Diangello [Deutsch] comitted suicide
98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7390
Diangello [Deutsch] comitted suicide
BDE: Joey Diangello [Deutsch] comitted suicide during YomTov. Burial today Oct. 19, 2 pm at Monsey cemetary in back of Wiznitz.
📎 image.jpg
נעבעך, וואס איז געשעהן?
איחוד פעלדנעבעך, וואס איז געשעהן?
Simple, he was molested RL
Tsu-aku hanaru v-ein moshi-u loh
יואל דייטש ע״ה
מאלעסטען איז נישט די פראבלעם אזוי שטארק ווי וואס מע טוהט נאך דעם מיט די קינד.
וואס עפעס מאלעסטעד? זיין משפחה און טעראפיסטן וואס האט איהם באהאנדלט זאגן ער'ז נישט מאלעסטעד געווארן. עס איז ליידער נישט דאס ערשטע און נישט צווייטע זעלבסטמארד צווישן פוטסטעפס מעמבערס, שוין באלד א מנין. דאס ארגענעזאציע איז א שרעקליך דורכפאל זיי דארפן ווערן אויסגעפארשט.
עס איז ליידער נישט דאס ערשטע און נישט צווייטע זעלבסטמארד צווישן כלל ישראל מעמבערס, שוין באלד א מנין. דאס ארגענעזאציע איז א שרעקליך דורכפאל זיי דארפן ווערן אויסגעפארשט.
דאס איז סתם עניית... כאוולתו. אבער עס איז באמת א טרויער פאר די משפחה און גאנץ כלל ישראל. ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.
.
אין דער צייט וואס גאט ב'ה קלאגט קלני מראשי קלני מזרועי איז די גאנצע עולם געלאדנט צו סנדלר פאר קידוש צו פייערן זיין זיג איבער פודסטעפס.
ער׳ט אסאך לוחם געווען פאר קדושת ישראל, און אסאך חיצים ובליסטראות אריינגעכאפט דערפאר.
זאל אים די זכות ביישטיין ביים יום הדין.
איך האב עם גוט געקענט,זייט ער איז א קליין יונגעל,ער האט נעבעך געליטען פון פארשידענע נפשיות׳דיגע מיחושים,אזעלכע קראנקע געפינט זיך צווישען איעדע סארט געזעלשאפט און ראסע.
איך מיין אז דאס וואלט געווען זיין סוף ווי אימער ער וואלט געבוירען,
ויבאו האזשנדערס ויאזשענדי אזשענדאס שלהם.
פארוואס פארקירעווען מיין אויפריכטיגע נקודה? פוטסטעפס זאגט זיי שטעלן צו עמאציאנאלע און פיזישע סופארט פארן או טי די געמיינדע. דאס נישט מצליח זיין פון אפהאלטן זייערע מיטגלידער פון באגיין דאס ערגסטע פאדערט אן אויספארשונג. אזש נעכטן האבן זיי אין א פראפאגאנדע ארטיקל אין טיימס געשריבן זיי פאנדרעיזן איבער 850,000 א יאר. וויפיל פון די געלטער ווערן באנוצט אויף קריזיס קאונסלינג פאר פארברויכנדע מעמבערס אנשטאט פארשווענדנע באנקעטן פאר פי אר צוועקן?
מישט די יוצרות.
פוטסטעפס שטעלט צו עמאציאנאלע און פינאנציעלע הילף פאר אזעלכע וואס ווערן אפגעשניטן פון זייער פאמיליע און פריינט נאכן גיין או טי די ווייל זיי ווילן שטודירען און זיך איינגלידערן אינעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ.
מאונט סיני זאגט זיי שטעלן צו הילף פאר קראנקע. א באנדע ליגנער, טאג טעגליך פירט מען ארויס פון דארט טויטע.
יא, ליידער איז פודסטעפס די איינציגסטע וואס קומערט זיך פאר נפשות וואס שטייען ביים שוועל פון זעלבסטמארד.
