שול פאר יעדן אהיימצונעמען בחינם, ווייס איך נישט וויפיל אידן וואלטן עס אפילו אויפגעהויבן צו געבן א בליק דערין... (ווייל היינט איז דאס דאך זייער צורישעשטאנען).== און איך מיט מיין קינדישן מוח פלעג שטיין אין דער זייט און באטראכטן דעם מאדנעם הויכן פארשוין וואס ווייסט אלעס ... אלע סודות זענען פאר אים אפען פונקטליך יעדענ'ס בהמה/חי'ס נאטור, וויאזוי די לאקאמאטיוון פלעגן פארן אויף הייסע פארע, וויאזוי צו מאכן א טעלעפאן (אן אינטערנעט) פון 2 פלעסטיק קאפס מיט א שיך בענדל, איטערעסאנטע היסטארישע קאפיטלען קורות עם ישראל, און וואס נישט ?

אין ישיבה קטנה פלעג איך אריינסניקען א יפה בעתו אינעם גמרא אריין און דער מגיד שיעור האט זיך איינגערעדט אז מ'קוקט אריין אין גמרא דערווייל האט מען געטון אן עבירה נעמליך מ'האט געלייענט נפלאות הבורא, מ'האט געלייענט פארוואס דער עלעפאנט האט אזא ריזיגען נאז, מ'האט געלייענט א לאנגע אידישע מעשה וואס האט ארויסגעברענגט א שטארקן מוסר השכל און אריינגעלייגט יראת שמים. -- דאס זענען געווען די ביטול תורה'ס פון די פיעוטים בחורים אין אונזערע צייטן.

היינט מיין איך וואלטן די מחנכים זיך געוואונטשען צו קענען מאכן א שיעור פאר בחורים אין ... "יפה בעתו" אויב זאלן נאר די בחורים אוועקווארפן אלע אנדערע אבאמא ביל געיטס לייען מאטעריאל!

עד היום ווייס איך נישט ווער עס איז דער האלי-מען הרב יוסף פרץ הלוי ביללער.

שמואל הלוי » זונטאג יוני 3, 2012 1:37 pm

· #15636
היינט הייסט עס "דבר בעתו"

משולם שטיינפעלד » זונטאג יוני 3, 2012 1:46 pm

· #15640
שמואל הלוי
היינט הייסט עס "דבר בעתו"

דבר בעטו. בעט"ו איז א ווערטער שפיל אויף בעתו

זר זהב » זונטאג יוני 3, 2012 1:48 pm

· #15641
משולם שטיינפעלד
שמואל הלוי
היינט הייסט עס "דבר בעתו"

דבר בעטו. בעט"ו איז א ווערטער שפיל אויף בעתו

"מעלות" פלגעט עס נוצן פאר זייער עדיטאריעל.

ידען » זונטאג יוני 3, 2012 1:56 pm

· #15645
איך האב געלייענט אסאך פון זיינע זאכן און סע גאנץ פיינע סחורה, טאקע נישט אזוי גוט ווי די שטערן וואס שרייבט סאך קלארער א זאך אבער די שטערן האט נישט קיין נפלאות הבורא. (פארוואס טאקע נישט?)

וועלעכע יארן האט ער ארויסגעגעבן די יפה בעתו און פארוואס האט ער געטוישט די נאמען?

זר זהב » זונטאג יוני 3, 2012 1:59 pm

· #15647
די ערשטע יפה בעתו איז ארויס לאור עולם חנוכה תש"נ.

שמואל הלוי » זונטאג יוני 3, 2012 2:05 pm

· #15649
.
"דער בליק" וואס האט זיך דאן געעפנט דורך האדמו"ר זלמן-לייב
וואס?

זר זהב » זונטאג יוני 3, 2012 2:05 pm

· #15650
געהערט האב איך לעצטענס אז ער שרייבט/רעדאגירט די קינדער אפטיילונג אינעם איד.

