☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » כל האומר קלינטאן חטא אינו אלא טועה

כל האומר קלינטאן חטא אינו אלא טועה

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7417

יאיר » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:46 am

· #229745
כל האומר קלינטאן חטא אינו אלא טועה
די קלינטאן פרעזידענטליכע לייברערי האט פארעפנטליכט א מכתב קודש אין וועלכן בתש"ק הרבנית שושנה העשל תליט"א איז מברר אז קלינטאן האט קיינמאל נישט געזינדיגט לויט די אידישע הלכה.
די רבנית, הקרואה מכונה שושנה/סוזען, וועלכע דינט אלס פראפעסארין פון אידישע שטודיעס און איז א טאכטער פון הרה"ק איש האלקים מרן ר' אברהם יהושע העשל השני זצוק"ל, שרייבט אין דעם דעמאלטדיגן בריוו, דאטירט צו יוני 99', ווען עס איז נתגלה געווארן קלונו של ביל ברבים אז דער אחד העם האט שוכב געווען מיט מס. מנוחה לעווינסקי, אז לויט די געזעצן פון דעם תלמוד האט דער נשיא ירום הודו נישט עובר געווען אויף איסור זנות, וויבאלד ער האט בסך הכל מפתה געווען א יפת תואר וועלכע איז בעת ההוא געווען א נערה אשר לא מאורסה היא.
"ערגסטנס האט דער נשיא עובר געווען אויפ'ן איסור פון מעשה אוננות, אן עבירה וואס פלאגט לכאורה דאס געוויסן פון רוב אידישע מענער." ליינט זיך דער בריוו.
לויט ווי עס איז משמע האט די תלמידה חכמה מכריע געווען דלא כשיטת התוס' (סנהדרין נט) אז בני נח זענען נישט מצווה אויף הוצאת זרע לבטלה. אזוי אויך זעט אויס אז זי האט אנגענומען דעת הבית שמואל (אבהע"ז סי' כ"ג) אז דער חטא הידוע איז גרינגער ווי איסור אשת איש און נדה, דלא כדמשמע בשיטת רביה"ק מסאטמאר זי"ע וגווארדיאתיה.
אגב, דער תשובה דערמאנט נישט קיין ווארט איבער איסור נשג"ז. ווי עס זעט אויס איז הרבנית תליט"א, טראץ אירע וואונדערבארע כשרונות, נישט באהאוונט אין אלע מקצועות התורה.
"פון דעם פערספעקטיוו פון אידישע היסטאריע דארפן מיר פרעגן, ווי קענען אידן פארדאמען פרעזידענט קלינטאן'ס אויפפירונג אלס אוממאראליש, בעת מיר רימען אויס דוד המלך?" טענה'ט די מלומדת, ווייזנדיג איר ברייטע בקיאות אין תנ"ך. "דוד המלך האט פארארדנט צו אומברענגען בת שבע'ס מאן, אוריה. בעת דוד המלך איז געווארן פארדאמט און באשטראפט, איז ער קיינמאל נישט געווארן אראפגעווארפן פון דעם שטול. אדרבה, ער ווערט אויסגערימט אלס דער פאראייניגער פון עם ישראל."
א שטארקע טענה.
אויב איר האט ראיות להיפך, זייט בונה וסותר כדרכה של תורה.

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:47 am

· #229747
הרבנית מקאפישניץ נעמט אביסל צוריק און איז זיך מסביר
http://www.thejewishweek.com/editorial- ... w-rebuttal

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:50 am

· #229749
אין א רילעיטעד נקודה, האט מרת מנוחה לעצטנס געשריבען א לענגערע ארטיקל פארדאמענדיג די כת מספרי לשון הרע וועלכע האבען זיך אזוי פארסמאקועט מיט יעדער דעטאל פון די נארישקייטן וואס זי האט פארבראכט מיט'ן נשיא הדור.
http://www.vanityfair.com/online/daily/ ... sky-speaks

און האט די וואך אויפגעטראטען מיט א נייע קאמפיין אויסצוראטען סייבער בוליינג, פון וואס זי שטעלט זיך פאר אלץ דער ערשטער וויקטים http://youtu.be/Xy7icJSTjL8

יאיר » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:59 am

· #229753
לעיקוואד
הרבנית מקאפישניץ נעמט אביסל צוריק און איז זיך מסביר
http://www.thejewishweek.com/editorial- ... w-rebuttal

בקיצור נמרץ זאגט זי אז אין די פארטיידיגונג פון פרעזידענט קלינטאן איז בשעתו געווען סמוי א גילוי דעת וואס איז עומד געווען להתגלות זעכצן יאר שפעטער אז ארטאדאקסיע דארף מבטל זיין די הלכות וואס זענען קעגן פרויען רעכטן. א פיינע בת מצוה פשט'ל.