יוחנן הסנדלרפארוואס פארקירעווען מיין אויפריכטיגע נקודה? פוטסטעפס זאגט זיי שטעלן צו עמאציאנאלע און פיזישע סופארט פארן או טי די געמיינדע. דאס נישט מצליח זיין פון אפהאלטן זייערע מיטגלידער פון באגיין דאס ערגסטע פאדערט אן אויספארשונג. אזש נעכטן האבן זיי אין א פראפאגאנדע ארטיקל אין טיימס געשריבן זיי פאנדרעיזן איבער 850,000 א יאר. וויפיל פון די געלטער ווערן באנוצט אויף קריזיס קאונסלינג פאר פארברויכנדע מעמבערס אנשטאט פארשווענדנע באנקעטן פאר פי אר צוועקן?
אז דו ווילסט דוקא באשולדיגען די ארג. וואס ער האט שייכות געהאט מיט, קען מען טראכטען פארקערט אויך:
לויט אונזער פי.ר. דארף דאך יעדע אפגעפארענע זיך נעמען דעם טויט, ווייל ס'דאך נישט דא קיין גליקליכע לעבן ווי א חסידיש-וויליאמסבורג-לעבן. קומט דאך אויס אז יעדע פוטסטעפ מעמבער וואס לעבט-און-שטויסט, איז א זיג און הצלחה פאר דעם ארג. - לפי"ז זענען זיי ראוי להלל ולשבח אז זיי קענען האלטן אזויפיל מעמבערס ביים לעבן!
כוכבמאונט סיני זאגט זיי שטעלן צו הילף פאר קראנקע. א באנדע ליגנער, טאג טעגליך פירט מען ארויס פון דארט טויטע.
יעדע טויט אין מאונט סיני איז דא א סיבה פארוואס ס'געשעהן. אבער א טויטע אין מיימאנודיס וועט מען אייביג באשולדיגען דעם שפיטאל...
פייע מקוה דארף אויך אן אויספארשינג, אדער סנישט דא וואס צי פארשן יעדער ווייסט?
כוכבמאונט סיני זאגט זיי שטעלן צו הילף פאר קראנקע. א באנדע ליגנער, טאג טעגליך פירט מען ארויס פון דארט טויטע.
יא, ליידער איז פודסטעפס די איינציגסטע וואס קומערט זיך פאר נפשות וואס שטייען ביים שוועל פון זעלבסטמארד.
סתם הנקרא בי עס. עס איז מסתמא דא א האלבע דאזן ארגענעזאציעס וואס טוען פאר נפשיות'דיג מסוכנים ביים ציבור שטילערהייט. פ"ס טוט אנמאכן גרויס פראפאגאנדע איבער זייערע אויפטוען ווען דאס שוידערליכן מציאות שמייסט אין פנים און דאס דארף אן אויספארשונג. דאס אנדערע אפציע איז באגראבן קאפ אין זאמד ווי בת היענה מיט אזוינע קאווע טרינקער ליצנות'לעך און לאזן אונזערע ברודער און שוועסטער אויסגיין אינטער די פארשלאסענע פוטסטעפס טויערן.
דאס איז א צרה שאין כמוהו. מיר האט אלעמאל אויסגעקוקט ווי דער בחור איז צובראכן אויף שברי שברים אן קיין פרענדס און אן קיין שום דירעקשאן אין לעבן, אנשטאט מען זאל אים פירן צו טעראפי און מסדר זיין האבן די רשעים אים בלויז גענוצט פאר זייערע אגענדעס נאכאמאל און נאכאמאל און ווען ער איז עלטער געווארן און זיי האבן אים שוין נישט געדארפט האט ער מסתם געפילט ווי ער פגרט פאר צער.
א יוצא מן הכלל איז געווענליך א מיטגעמאכטע מענטש, מאלעסטירט, אביוזד, אדער פון נאטורליכע גייסטישע קראנקהייטן.
איינער וואס פארט באקוועמערהייט מיט די אולטרא ארטאדאקס חאסידישען באן וועט נישט טאנצן פונעם באן.
דעריבער איז גאר פארשטענדליך אז ביי די או טי די קאמיוניטי זאל די זעלסטמארד ראטעס זיין העכער.
ועוד, א גרויסע צוריקהאלט פון זעלבסטמארד ביים חרדישען בעפעלקערונג איז ווייל זיי גלויבן אין א לעבן נאכן טויט, וואו זיי וועלן פארווארפן ווערן לנצח נצחים.