ידען » זונטאג יוני 3, 2012 2:09 pm

· #15651
.
הרב בילער האט ארויסגעגעבן פונקט הונדערט נומערן פון "יפה בעתו". דער לעצטער נומער איז ארויס אין יאר תש"ס, און נאכדעם האט ער זיך צוזאמענגעשטעלט מיט "דער בליק" וואס האט זיך דאן געעפנט דורך האדמו"ר זלמן-לייב. אינעם "בליק" האט ער ווייניג מחדש געווען, און פיל מאל איבערגעלייגט אלטע ארטיקלען פון דעם "יפה בעתו". נאכדעם וואס ער איז ארויס פון דעם "בליק", האט ער ווידעראמאל פרובירט זיין מזל מיט דעם "דבר בעטו", וואס איז אויך מערסטנס איבערגעדרוקטע ארטיקלען פון דעם "יפה בעתו".
שוין נישטא אלטע זאכן אז מע מוז איבערלייגען אלטע מעשיות?

זייער נאריש.

שטעל דיך פאר אז די שפאקטיוו זאל לייגן זאכן וואס די שטערן האט געשריבן א פאר יאר צוריק.

אבי גערעדט » זונטאג יוני 3, 2012 2:09 pm

· #15652
אוי מעמאריעס מעמאריעס..
אגב, פארגאנגענע וואך האב איך געטראפן אזא דבר בעתו אין ביהמ"ד (כ'ווייס נישט צו עמיצער האט עס דארט איבערגעלאזט צו פארלוירן) אין דער הויפט ארטיקל איז געווען דער טיטאניק. (כ'שמייכל מיך אזוי אונטער ווען איך שרייב הויפט, ווייל קיין אנדער ארטיקל אחוץ דעם איז נישטא אין דעם 48 זייטיגער אויסגאבע) בקיצור, איך האב מיך אזוי אינטערגעשמייכלט זעענדיג דעם דעקל, טראכטענדיג צו מיר, וואס קען מיר שוין דער עלטערער הרב ביללער אויסלערנען איבער דעם טיטאניק, כ'האב שוין געליינט צענדליגער ארטיקלען אין אידיש אין ענגליש, דאס איז חוץ די דאקומענטארן וואס איך האב שוין געזען דערפון, אבער אז ס'איז בחנם האב איך עס אהיימגענומען, אין וואס זאל איך אייך זאגן? כ'האב באמת הנאה געהאט דערפון, א שאד אז ס'איז אזוי אומפראפעסיאנאל, פיהל מיט טעותים, אבער כ'האב אסאך נייע ידיעות ארויסגעלערנט.

יידל » זונטאג יוני 3, 2012 2:20 pm

· #15653
ער איז געווען מסתמא דער ערשטער היימישער איד צו נוצן אינטערנעט פאר אינפארמאציע.... אין די אנהייב פלעגט ער נאך זיצן אין לייבערעריס אין דורכלייענען גאנצעטע ביכער אבער אין די הויעכע נון'ס האט ער אנגעהויבן נוצן די אינטערנעט פאר זיינע ארטיקלן.

יידל » זונטאג יוני 3, 2012 2:34 pm

· #15659
אפשר האט ער אויפגעהערט לעצטנס. אין די יפה בעתו יארן ווייס איך פאר א פאקט אז ער פלעגט נוצן די אינטערנעט.

הדד בן בדד » זונטאג יוני 3, 2012 3:45 pm

· #15679
איך האב יעדן אייציגן נומער פון דעם יפה בעתו אינדערהיים, מיינע קינדער האבן זיך גאנץ גוט מחי' געווען דערמיט, און ביים אהייב פלעג איך קויפן פון אים דעם דבר בעט"ו אויך, פשוט ווייל איך האב אים געוואלט שטיצן, א איד וואס מוטשעט זיך מיט פרנסה. אבער למעשה האבן עס מיינע קינדער נישט ליב. זיי וועלן ענדערש איבערליינען אן אלטע יפה ווי א נייע קאלירטע דבר. האב איך עס אויפגעהערט צו קויפן.

