☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס טראכטען די רבנים ווען מע קומט צו זיי?

וואס טראכטען די רבנים ווען מע קומט צו זיי?

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7391

ידען » זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:57 pm

· #229152
וואס טראכטען די רבנים ווען מע קומט צו זיי?
וואס טראכט די סקלענע רבי ווען מענטשען קימען נעמען געבענטשטע האניג פון איהם?

..איך בין א גרויסע צדיק. איך דין די הייליגע באשעפער וועגען דעם איז מיין האניג מער הייליג

..מיין טאטע איז געוועהן א ריזיגע צדיק און איך בין א בנשק איז מיין האניג מער הייליגער ווי זייערע האניג..

..די מענטשען מאכען א טעות און זיי מיינען אז איך בין א הייליגע מענטש.

.. זיי זענען נארישע מענטשען און האבען נישט וואס צו טוהן מיט די צייט, וועלעך מאכען געלט אויף זיי..
📎 image.jpg

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:58 pm

· #229154
ידען
וואס טראכט די סקלענע רבי ווען מענטשען קימען נעמען געבענטשטע האניג פון איהם?
.

ער לייגט א הנחה און פרעגט א קשיא.

ידען » זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:05 pm

· #229156
לעיקוואד
ידען
וואס טראכט די סקלענע רבי ווען מענטשען קימען נעמען געבענטשטע האניג פון איהם?
.

ער לייגט א הנחה און פרעגט א קשיא.

😂

אחד העם » זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:08 pm

· #229157
וואס דער סקולענער טראכט לא אכפת לי, אבער די האניג מאכט קולות, סקולענער לאז מיך ארויס פון בילד, לאז אז מען זאל פון מיר עסן, און הנאה האבען, און פארשמייליג מיך נישט און די צוויי פיסיגע געמאלטע פערדען וועלן נאך מיינען אז עפעס האט זיך געטוישט און מיר, איך שריי קבל תבל ומלואה, סהאט נישט חל געווען און מיר קיין שינוי, איך בין נישט מער געהייליגט נאך זיין ברכה, מיין קדושה סטאטוס איז די זעלבע ווי פריער, נאר איין זאך האט זיך געטוישט ,יעצט וועל איך שימלען און א ווינקל ביי דעם חסיד אינדערהיים

ידען » זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:15 pm

· #229160
מע עסט נישט די האניג?

אזוי ווי שיריים וואס מע עסט.

ניין?

אחד העם » זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:21 pm

· #229163
ידען
מע עסט נישט די האניג?

אזוי ווי שיריים וואס מע עסט.

ניין?

כמיין אז סאיז מער א שמירה סטייל..

ברסלבער » זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:25 pm

· #229166
מסתמא ווענדט זיך וועלכע רבי, יעדער טראכט אנדערשט.
רוב פון זיי פיהלן מסתמא אז זיי זענען ממשיך די גאלדענע קייט פון זייערע עלטערן, זיי טיילן שיריים און ווארפן עפל על דעת זייערע זיידעס. אנדערע לאכן מסתמא פון די בהמות וואס לויפן זיי נאך, אזוי ווי יענער רבי וואס האט געהאט א מנהג אז פרייטאג צו נאכטס ביי "ובהמתם לא ימעיט" האט עס זיך אויסגעדרייט צו די חסידים, ומי יבוא בסוד קדושים...
געציילטע זענען זיכער דא וואס מיינען עס אמת'דיג און פרובירן ארויסצוהעלפן זייערע חסידים ווי ווייט זיי קענען ברוחניות ובגשמיות, אשריהם ואשרי חלקם, אויף זיי איז געזאגט געווארן דעם פסוק ומצדיקי הרבים ככוכבים.

ידען » זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:29 pm

· #229168
[ציטאט אראפגענומען]

סע קען אבער ווערען אזוי ווי איין שטיק אויב מע ניצט עס נישט אויס און מע האלט עס לאנג.

יואליש » זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:31 pm

· #229169
כ'ווייס נישט וואס סקולענער רבי טראכט. אבער ווען איך בין ווען סקולענער רבי וואלט איך געטראכט עפעס אזוי: שטייט דא א איד וועם כ'קען מאכן זייער פרייליך מיט א לעק האניג, און אויב באקומט ער נישט מיין האניג וועט ער זיין זייער צובראכן. ווי קען איך זיין א רשע און אים נישט געבן דאס ביסל האניג? זה נהנה וזה לא חסר.