ווידעראום ביי א נישט גלויביגען איז דאס די ענדע פון אלע זיינע מיטמאכענישן.
נאך א סיבה בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו.
די ארטעדאקסישע וואס ווילן שפרינגן העלפט זיי דער אייבשטיר בשעת בויען די סוכה פאלן זיי אראפ צוויי שטאק.
די גרעסטע ווייטאג איז פאר די צובראכענע עלטערען, ביי זיי האט זיך געענדיגט א לאנגער ביטערער קאפיטעל פון אביוז און פיין, איך וויל נישט רעדען ווייל ער איז שוין נישט בעלמא הדין, אבער ער האט געצאפט דאס בלוט פון זיינע עלטערען אן קיין סיבה, מיט דעם וואס זיי האבען אים קיינמאל נישט דערווייטערט, די טאטע האט אים געגעבען געלט און ארבעט און א אפענע טיר נישט קיין חילוק וויאזוי ער'ט אויסגעזען, אפילו ווען ער'ז שוין ארום געגאנגען מיט די גרויליגע קייטעל,
די מעשה מיט זיין אביוז אין די מקוה האבען אלע זיינע נאנטע געזאגט אז ס'איז שקר, די מעשה האט זיך געטוישט יעדע פאר טעג, ער'ז ענדערש געוועזען אן אביוזער, נישט פארקערט, וד"ל, כ'אב אים ליידער גוט געקענט, ער'ז געוועזען א זעלטענע קעיס, געוועזען אן אויסגעשפראכענער, איך האלט מיך איין מיט אייזערנע קייטען נישט צו שרייבען זיין היסטאריע, איך וויל נישט מאריך זיין, זאל זיין נשמה האבען א תיקון, און זאל זיין קורצע שטוערמישע לעבען און טראגישע ענדע זיין א סעמפעל פאר אנדערע, און זאל דאס זיין א זכות צו זיין פארוואגעלטע נשמה. און זאלען די עלטערען ענדליך קענען אנהייבען א ניי רואיג לעבען,
נ.ב. די רשעים פון פוטסטעפס האבען אים געהאלפען גיין בארג אראפ, ווען ער האט זיך פארבענקט אהיים און צוליב זיין דיסעפוינטמענט אין די אפענע פרייע וועלט האט אים אנגעשמעקט צו ווערען א שטיקעל בעל תשובה, האבען די רשעים ארורים געטוהן מיט אים וואס זיי טוען מיט אנדערע, נישט געהלפען מאטעריאליסטיש, נאר מחזק געוועזען צו בלייבען א גוי, זייער גאנצער ציהל איז נאר צו העלפען דערווייטערען יודישע קינדער פון אבינו שבשמים, שם רשעים ירקב.
איך ווייס נישט אויב די לעצטע פאראגראף איז אמת (און ס'איז אביסל שווער צו גלייבן), אבער די אנדערע זאכן וואס דו זאגסט איז ליידער אמת.
זייער זייער שווער אריינצורעדן און אזא פארווייטוגטע פרשה ספעציעל ווען מען קען נישט די פאקטן פון די נאנט.
אבער עפעס פארפעל איך צו זעהן די סתירה צווישן די צוויי חלקים דא ,אז ער איז געווען א צומישטע נשמה קען נישט זיין אז יענער מלמד האט עם מאלעסטעד? פון די בילדער קוקט אויס ווי ער איז געווען א שיינע זיסע אינגל און כ'מיין אז איינער זאל קומען אינמיטן גאס שרייען אויף א מלמד דו מאלעסטער (פארוואס פונקט אויף דעם מלמד?) קען מען נישט סתם אזוי פטר'ן מיט די תירוץ פון צומישטע נשמה.
אבער דאס איז זיכער אז זיין סועסייד האט נישט קיין סאך צוטוהן מיט יא אדער נישט מאלעסטעד צוואנציג יאר צוריק און צוצובינדן די צוויי זאכן איז סתם הבל הבלים אמר קהלת.