זר זהב » זונטאג יוני 3, 2012 6:19 pm

· #15756
יא איך האב 2 בענדער ארויסגעקומען ניסן תשנ"ו

יידל » זונטאג יוני 3, 2012 6:36 pm

· #15762
איך אויך פארמאג כמעט אלע 100 יפה בעתו'ס אינדערהיים. צומאל ווען ס'ווערט מיר שוין נמאס פון וויקיפעדיע געב איך א מיש אויף אן אלטע יפה בעתו, און איך נעם זיך ליינען א ראנדאם ארטקיל... אה, נאסטאלגישע זכרונות וואס דאס ברענגט מיר...

דולה ומשקה » מאנטאג יוני 4, 2012 3:04 pm

· #15959
ידען
.
הרב בילער האט ארויסגעגעבן פונקט הונדערט נומערן פון "יפה בעתו". דער לעצטער נומער איז ארויס אין יאר תש"ס, און נאכדעם האט ער זיך צוזאמענגעשטעלט מיט "דער בליק" וואס האט זיך דאן געעפנט דורך האדמו"ר זלמן-לייב. אינעם "בליק" האט ער ווייניג מחדש געווען, און פיל מאל איבערגעלייגט אלטע ארטיקלען פון דעם "יפה בעתו". נאכדעם וואס ער איז ארויס פון דעם "בליק", האט ער ווידעראמאל פרובירט זיין מזל מיט דעם "דבר בעטו", וואס איז אויך מערסטנס איבערגעדרוקטע ארטיקלען פון דעם "יפה בעתו".
שוין נישטא אלטע זאכן אז מע מוז איבערלייגען אלטע מעשיות?

זייער נאריש.

שטעל דיך פאר אז די שפאקטיוו זאל לייגן זאכן וואס די שטערן האט געשריבן א פאר יאר צוריק.
דער 'בליץ' טוט גענוי דאס זעלבע, ער נעמנט טעמעס וואס דער שטערן/שפאקטיוו האט שוין געשריבען אין דערמאנט אין מאכט חזרה.

גדעון » מאנטאג יוני 4, 2012 3:59 pm

· #15970
זכרונות זכרונות.. און ווער רעדט נאך פון די מיוחד לימי הקיץ אויסגאבעס,
אסאך זאכן וואס איך ווייס היינט פאר א פאקט האב איך אויפגעפיקט פון די יפה בעטו

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 4, 2012 5:28 pm

· #15979
ג"א מצטרף צו אלע וואס דערמאנען זיך פון די גליקליכע קינדערישע יארן ווען מ'זעט א אפגעריבענעם יפה בעתו, ווי טרעפט מען היינט אזעלעכע אינהאלטסרייכע מאטריאל צו געבן פאר קינדער צו לייענען? הרב ביללער האט אין מיר איינגעפלאנצט די קערענדליך פון נייגעריקייט אין סייענס, היסטאריע, ידיעות און נאך, איך גלייב אז א גרויס חלק פון דאס ביסל וואס איך ווייס היינט איז א תוצאה פון די קינדערישע נייגעריקייט פון די יפה בעתו'ס.

שמואל הלוי » מאנטאג יוני 4, 2012 5:32 pm

· #15980
איז דא ערגעץ אנליין ווי מען קען ליינען די אלטע יפה בעתו'ס?

יידל » מאנטאג יוני 4, 2012 7:26 pm

· #16009
געפילטע פיש
ג"א מצטרף צו אלע וואס דערמאנען זיך פון די גליקליכע קינדערישע יארן ווען מ'זעט א אפגעריבענעם יפה בעתו, ווי טרעפט מען היינט אזעלעכע אינהאלטסרייכע מאטריאל צו געבן פאר קינדער צו לייענען? הרב ביללער האט אין מיר איינגעפלאנצט די קערענדליך פון נייגעריקייט אין סייענס, היסטאריע, ידיעות און נאך, איך גלייב אז א גרויס חלק פון דאס ביסל וואס איך ווייס היינט איז א תוצאה פון די קינדערישע נייגעריקייט פון די יפה בעתו'ס.