אחד העם » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:23 am

· #229762
יאיר
די קלינטאן פרעזידענטליכע לייברערי האט פארעפנטליכט א מכתב קודש אין וועלכן בתש"ק הרבנית שושנה העשל תליט"א איז מברר אז קלינטאן האט קיינמאל נישט געזינדיגט לויט די אידישע הלכה.
די רבנית, הקרואה מכונה שושנה/סוזען, וועלכע דינט אלס פראפעסארין פון אידישע שטודיעס און איז א טאכטער פון הרה"ק איש האלקים מרן ר' אברהם יהושע העשל השני זצוק"ל, שרייבט אין דעם דעמאלטדיגן בריוו, דאטירט צו יוני 99', ווען עס איז נתגלה געווארן קלונו של ביל ברבים אז דער אחד העם האט שוכב געווען מיט מס. מנוחה לעווינסקי, אז לויט די געזעצן פון דעם תלמוד האט דער נשיא ירום הודו נישט עובר געווען אויף איסור זנות, וויבאלד ער האט בסך הכל מפתה געווען א יפת תואר וועלכע איז בעת ההוא געווען א נערה אשר לא מאורסה היא.
"ערגסטנס האט דער נשיא עובר געווען אויפ'ן איסור פון מעשה אוננות, אן עבירה וואס פלאגט לכאורה דאס געוויסן פון רוב אידישע מענער." ליינט זיך דער בריוו.

אזוי צו אזוי מיר ביסטו סתם אזוי חושד...ס'איז סתם אן אונטערגעווארפען פעקל...

מאטי » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 9:29 am

· #229782
דאכט זיך אז דער חטא פון ירום הודו 'ווילהעלם ג'עפרעסאן' איז געווען דאס לייקענען די מעשה, מיטן זאגן: "איך האב 'קיינמאל-נישט' געהאט געשלעכטליכע באציאונגען מיט דאס מיידל מיסס לאווינסקי."
להבדיל אלף אלפי הבדלות דוד המלך האט גלייך מודה געווען צו נתן הנביא אז ער האט געזינדיגט (הגם דורך א משל וואס דוד האט נישט גלייך געכאפט אז ער טוט זיך זעלבסט-באשולדיגן - הוי! ווען ראש לימבא וואלט ווען געוואוסט פון דעם טריק)

געפילטע פיש » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:24 am

· #229803
יאיר
אגב, דער תשובה דערמאנט נישט קיין ווארט איבער איסור נשג"ז. ווי עס זעט אויס איז הרבנית תליט"א, טראץ אירע וואונדערבארע כשרונות, נישט באהאוונט אין אלע מקצועות התורה.

די איסור גייט אן ווען ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין בעילה? סך הכל א בלאזעלע, ס'איז א מח' צו ס'הייסט בכלל דרך איברים.

יתרו » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:17 pm

· #229831
כ'פארשטיי נישט ווי קומט אריין נשג"ז ער איז דרך א גוי און א בן נח. אויב גייט ביי אים אן נשג"ז טאר ער דאך נישט וויאוינען מיט הילערי.
פאר ווער עס ווייסט נישט נשג"ז איז די ראשי תיבות פון נדה שפחה גיוה זונה. מלכות בית חשמונים האבן גוזר געווען אז הבא על הנכרית עובר משום נשג"ז.

יתרו » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:23 pm

· #229833
ווידעראום אויף נדה אליין איז ער נישט מצווה, בפרט אז רוב נשים בזמנינו אינן מרגישות און סגאנצע איז אן איסור מדרבנן וואס מען האט נישט גוזר געווען אויף קיין גוים .
ואולי קען מען דן זיין אויף איסור זונה. אבער זונה איז דאך נאר אלץ לא תהיה (קדש) וקדשה, נו, אויף דעם איז ער ווייטער נישט מצווה. ועוד אויב עס איז נאר באקראי קען מען דן זיין צו סגייט אריין אינעם כלל פון קדשה, וואס אויפן פשטות'דיגן זין פון ווארט מיינט א האאקער בדרך קבע.

כוכב » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:25 pm

· #229834
וסת איז א דאורייתא אפילו בפשטות אפילו אן קיין הרגשה.