איך זעע אז מ'בויעט אויף די בילדער, וויל איך זאגן אז דאס בילד דא איז פון יואלי ענגעלמאן, נישט דייטש. כמעט זיכער. איך געדענק יואלי אלץ קינד און אזוי האט ער אויסגעזען.
יא, יא. ס'איז נישט דייטש.
המקום ינחם את המשפחה והחברים וכל הקשורים בתוך שאר אבלי ציון וירושלים ולא יוסיפו לדאבה עוד.
עפעס בערך אזוי געדענק איך איז דער אידישער נוסח וואס מ'זאגט ווען איינער שטארבט, די מנהג צו רעדן וועגן פאטסטעפס און מאלעסטעישין געדענק איך נישט זאל זיין דערמאנט אין נטעי גבריאל.
די האסט שוין גיזעהן די נייע באנד פון תשע"ה?
אסאך זאכן האבן זיך געטוישט
עס איז נישט קיין עירוב. ביידע זענען געווען באשריבען אין איין ארטיקעל. גוגל קוקט אויף קי ווארדס.
דא איז די ארטיקל. ליין. הער. וועט קלאר ווערן.
איך האב נישט געקענט דעם בר מינן, עס קען זיין אז די וואס שרייבן אז זיי האבן אים געקענט זאגן אמת און ער איז טאקע געווען א צושרויפטע נשמה מיום הוולדו, אבער עס קען אויך זיין אז ער איז געווען א סענסעטיווע נפש וואס איז געשעדיגט געווארן דורך גרויליגע פעדאפילן און שפעטער האט מען דערשטיקט זיין וויי געשריי כדי צו היטן אויף די כבוד פון די ארומיגע.
אבער הכל מודים אז מען מוז נישט זיין קיין "קראנקע מענטש מיט נפשיות'דיגע מיחושם" כדי זיך נישט צו טרעפן די פלאץ אין אונזער געמיינדע, זאגן אז ער איז קיינמאל נישט מאלעסטערט געווארן סתם ווייל אזוי שמעקט דיר צו זאגן איז רשעות און אראגאנץ, א יונגל שרייט און וויינט אז מען האט אים געשעדיגט און אן קיין שום בארעכטיגטע סיבה זאגט מען אז ער זאגט ליגנט, פארוואס? פאסירט עס טאקע אזוי זעלטן ביי אונז אז מען מוז צוקומען אז ער האט אויפגעטראכט די מעשה?
לעיקוואדהמקום ינחם את המשפחה והחברים וכל הקשורים בתוך שאר אבלי ציון וירושלים ולא יוסיפו לדאבה עוד.
עפעס בערך אזוי געדענק איך איז דער אידישער נוסח וואס מ'זאגט ווען איינער שטארבט, די מנהג צו רעדן וועגן פאטסטעפס און מאלעסטעישין געדענק איך נישט זאל זיין דערמאנט אין נטעי גבריאל.
דער אידישער מנהג ווערט דערמאנט אין א ספר דורך א געוויסער פוסק מיט'ן נאמען ר' משה מימון:
"כל הפורשין מדרכי ציבור, והם אנשים שפרקו עול המצוות מעל צוארן ואין נכללין בכלל ישראל בעשיית המצוות ובכבוד המועדות וישיבת בתי כנסיות ובתי מדרשות, אלא הרי הם כבני חורין לעצמם כשאר האומות, וכן האפיקורסין והמומרים והמוסרים, כל אלו אין מתאבלים עליהם. אלא אחיהם ושאר קרוביהם לובשים לבנים ומתעטפים לבנים ואוכלים ושותים ושמחים, שהרי אבדו שונאיו של מקום." (הל' אבלות, פ"א ה"י)
כמובן דאס איז נאר געזאגט געווארן ביי אזעלכע וואס באטראכטן אפיקורסים אלס נארמאלע געזונטע מענטשן וואס האבן בוחר געווען פון זייער אייגענעם פארשטאנד זיך אפצוטיילן פון כלל ישראל, אבער ביי די וואס באטראכטן זיי אלס סתם חולי נפש, זיי זענען מחוייב געהעריג צו מתאבל זיין.
דא איז די ארטיקל.