שששש... באלד וועט מען נאך זאגן אז די יפה בעתו האט גורם געווען צו אלע א-פ-ד'ס (אראפ-פון-דרך).

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 4, 2012 7:37 pm

· #16015
יידל

סוי פאר, לעסט טיים איי טשעקט בין איך נאך אויפן דרך... 🙄

יידל » מאנטאג יוני 4, 2012 8:01 pm

· #16021

סארי, כ'האב נישט געמיינט דיך ח"ו, נאר די לשון "איינגעפלאנצט קערנדליך פון נייגער אין סייענס, היסטאריע" האט ארויפגעברענגט אסאסיאציעס אין וועלכע געוויסע אויסגאבעס זענען באשולדיגט געאווארן אינעם זעלבן חטא פון איינפלאנצן אזוינע קערנדלך וועלכע פירן נאכדעם צו סוטה זיין מן הדרך.

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 4, 2012 11:48 pm

· #16041
יידל

סארי, כ'האב נישט געמיינט דיך ח"ו, נאר די לשון "איינגעפלאנצט קערנדליך פון נייגער אין סייענס, היסטאריע" האט ארויפגעברענגט אסאסיאציעס אין וועלכע געוויסע אויסגאבעס זענען באשולדיגט געאווארן אינעם זעלבן חטא פון איינפלאנצן אזוינע קערנדלך וועלכע פירן נאכדעם צו סוטה זיין מן הדרך.

ווער ווייסט וואס דאס וועט מיר נאך גורם זיין? אל תאמין בעצמך עד...

לעמיל » דינסטאג יוני 5, 2012 10:10 am

· #16090
די דבר בעתו וואס ער געט ארויס איז זייער קינדעריש זייער נישט גוט באשריבען

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 5, 2012 10:19 am

· #16096
לעמיל
די דבר בעתו וואס ער געט ארויס איז זייער קינדעריש זייער נישט גוט באשריבען

נו ער צילט דאך די עיקר צו קינדער, אויך די יפה בעתו איז געווען פאר קינדער (די טאטעס ליינען שטערן און שפאקטיוו 😉 )

לעמיל » דינסטאג יוני 5, 2012 10:22 am

· #16099
יפה בעיתו איז טאקע געווען פאר קינדער אבער געשריבען אויף א ערווקאסנע וועיג די דבר בעיתו איז געשריבען אויף זייער אויף א קינדערשע סטייל

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יוני 5, 2012 11:27 am

· #16122
דרך אגב, זיין סאמע ערשטע אויסגאבע פון יפה בעתו, איז געווען געשריבן אין לשון הקודש.

לעמיל » דינסטאג יוני 5, 2012 11:32 am

· #16126
משולם שטיינפעלד
דרך אגב, זיין סאמע ערשטע אויסגאבע פון יפה בעתו, איז געווען געשריבן אין לשון הקודש.

לשון קודש??? ווער האט עס געקויפט???

זר זהב » דינסטאג יוני 5, 2012 11:33 am

· #16128
לעמיל
משולם שטיינפעלד
דרך אגב, זיין סאמע ערשטע אויסגאבע פון יפה בעתו, איז געווען געשריבן אין לשון הקודש.

לשון קודש??? ווער האט עס געקויפט???

מסתם ווייניג, וועגן דעים האט ער געטוישט צו אידיש. די עדיטאריעל/הקדמה האט ער אבער יא אנגעהאלטן אין לשו"ק, אזוי זעה איך יעצט אין די בענדער.

יידל » דינסטאג יוני 5, 2012 11:33 am

· #16129
לעמיל
משולם שטיינפעלד
דרך אגב, זיין סאמע ערשטע אויסגאבע פון יפה בעתו, איז געווען געשריבן אין לשון הקודש.

לשון קודש??? ווער האט עס געקויפט???

מיין טאטע.

לעמיל » דינסטאג יוני 5, 2012 11:35 am

· #16130
יידל
לעמיל
משולם שטיינפעלד
דרך אגב, זיין סאמע ערשטע אויסגאבע פון יפה בעתו, איז געווען געשריבן אין לשון הקודש.

