אדווערטייזמענטס אין "דער איד", ניסן - אלול, תשמ"ג
208 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7407
האט איינער באמערקט די פרידריך ניטשה ארטיקל, א נאמען וואס מיט דרייסיג יאר צוריק געווען באקאנט פאר'ן שרייבער אפילו אן די אינטרנט, און א נאמען וואס וואלט היינט קיינמאל נישט דערמאנט געווארן אין דער איד, ניטאמאל האבן די שרייבער געהערט דערפון.
דולה ומשקה100
וואלט היינט געקענט עדווערטייזט ווערן "טווילערס" פאר גרויסע מיידלעך? (24 אינטש)
---------------------------
דולה ומשקה101
זעט אויס אז ס'איז געווען נפוץ ביים היימישן עולם.
דולה ומשקה99
דאס זעהט מען נישט היינט אז מען זאל מאכן אן הגרלה בלויז לשם הגרלה, אן דעם וואס די געלט זאל גיין פאר א צדקה צוועק.
ביי חסידים פון רביס מעבר לים גייט עס גראדע יא אן און עס שטאמט נאך פון אינדערהיים.
דולה ומשקה128
דער גריבוב'ער איז מעכטיג!
ער האט אפילו נישט באצאלט די חוקרים אין זיין מכון!
ער האט אויפגענומען בנש"קלעך, וואס האבן אן אינטערעסע אין פארשען זייער אפשטאם, און פאר די "מעגליכקייט" פון עס טוהן האבן זיי געדארפט דארט זיין אפאר שעה א טאג...
זה נהנה וזה לא חסר... 😂
דולה ומשקה120
דער הנהלה פון קהל אור החיים טאש איז מודיע אז לאה פאשקעס איז דער ווייב פון נתן פרייטל...
ווען האט טאהש צובאקומען זייער ה' הידועה?
שיינע ארבעט דולה, עס געפעלט מיר שטארק, איך האב גאר א שטארקע אינטערעסע דערין,
דאס טראגט מיר צוריק אין א אלטע וועלט פול מיט האלב-פארגעסענע זכרונות פון די יוגנט, גירסא דינקותא עפיזאדן און געשכיטעס.
קודם געדענק איך נאך (און מסתמא פילע פון דא) די אלטע אויסשטעל פון דער איד, די אלטע סארט אותיות, מיט די אלטע קעפלעך, צב"ש פון דא און דארט, אין די וועלט פון ישיבות און קהלות, ארטיקלען פון הרב סאסנע ז"ל, א.א.וו.
(גראדע די ק"ש וואטערמארק שטערט געפערליך ביי יעדע פאר בילדער, עס דענערווירט מיך, בין איך דער איינציגסטער?)
אבער בכלל די אלטע נעמען, פון מענטשן (טייל לעבן שוין נישט) און קאמפאניס מיט זייערע אלטע לאגא'ס און אויסדרוקן, א שטייגער ווי מים חיים סאדע, די טעיפס פון יו"ט ערליך, וואוילער וועלוול, עוד יוסף חי, אבראמעלע, "גרינ'ס און אקערמאנ'ס רעסטוראנט" (היינט צוטיילט), פְּאֵר האטעל (כ'בין דארט געווען אפאר מאל, איי מעמאריס...), ראצפערטע ביהמ"ד, די מלכות'דיגע נסיעה פונעם ברך משה, מיט די אלע טראוועל אגענטן, רייכבערג, קופטשיק, ועוד ועוד.... בקיצור ממש געוואלדיג!!
קיעפ איט אפ.