<a class="postlink" href="http://www.npr.org/templates/story/story.php?storyId=99913807">http://www.npr.org/templates/story/stor ... d=99913807</a>
נו סאו ווען איז די סעודה וואס די משפחה מאכט? לאדענען זיי איין געסט? אויב זיצן זיי שבעה איז טייטש זיי פסקנען נישט די הלכה אין די פאל. ממילא אינו ענין.
קעי איך זעה איך האב טאקע צומישט צווישן דיאנגליאו מיט ענגעלמאן.
לעיקוואדנו סאו ווען איז די סעודה וואס די משפחה מאכט? לאדענען זיי איין געסט? אויב זיצן זיי שבעה איז טייטש זיי פסקנען נישט די הלכה אין די פאל. ממילא אינו ענין.
כנראה דאס איז די מחלוקת צווישן די משפחה און די קאמענטירער דא. די משפחה האלט אז ער איז נישט געווען געזונט בעת די קאמענטירער זענען בדעה אז יא.
אדער אפשר איז עס א ספק און מען איז מקיל אויף די גרויסע הוצאות פון די סעודה.
יוחנן הסנדלרפארוואס פארקירעווען מיין אויפריכטיגע נקודה? פוטסטעפס זאגט זיי שטעלן צו עמאציאנאלע און פיזישע סופארט פארן או טי די געמיינדע. דאס נישט מצליח זיין פון אפהאלטן זייערע מיטגלידער פון באגיין דאס ערגסטע פאדערט אן אויספארשונג. אזש נעכטן האבן זיי אין א פראפאגאנדע ארטיקל אין טיימס געשריבן זיי פאנדרעיזן איבער 850,000 א יאר. וויפיל פון די געלטער ווערן באנוצט אויף קריזיס קאונסלינג פאר פארברויכנדע מעמבערס אנשטאט פארשווענדנע באנקעטן פאר פי אר צוועקן?
מען וואלט טאקע געדארפט אנהייבן מאכן סדר אין די אלע צדקהה ארגאניזאציעס ווי פוטסטעפס, עי טיים, כולל שומרי החומות, און זיכער מאכן אז דאס געלט ווערט פארנוצט פאר וויכטיגע צוועקן און נישט אנצושטאפן די טאשן פון די אנפירער.
יאירלעיקוואדנו סאו ווען איז די סעודה וואס די משפחה מאכט? לאדענען זיי איין געסט? אויב זיצן זיי שבעה איז טייטש זיי פסקנען נישט די הלכה אין די פאל. ממילא אינו ענין.
כנראה דאס איז די מחלוקת צווישן די משפחה און די קאמענטירער דא. די משפחה האלט אז ער איז נישט געווען געזונט בעת די קאמענטירער זענען בדעה אז יא.
דה.
דארף מען חוקר זיין אין אזא פאל אויב הולכים בתר המנחם או בתר המנוחם.
אבער סנישט שיין צו מאכן וויצען אויפ'ן חשבון פון איינעם אנדערש'ס טראגעדיע.
אמת, לעיקוואד. זעט אויס אז אונזערע הערצער זענען שוין געווארן פארהארטעוועט פון די פילע דיסקוסיעס איבער די נושא, און מען באטראכט דאס גאנצע ענין מיט א גלייכגילטיגקייט.
גאט ברוך הוא ווישט זיך די טרערן און מיר וויצלען זיך.
לאמיר האפן אז ... וועט יעצט כאטש באקומען עפעס ממשתדיגע הילף.
הוגהעס איז ליידער נישט דאס ערשטע און נישט צווייטע זעלבסטמארד צווישן כלל ישראל מעמבערס, שוין באלד א מנין. דאס ארגענעזאציע איז א שרעקליך דורכפאל זיי דארפן ווערן אויסגעפארשט.
דאס איז סתם עניית... כאוולתו. אבער עס איז באמת א טרויער פאר די משפחה און גאנץ כלל ישראל. ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.
.
א מנין ביי כלל ישראל איז כמעט גארנישט רעלעטיוו א מנין ביי "פודסטעפס"
די קענסט נישט לייקענען די פאקט אז ביי די פרייע איז דא אסאך מער זעלבסט מארד ווי ביי רעליגעזע.