יתרו » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:32 pm

· #229837
איך רעד לדעת הרמב"ם הרשב"א הרמב"ן הטור השו"ע הש"ך והט"ז. ווער פונקליך דינגט זיך?

שעפטל » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:37 pm

· #229838
מאטי
דאכט זיך אז דער חטא פון ירום הודו 'ווילהעלם ג'עפרעסאן' איז געווען דאס לייקענען די מעשה, מיטן זאגן: "איך האב 'קיינמאל-נישט' געהאט געשלעכטליכע באציאונגען מיט דאס מיידל מיסס לאווינסקי."

בקיצור לויט דיר @מאטי קומט אויס, אז מ'האמער אנגענומען אז שבועת שוא איז נאך פילפאכיג ארגער ווי מוצא ז"ל זיין

יאיר » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:17 pm

· #229873
יתרו
כ'פארשטיי נישט ווי קומט אריין נשג"ז ער איז דרך א גוי און א בן נח. אויב גייט ביי אים אן נשג"ז טאר ער דאך נישט וויאוינען מיט הילערי.
פאר ווער עס ווייסט נישט נשג"ז איז די ראשי תיבות פון נדה שפחה גיוה זונה. מלכות בית חשמונים האבן גוזר געווען אז הבא על הנכרית עובר משום נשג"ז.

עוד יש לומר אז מנוחה תחי' איז דאך א אידיש קינד. (וואס האט איר געמיינט, נאר נאבעל פרייז געווינער זענען אידן?)
דאס פארענטפערט אבער נישט פארוואס הרבנית הפוסקת תליט"א האט נישט געפינען פאר וויכטיג צו דערמאנען די וויכטיגע נושא, כאטש עס צו מצרף זיין אלס סניף, אפשר טרעפן א פארווארפענער פוסק יחיד וואס נעמט אן אז נשג"ז גייט אן אפילו ווען דער מאן איז א גוי און דאס מיידל איז א אידענע און מאכן א קים לי. עס איז קלאר אז הרבנית איז אינגאנצן נישט באהאוונט אין הלכות תשובה (מליצה בכונה).

יאיר » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:23 pm

· #229880
געפילטע פיש
יאיר
אגב, דער תשובה דערמאנט נישט קיין ווארט איבער איסור נשג"ז. ווי עס זעט אויס איז הרבנית תליט"א, טראץ אירע וואונדערבארע כשרונות, נישט באהאוונט אין אלע מקצועות התורה.

די איסור גייט אן ווען ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין בעילה? סך הכל א בלאזעלע, ס'איז א מח' צו ס'הייסט בכלל דרך איברים.

כֵּן דֶּרֶךְ אִשָּׁה מְנָאָפֶת, אָכְלָה וּמָחֲתָה פִיהָ; וְאָמְרָה, לֹא-פָעַלְתִּי אָוֶן.

לכאורה קען מען אבער ארויסדרינגען אז הרבנית תליט"א נעמט אן אז דאס הייסט יא א זנות, ווען נישט וואס דארף זי צוקומען צו די גאנצע סוגיא איבער אשת איש, ווען לא ידע ביאה ושיבה. אלא מאי מוז מען זאגן אז אדער נעמט זי אן להלכה אז מעשה חידודין שמו ביאה, אדער האלט זי אז דער בָּעַל דבר איז נישט נאמן.

ישראל קאפקע » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:27 pm

· #229882
די אשכול גייט אין טענדעם מיט כל האומר דוד חטא?

יאיר » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:28 pm

· #229883
מאטי
דאכט זיך אז דער חטא פון ירום הודו 'ווילהעלם ג'עפרעסאן' איז געווען דאס לייקענען די מעשה, מיטן זאגן: "איך האב 'קיינמאל-נישט' געהאט געשלעכטליכע באציאונגען מיט דאס מיידל מיסס לאווינסקי."
להבדיל אלף אלפי הבדלות דוד המלך האט גלייך מודה געווען צו נתן הנביא אז ער האט געזינדיגט (הגם דורך א משל וואס דוד האט נישט גלייך געכאפט אז ער טוט זיך זעלבסט-באשולדיגן - הוי! ווען ראש לימבא וואלט ווען געוואוסט פון דעם טריק)

א גרויסע קונץ. ווען קלינטאן וואלט געהאט א הוה אמינא אז מיט'ן אנטון א זאק פאר א טאג וועט מען אים אלעס מוחל זיין וואלט ער זיך אויפ'ן פלאץ מודה געווען און געשלאפן מיט נאך זיבעציג בתולות.