אחד העם » זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:44 pm

· #229171
[ציטאט אראפגענומען]

די ביסט גוט...
אבער באמת שימלען מיז נישט אלעמאל האבען עפעס א באקטיריעשער באדייט... שימלען איז א כינוי אויף א עפעס וואס זיצט לאנג אן קיין נארמאלע סיבה...

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:39 pm

· #229207
ידען
וואס טראכט די סקלענע רבי ווען מענטשען קימען נעמען געבענטשטע האניג פון איהם?

..איך בין א גרויסע צדיק. איך דין די הייליגע באשעפער וועגען דעם איז מיין האניג מער הייליג

..מיין טאטע איז געוועהן א ריזיגע צדיק און איך בין א בנשק איז מיין האניג מער הייליגער ווי זייערע האניג..

..די מענטשען מאכען א טעות און זיי מיינען אז איך בין א הייליגע מענטש.

.. זיי זענען נארישע מענטשען און האבען נישט וואס צו טוהן מיט די צייט, וועלעך מאכען געלט אויף זיי..

ר' ידען: מיין שאלה איז נישט וואס די רבי טראכט. מיין שאלה איז. וואס טראכטן די מענטשן וואס קומען נעמען פון די געבענטשטע האניג?!...!

רויטע וואנצעס » זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:43 pm

· #229209
די חסידים דארפן לאוו אדער אטענטשען ווי יעדער מענטש. די רבי געבט זיי לאוו, חיזוק און האניג. די רבי פאר זיך טראכט מסתמא אז די אלע משוגתן זענען פארשידענע מהלכים פון געבן אידישע לאוו, המכונה אהבת ישראל.

יין שרף » זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:45 pm

· #229210
?...so the Rebbe is their "honey" cause he gives them love

רויטע וואנצעס » זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:52 pm

· #229211
די אמת איז אז אין סקולען זענען די געגעבעריי, פאנדרעיזינג מיטלן. די פאר חסד לאברהם בוליס קויפן א טראק לאוד פון האניג, מ'לייגט ארויף א סטיקער וואס דער הויז בחור האט צאמגעשטעלט ווען די רבי איז געווען אין מקוה. נאכדעם רופט מען יעדע עושר וואס האט אביסל עקסטער קעש צו א ספעציעלע VIP מסיבה ווי נאר די משתתפים פון למשל לכל הפחות 10 אלפים קענען באקומען בינען האניג, פונעם האנט פונעם רעבין. די קליינע קעפ זענען אזוי איקסייטעט פאר די אטענטעשען, אז זיי קומען צו לויפן מיט די טשעק בוק, בעת די חסידים מיט שוואכע טייסטערס פלאצן פאר קנאה אז זיי קענען נישט באקומען פון די הייליגע וואסער.

דריידל » זונטאג אקטאבער 19, 2014 6:02 pm

· #229214
די רבי'ס טראכטן אז "די וועלט איז נישט משוגע", און אויב דער עולם שרייט קדוש קדוש פאר זיי, איז מסתמה יש דברים בגו און זיי ווערן אייגערעדט אין זיך אליינס.

שבת אחים » זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:09 pm

· #229221
ברסלבער
מסתמא ווענדט זיך וועלכע רבי, יעדער טראכט אנדערשט.
רוב פון זיי פיהלן מסתמא אז זיי זענען ממשיך די גאלדענע קייט פון זייערע עלטערן, זיי טיילן שיריים און ווארפן עפל על דעת זייערע זיידעס. אנדערע לאכן מסתמא פון די בהמות וואס לויפן זיי נאך, אזוי ווי יענער רבי וואס האט געהאט א מנהג אז פרייטאג צו נאכטס ביי "ובהמתם לא ימעיט" האט עס זיך אויסגעדרייט צו די חסידים, ומי יבוא בסוד קדושים...
געציילטע זענען זיכער דא וואס מיינען עס אמת'דיג און פרובירן ארויסצוהעלפן זייערע חסידים ווי ווייט זיי קענען ברוחניות ובגשמיות, אשריהם ואשרי חלקם, אויף זיי איז געזאגט געווארן דעם פסוק ומצדיקי הרבים ככוכבים.



למשל ווער ? איך זוך נאך אזא אדמו״ר און כ׳האב נאך דערווייל נישט געטראפן חוץ אין מנחם מענדיל גץ ביכער און אין די אידישע ליכט 😠

ברסלבער » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 9:02 am

· #229303
ווילאנג דו זוכסט נאך, איז גוט. יגעת ומצאת תאמין.