מען קען נישט וויסען. ווייל פאר ריליגיע סיבות. ווען איינער טאנצט אראפ פון דאך זאגט מען ער איז געפאלען ווייל מען זאל אים מעגן באגראבען געהעריג.
יוחנן הסנדלרוואס עפעס מאלעסטעד? זיין משפחה און טעראפיסטן וואס האט איהם באהאנדלט זאגן ער'ז נישט מאלעסטעד געווארן. עס איז ליידער נישט דאס ערשטע און נישט צווייטע זעלבסטמארד צווישן פוטסטעפס מעמבערס, שוין באלד א מנין. דאס ארגענעזאציע איז א שרעקליך דורכפאל זיי דארפן ווערן אויסגעפארשט.
צי ער איז יא, אדער נישט געווארן מאלעסטעד, דאס דארף אויסעפארשט ווערן. (נישט דורך צודרייטע חיות, און סיקאו'ס ווי נחום הידוע. נאר דורך נארמאלע, נייטראלע מענטשן וועלכע האבן נישט קיין אגענדא.). נאר דאס האט גארנישט צו טון מיט "פוטסטעפס". טראצדעים וואס רבינו הגה"ק שליט"א האטציי דערמאנט לרעה אין זיין כל נדרי דרשה...!
הוגהעס איז ליידער נישט דאס ערשטע און נישט צווייטע זעלבסטמארד צווישן כלל ישראל מעמבערס, שוין באלד א מנין. דאס ארגענעזאציע איז א שרעקליך דורכפאל זיי דארפן ווערן אויסגעפארשט.
דאס איז סתם עניית... כאוולתו. אבער עס איז באמת א טרויער פאר די משפחה און גאנץ כלל ישראל. ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.
.
איך האב איין טענה צו דיר. דו האסט נישט געלייגט קיין "קואוטעישן מארקס". קענענדיג א ביסל דיין הילוך המחשבה האב איך גלייך געזעהן אז עפעס שטימט דא נישט. נאר מיין הארץ האט פארפעילט א קלאפ. בבחינת שטן שאמר לשרה אמנו שהבן יחיד שלה "נשחט, כמעט" אבל בנתיים פרחה נשמתה...!
באמת'ן אריין איז זעלבסטמארד אויך א טשויס וואס מ'קען נאר מאכן איינמאל מ'האט באקומען די פרידאם צו מאכן אייגענע בחירות אין לעבן. און דאס איז דוקא נאכ'ן בוחר זיין אין אזא שווערען טשויס ווי גיין אט"ד. ווער זאגט אז לעבן אליינס קען נישט זיין קיין טשויס? אז די עלטערן זיינע האבן אים נישט געגעבן די בחירה צו געבוירן ווערן וואו קענען זיי פארלאנגען ער זאל נישט מאכן די בחירה פון ענדיגן זיין לעבן ווען עס גייט אים נישט גוט? ער האט שוין געמאכט אלע מעגליכע טשויסעס וואס ער האט געזען פאסיבל אין זיין קורצע לעבן און יעצט האט ער געוואלט דעם בחירה פון [נישט] לעבן זעלבסט אויכעט אליינס מאכן. קיינער האט זיך נישט אויסגענומען מיט אים אז ער מוז ענדיגן זיין לעבן ביי די אכציג און דערגרייכן סיי וואס אין לעבן.