יאיר » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:30 pm

· #229884
געפילטע פיש
יאיר
אגב, דער תשובה דערמאנט נישט קיין ווארט איבער איסור נשג"ז. ווי עס זעט אויס איז הרבנית תליט"א, טראץ אירע וואונדערבארע כשרונות, נישט באהאוונט אין אלע מקצועות התורה.

די איסור גייט אן ווען ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין בעילה? סך הכל א בלאזעלע, ס'איז א מח' צו ס'הייסט בכלל דרך איברים.

לפי דבריך האב איך מחדש געווען א פרישע מאמר חז"ל: כל האומר קלינטאן חטא אינו אלא טועה בדבר מצוה.

יאיר » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:36 pm

· #229886
ישראל קאפקע
די אשכול גייט אין טענדעם מיט כל האומר דוד חטא?

וואס זענען די צדדים לכאן ולכאן?

ישראל קאפקע » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:39 pm

· #229888
יאיר
ישראל קאפקע
די אשכול גייט אין טענדעם מיט כל האומר דוד חטא?

וואס זענען די צדדים לכאן ולכאן?

זיי זענען אייביג איינס העכערן אנדערן אין אקטיווע אשכולות -געווענליך מיט אן אנדערן קאמענטירער- וואס דאס איז די וואונדער דא,

יאיר » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:45 pm

· #229891
אה, זעט אויס אז אלע טועים וואנדערן אריין אין די זעלבע ערטער.
די סיבה פארוואס יענער אשכול איז ארויפגעקומען איז ווייל לכתחילה האב איך געשטעלט דעם אשכול אלס א תגובה דארטן. למעשה האב איך באשלאסן אז ס'איז געווען א טעות בשיקול הדעת, די צוויי נושאים באלאנגען נישט איינעם צום צווייטן, האב איך געעפנט א באזונדערער אשכול. ער פארדינט זיך עס, קייזער ווילהעלם דער ערשטער (קרעדיט: מאטי).

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:27 pm

· #230006
יאיר
לעיקוואד
הרבנית מקאפישניץ נעמט אביסל צוריק און איז זיך מסביר
http://www.thejewishweek.com/editorial- ... w-rebuttal

בקיצור נמרץ זאגט זי אז אין די פארטיידיגונג פון פרעזידענט קלינטאן איז בשעתו געווען סמוי א גילוי דעת וואס איז עומד געווען להתגלות זעכצן יאר שפעטער אז ארטאדאקסיע דארף מבטל זיין די הלכות וואס זענען קעגן פרויען רעכטן. א פיינע בת מצוה פשט'ל.

זענען אירע געדאנקען וועגן פרויען רעכטן און ארטאדאקסיע א חידוש פון די לעצטע יארן ביי איר אדער האט זי אלץ אזוי געטראכט?

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 15, 2016 1:06 pm

· #321434
א 27 יעריגער האלבע -שווארצער אין סאוט קארליינע קלעימט אז ער איז וויליג צונעמען א DNA טעסט אז ביל קלינטאן איז זיין טאטע! ער זאגט אז זיין מאמע איז געוועהן א פראסטאטאצקע (זונה) און זי האט געהאט שייכות מיט ביל קלינטאן פאר בערך 30 יאהר צוריק און ביל קלינטאן האט אים נישט אנערקענט און זיך קיינמאל נישט וואסונדיג געמאכט פון אים!
איז דאס אמת? וואס האלט איר?

Bill Clinton Allegedly Has A BLACK SON . . . That He’s Been NEGLECTING FOR YEARS . . . And Now The BILL’S SON Started A FACEBOOK Campaign To Meet HIS FATHER!! (Lawd . . . Hillary Ain’t Need This)
http://mediatakeout.com/295946/bill-cli ... l?mobile=1

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 15, 2016 2:23 pm

· #321446
Re: כל האומר קלינטאן חטא אינו אלא טועה
איך האב שוין געהערט פארקערט אויך, אז טשעלסי האט עפעס א טאטע ערגעץ (נישט ביל)

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

טמיר » מאנטאג פעברואר 15, 2016 3:37 pm

· #321454
Re: כל האומר קלינטאן חטא אינו אלא טועה
יאיר, פון וואו נעמסטו דער שיטת הרבי מסטמר אז הוז"ל איז ערגער ווי בועל נדה? ווייל ער האט נישט גערעדט פון די צווייטע? פשוט ווייל ס'איז עם נישט בייגעפאלן אז ס'גייט זיין אינטערנעט און מ'גייט האבן אזאלכע נסיונות