לשון קודש??? ווער האט עס געקויפט???

מיין טאטע.

אין די פלעגסט עס ליינען אדער נאר דיין טאטע?

יידל » דינסטאג יוני 5, 2012 11:36 am

· #16132
לעמיל
יידל
לעמיל
משולם שטיינפעלד
דרך אגב, זיין סאמע ערשטע אויסגאבע פון יפה בעתו, איז געווען געשריבן אין לשון הקודש.

לשון קודש??? ווער האט עס געקויפט???

מיין טאטע.

אין די פלעגסט עס ליינען אדער נאר דיין טאטע?

איך.

לעמיל » דינסטאג יוני 5, 2012 11:37 am

· #16135
זעיט אויס אז עינק זענען געוועין פין די איינציגע ווייל ער האט למעשה געטוישט אויף אידיש

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יוני 5, 2012 3:36 pm

· #16244
דרך אגב, די נושא האשכול האט א טעות. ביטע פארעכטן דעם נאמען צו יוסף פון יוסץ.

משמרת » דינסטאג יוני 5, 2012 3:41 pm

· #16245
משולם שטיינפעלד
דרך אגב, די נושא האשכול האט א טעות. ביטע פארעכטן דעם נאמען צו יוסף פון יוסץ.

פארראכטן.
גלייכצייטיג ווילן מיר אייך ווידעראמאל דערמאנען צו נוצן דעם באריכט קנעפל.

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יוני 5, 2012 3:43 pm

· #16249
משמרת
משולם שטיינפעלד
דרך אגב, די נושא האשכול האט א טעות. ביטע פארעכטן דעם נאמען צו יוסף פון יוסץ.

פארראכטן.
גלייכצייטיג ווילן מיר אייך ווידעראמאל דערמאנען צו נוצן דעם באריכט קנעפל.

אפילו אויף עפעס וואס דער פותח האשכול זעלבסט קען פארריכטן ?

קיין פראבלעם. אי"ה אויף להבא.

פערינא » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 9:50 pm

· #47227
כבוד הרב בילער במקומו מונח, ער איז באמת א וואילע יודעל, איך האף ער ניצט נישט קיין אינטרנט, מיילא איז עס שלא בפניו..
ווי קומט עס א שרייבער פון נפלאות הבורא זאל אנפירקלען אזוינע הערי פאאטער לאקשען, א מעשה וועגן די סמבטיון און דוד המלך חי וקיים ווי אפאר שליחים פון טערקיי זענען אריינגעקראכען אין א בוים און זיך געטראפען מיט די שטאט לוז ווי קיינער שטארבט נישט און יעדער לעבט אייביג אבער די רב שלאפט אגאנץ יאר -הלוואי ביי אונז- אבער פאר זיי גייט מען אויפוועקען... די מעשה גייט וויטער אבער המשך יבא..

דולה ומשקה » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:47 am

· #47376
פערינא
כבוד הרב בילער במקומו מונח, ער איז באמת א וואילע יודעל, איך האף ער ניצט נישט קיין אינטרנט, מיילא איז עס שלא בפניו..
ווי קומט עס א שרייבער פון נפלאות הבורא זאל אנפירקלען אזוינע הערי פאאטער לאקשען, א מעשה וועגן די סמבטיון און דוד המלך חי וקיים ווי אפאר שליחים פון טערקיי זענען אריינגעקראכען אין א בוים און זיך געטראפען מיט די שטאט לוז ווי קיינער שטארבט נישט און יעדער לעבט אייביג אבער די רב שלאפט אגאנץ יאר -הלוואי ביי אונז- אבער פאר זיי גייט מען אויפוועקען... די מעשה גייט וויטער אבער המשך יבא..

קוים האסטו עטליכע רעאקציעס אין שוין ביסטו דא אראפ צו רייסען א איד. ויתירה מזו דיין גרויסע עםארצות אין נ"ך אין נאך מער דיין אומוויסענד זיין און די מדרשים אויף נ"ך איז גאר שטארק בולט.