וואס אן אמת איז דער בחירה פון זיך נעמען דאס לעבן די שווערסטע פון אלע בחירות צו מאכן. ווייל דאס גייט אנטקעגן די נאטורליכע דראנג צו לעבן. און אז מ'רעדט שוין, די לעבן איז פאר קיינעם נישט קיין פיקניק, איז אפשר איז ער דער שטארקער וואס האט געהאט די גבורה עס צו ענדיגן און מיר זענען די שוואכע פאר'ן נישט האבן די שטארקייט און זיך נארן מיט די פארבלענדעניש וואס הייסט לעבן, איינרעדענדיג זיך אז מיר זענען די גליכקליכע. אפשר איז דאס א בלויזער שפיהל, און ברגע ער מאכט צו זיינע אויגן טרעפט ער זיך אין א גרויסע צימער, א כמו דימעיטריקס אילוזיע, מיט א באנדע ליצים וועלכע אפלאדירן אים פאר די קוראזש וואס ער האט גענומען צו ענדיגן דעם צעדרייטן געים? און right next to him זיצט זיך דארט זיין גרעסטע שונא און קלאפט א גוטס אויף וואספארא גוטע ראלע זיי ביידע האבן געשפיהלט אין די געים. "I'm sorry for the pain I casued you, You shouldn't have picked this role! I told you it would be a tough one. די חברה האלטן זיך אונטער אויף די אלע עשירים וואס שפיהלן מיט פלעי מאני, אקאדעמיקער וואס מוטשען זיך אויף מאטעמאטישע אינסטרוקציע ביכער צו בויען לעגאו בלאקס, גאווערמענטס וואס שפיהלן מאנאפאלי, מיליטערן וואס שפיהלן סטראטיגא, ענפארסמענט אגענטורן און פארברעכער וואס שפיהלן פאליציי און גנבים, חתן כלה וואס שפיהלן פענאוקיאו, רעבעס וואס שפיהלן גלחים, המון עם וואס שפיהלן טאטע און מאמע, שופטים וואס שפיהלן שפאלער זיידע -- און כאפן נישט אז ס'איז אלץ איין גרויסע קאמפיוטער געים. און די גליכקליכסטע זענען די משוגעים וואס זענען קאמפליטלי אאוט אף טאטש.
איך טראכט נאר וואס ס'איז מעגליך אים דורכגעלאפן במחשה אין די לעצטע מינוטן. עניוועי האקסט א טאג!
טאמבי, האסט מיר געמאכט חשק צו באזוכן דעם ליצים צימער, לאמיר גיין!!!
בר דעתטאמבי, האסט מיר געמאכט חשק צו באזוכן דעם ליצים צימער, לאמיר גיין!!!
ווי איז עס?
כ'וואלט ווען אויך געגאנגען אויב כ'ווייס אז כ'האב די אפציע צו מאכן א יו-טורן אויב ס'ארבייט זיך נישט אויס. כ'קען דאך ווארטן נאך אפאהר יאר געוואויר צו ווערן, "וואטס-דעה-ראש!!"
[ציטאט אראפגענומען]
ר' כעלעמער מגיד שליט"א: איך מיין אז די לעצטע צעהן ווערטער פון דיין מאמר איז קולע אל השערה. כנלענ"ד...!
לעיקוואדהמקום ינחם את המשפחה והחברים וכל הקשורים בתוך שאר אבלי ציון וירושלים ולא יוסיפו לדאבה עוד.
עפעס בערך אזוי געדענק איך איז דער אידישער נוסח וואס מ'זאגט ווען איינער שטארבט, די מנהג צו רעדן וועגן פאטסטעפס און מאלעסטעישין געדענק איך נישט זאל זיין דערמאנט אין נטעי גבריאל.
אבער אז כ"ק הגה"ק רבינו שליט"א האט זיי דערמאנט לרעה אין זיין כל נדרי דרשה, איז עס פון די מצות היום צו שעלטן אויף זיי. ערגעץ מיז מען דאך אויסגעיבן די שנאה הכבושה. די ציונים, ימ"ש זענען דעך שוין נעבעך געפייגערט. די טמא'נע נחל חרדי און דער טמא'נער עירוב האט מען דאך שוין אין ספור פעמים געשאלטן. אדרבה. ס'איז רוח הקודש נצנצה בבית מדרשו של רבינו הק' שליט"א. ער'ט גירעדט פון זיי און דערמאנט לרעה אין זיין כ"נ דרשה. און אט איז געשעען די טראגעדיע, ר"ל, /ב"ה. איך ווייס נישט איך בין קאנפיוזז'ד...!
ידעןבר דעתטאמבי, האסט מיר געמאכט חשק צו באזוכן דעם ליצים צימער, לאמיר גיין!!!
ווי איז עס?
ביים עק פון די דזשארדזש וואשינגטאן ברידזש. ס'דא נאך אדרעסן...!