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 15, 2016 6:47 pm

· #321475
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב שוין געהערט פארקערט אויך, אז טשעלסי האט עפעס א טאטע ערגעץ (נישט ביל)

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

איך האב אויך געהערט פון דעם און דעס איז זיכער שטותים ווייל טשעלסי קוקט אויס זייער ענדליך צו בילל אן מאכן א DNA טעסט קען יעדער זעהן אז זי קוקט אויס ווי אים

יואב » מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:32 pm

· #321481
שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב שוין געהערט פארקערט אויך, אז טשעלסי האט עפעס א טאטע ערגעץ (נישט ביל)

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

איך האב אויך געהערט פון דעם און דעס איז זיכער שטותים ווייל טשעלסי קוקט אויס זייער ענדליך צו בילל אן מאכן א DNA טעסט קען יעדער זעהן אז זי קוקט אויס ווי אים

אמת, אמת. און טאקע דערפאר שטייט "וביל הוליד את טשעלסי." זעט זיך אויס יענע ליצים זענען נאך עלייוו ענד קיקינג.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:37 pm

· #321484
Re: כל האומר קלינטאן חטא אינו אלא טועה
פארוואס זאג איך עס אייך? ווייל אזוי!
ס'איז דא א בוך 'the Clintons war on women וואס זיי טענה'ן אז טשעלסי'ס טאטע איז גאר Webster Hubbell און זי איז אריבער סערגער"י צו טוישען איהר פנים.
הייסט'ס צר הדוקטור קלסתר פניה כביל, עיי"ש ותמצא נחת.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 15, 2016 8:27 pm

· #321495
ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס זאג איך עס אייך? ווייל אזוי!
ס'איז דא א בוך 'the Clintons war on women וואס זיי טענה'ן אז טשעלסי'ס טאטע איז גאר Webster Hubbell און זי איז אריבער סערגער"י צו טוישען איהר פנים.
הייסט'ס צר הדוקטור קלסתר פניה כביל, עיי"ש ותמצא נחת.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נעה, הוילע פאנטאזיעס! ס׳איז דא אסאך אמתע חומר אויף קלינטאן מ׳דארף נישט אויפמאכן קיין מעשיות. ער מיט איר אינאיינעם האבן גענוג און נאך אנגעדרייט פון ווייטוואטער ביז אנפירן א cocaine רינג אין ארקענסאו און נוצן גאווערמענט דזשעטס צו טראנספארטן די דראוגס. ער האט געגעבן פאר 16 יעריגע מיידלעך פון די סחורה. ער האט געהאט ריזיגע פארטיס מיט זונת און דראוגס.ער האט געגעבן גאווערמענט הלוואת פאר קאמפאניס וואס ער האט געוואוסט פון פארויס אז זיי גייען דיפאולטן די מארגעטדזשעס און די אלע קאמפאניס פלעגן ביישטייערן ריזיגע געלטער פאר זיינע פאליטישע קאמפיינעס. ער האט געהאט א גאווערמענט באנד פראגרעם אין ארקענסאו ווי ער האט געכשרט און געדרייט ריזיגע געלטער און ווי ער האט אנגעקניפט ריזיגע קאנעיקשאונס מיט אסאך אינוועסטארס און מיליאנערן וואס ער האט זיי געטוהן טובות און הילערי האט געמאכט הונדרעט טויזענט דאללער רוח פון איין אינוועסטמענט פון בלויז טויזענט דאללער. ער האט געפארדענט אסאך פון זיינע חברים פאר זיינע פערזענליכע צוועקן קלינטאונס סקאנדאלן זענען ענדלאז! ס׳ענדיגט זיך קיינמאל ניישט! אבער ס׳געפעלט מיר ווי ער האט די העזה צו רעדן נעגיטיוו אויף בערני סענדארס, ס׳איז אזויווי בערני מעידאף וואלט געשריגן אז מארטין אמאלי איז א גנב .

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 26, 2016 3:44 am

· #322708
קריסטיפאר היטשאונס ז״ל אויף טאשרלי רויז אין א שמועס וועגן ביל קלינטאן
http://youtu.be/S_RqyXT5bt4

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 26, 2016 5:10 am

· #322712
Hillary Camp Freaking Out As This Video Goes Viral… ‘No Way To Stop It Now’
http://www.anonews.co/hillary-clinton-exposed/