פערינא, לערען פלייסיג איידער די שיסט א באמבע, די דארפסט נישט ארויס ווייזען דיין קליינע מאס ידיעות.

היימישער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:35 pm

· #47620
איך ווייס נישט אויב עס איז קינדעריש אבער איך מיט מיינע קינדער האבען זייער הנאה דערפון, און עס בייראכט די ידיעות סיי תורה'דיג און סיי וועלטליך אויפן איידעלען אויפען

צוקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:52 pm

· #47631
איף שעם איך אביסל, אבער איך ליין נאך יעצט זיינע אויסגאבעס - יפה בעטו.
ער נעמט מורא'דיג צוזאם זיינע פארציילונגען, אפילו ס'איז אביסל באביש געשריבן.

פערינא » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:35 am

· #47743
דולה ומשקה

קוים האסטו עטליכע רעאקציעס אין שוין ביסטו דא אראפ צו רייסען א איד. ויתירה מזו דיין גרויסע עםארצות אין נ"ך אין נאך מער דיין אומוויסענד זיין און די מדרשים אויף נ"ך איז גאר שטארק בולט.
פערינא, לערען פלייסיג איידער די שיסט א באמבע, די דארפסט נישט ארויס ווייזען דיין קליינע מאס ידיעות.

מאך דיך נישט ווי די וועלטס דידעקטיוו,  איך האב שוין ברייט אנאנסירט אז איך בין גאנץ א פיינער עם הארץ.  איך וויל אלץ הערן און לערנען. מיינט עס נישט אז לוז איז נישט באקאנט פאר מיר. נאך אלץ בין איך ביי די מיינונג, דעתי דעת פערינא, אגדה און מדרשי חז"ל האט נישט פלאץ אין א קונטרס פון וויסענשאפט און נפלאות הבורא, לוז קען זיך באציען, אויב מיין מעמארי סערווס מי רייט, אויף א ביינדעל פון וואס תחיות המתים גייט זיין די יש ממשהו, וואס ווערט קיינמאל נישט ציגאנגען און דוד המלך קען לעבן פונקט ווי אלע צדיקם הנקראים חיים. וועמענס ליפען שאקלען זיך מער אין קבר ווי דער פון וואס האט מחבר געווען דעם תהילת ישראל?

אנלעס אוף קאורס, די ביזט אויקעי אז נעקסט טשעפטאר גייט מען רעדן פון דוד המלך'ס ראם, דניאל'ס חיות און חזיונת, רבה'ס כוואליעס וואסער וואס גייען ביזען הימעל אריין, אבה שאול'ס שפאציר אין עוג מלך הבשן'ס טארסא,  די ביליאנען יודען און זייער האב און גיטס אין ירושלים וואס זענען ווי אין וואסער פארשווינדען אאז''וו

אויב איז דאס פאר דיר א מקור פון יראת שמים און מוסר השכל, ביזטו א תלמיד הגון, תן לחכם ויחכם עוד. נאר א מער פאסיגע נאמען וואלט געווען אפשר געווען יוסיף בעטו.

טרעט אויס א סעקונדע, זייט ווען דארף איך לייסענס צי לאכען הויעך אויב איך טרעף עפעס פאני? עס איז א קאווע שטיבעל דא, נישט די יחוד שטיבעל, דא איז יעדער וועילקאם צי זיין קיין-מיינונג!

יעדענספאל רייס איך אים נישט אראפ, און ווארף נישט קיין באמבע'ס, זשאסט די אפעסיט, ער קוקט אויס ווי א גאר טייערע פרעזענליכקייט און די מעשהלעך זיינע זענען גאר געשמאק. נאר אפשר נישט אין די רייט סעטינג.

נאר מיין צנותדיגע מיינונג

לאדיך אפ » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:51 am

· #47745
פערינא נישט אז איך עגרי מיט דיר אבער איך מוז זאגן אז דו האסט א שפראך מתוק מדבש!